TO SAVINGS AND EVENTS גדולי ישראל לויבן אויס די קנין חכמה פראגראם פארלאפענע וואך האט הגאון רבי חזקיהו יוסף מיש־ קאווסקי שליט"א מנהל רוחני פון ישיבת אורחות חיים ,אפ־ געשטאט א באזוך אין די שטובער פון די גדולי ישראל ,מרן הגאון רבי גרשון אידלשטיין שליט"א ראש ישיבת פאניוועזש און מרן הגאון רבי חיים קאניעווסקי שליט"א ,וועלכע האבן ביידע שטארק אויסגעלויבט און ווארעם באגריסט די נייע דרשו מוסר פראגראם און ביידע נתנבאו בסגנון אחד אז מוסר איז א וויכטיגע טייל אין די לימוד התורה פון יעדע איד ,און יעדער דארף זעהן זיך קובע צו זיין מיט לימוד מוסר טעגליך. ביי די פארלאפענע אפענע דרשו פארהערן האבן אויפגע־ טראטן פארשידענע רבנים און ראשי ישיבות צו אדרעסירן די לומדי דרשו ,אין די פילע דרשו פארהער צענטערן אין די לענג און ברייט פון ארצינו הקדושה ,אייראפע ,צפון און דרום אמע־ ריקע ,צו מחזק זיין און ארויסברענגען די חשיבות פון זיך אונ־ טערנעמען מיט א קבלה צו לערנען מוסר טעגליך מיט די נייע פראגראם ,און מייחד זיין אפאר מינוט יעדן טאג פאר דעם צוועק .די רבנים ודרשנים האבן ארויסגעברענגט די גרויסע שינוי לטובה וואס אזא שריט קען און ווארשיינלעך וועט בר־ ענגען פאר די לומדי תורה ,און די גרויסע רושם וואס עס וועט איבערלאזן אויף די טאג טעגליכע לעבן צו אויסאיידלען דאס לעבן און זיך פירן בקדושה והתעלות.
גדולי המשגיחים וחכמי המוסר אין ארה"ב זענען מחזק די לימוד המוסר אין אמעריקע האבן די צוויי גדולי המשגיחים בדורנו הרב הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א משגיח רוחני דבית מדרש גבוהה לעיקוואד ,און הרב הגה"צ רבי משה וואלפ־ סאן שליט"א משגיח ישיבת תורה ודעת און אבדק"ק אמונת ישראל אין בארא פארק ,געשריבן ווארעמע הסכמה בריוו צו די נייע פראגראם ,די בריוו זענען געדרוקט געווארן אין די קונטרס הלימודים פון די קנין חכמה פראגראם. די חכמי המוסר וואס זענען שטענדיג מעודד די שומעי לקחם צו לערנען יעדן טאג מוסר און געדענקען די פליכטן פון א איד צו פירן זיך מיט יראת שמים און מוסר.
YOUR
צו פארקויפן האניג! ווייל די ווארט מוסר איז בגימטריא די זעלבע ווי די ווארט דבש ,די שייכות פון די צוויי איז זייער קלאר ,מוסר מאכט דאס לעבן זיס! א מענטש וואס לעבט מיט א השפעה פון לימוד מוסר האט א זיסע לעבן". אין ארץ ישראל האבן ביי די דרשו בחינות אויפגעטרעטן פראמינענטע רבנים און גדולים ,ביי די פארהער לאקאל אין די מירער געגענט אין ירושלים האט אויפגעטרעטן דער מש־ גיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א ,אין די לאקאל ביי די בית מדרש חניכי ישיבת חברון אין בני ברק האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א אב בית דין שערי הוראה אין די לאקאל אין די וויזניצע געגענט אין בני ברק האט אויפגעטרויטן הרב הגאון רבי מרדכי האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ,אין די לאקאל אין נתניה האבן אויפגעטרען הרב הגאון רבי ישראל גנס שליט"א רב דשכונת מאטערסדארף אין ירושלים און ר"מ בישיבה קול תורה ,און הרב הגאון רבי אברהם יצחק קוק שליט"א ראש ישיבת מאור התלמוד ,און הרב הגאון רבי אברהם האלבערש־ טאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. אין מאנסי האט הרב הגאון רבי דוד ווייסבערגער שליט"א משגיח בישיבת אהל תורה אויפגעטראטן פאר די לומדי דרשו ,און אין מאנטריאל האט אויפגעטראטן הרב הגאון רבי יואל חנן ווענגער שליט"א ,ביי די פארהער לאקאל אין סקווע־ רער שטעטל האט אויפגעטראטן דומ"ץ סקווירא הרב הגאון רבי אפרים גרינבוים שליט"א. ביי די פארהער לאקאל אין מודיעין עלית ארץ יש־ ראל ,האט אויפגעטראטן הרב הגאון רבי ישראל זיכערמאן שליט"א רב דשכונת בראכפעלד אין מודעין עילית ,און האט ארויסגעברענגט אז מוסר איז די זייל אויף וואס מיר דארפן אנלאנען די אנדערע לימודים פון דרשו סיי קנין תורה און סיי דף היומי בהלכה! מוסר איז וואס וועט מוסיף זיין ביי אידן מער אהבת התורה און חשק צו מרבה זיין בלימוד התורה ,און שטייגן ווייטער אין וואס איז די יסוד פון דרשו "דרשו השם ועוזו ,בקשו פניו תמיד"
הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישבה זכרון משה דסאוט פאלסבערג האט צוגעלייגט חתימת יד קדשו צו די הסכמה פון הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, מיט א רוף צו כלל ישראל זיך אונטערצונעמען די טעגליכע לימוד המוסר.
מוסר איז די זייל אנצולאנען אויף דעם די לימודי הלכה וש"ס ביי די פארהער לאקאל אין בארא פארק ,האט אין די צייט פון די בחינה אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם שארר שליט"א רב דקהל נזר גדליהו דפלעטבוש ,וואס האט גערע־ דט פאר די אנגעפילטע בית מדרש פון לומדי דרשו .דער רב האט צום ערשט געבעטן מחילה פארן זיי שטערן פון מאכן די בחינה ,און דערנאך געזאגט "מען האט מיך געבעטן אייך
347.787.1838
WWW.WEEKLYLINK.COM
SAY YOU SAW IT IN THE WEEKLY LINK
2/15/17
250