Issue 113

Page 177

‫(אנצוהייבן יעדע שפיל)‬ ‫(ניגון‪ :‬ובכן צדיקים)‬

‫קוק זיך צו און זעה‬ ‫הער און ווער נתפעל‬ ‫פון די צדיקים‬ ‫פון היינט און פון אמאל‬

‫און עס וועט דיר‬ ‫אריינגעבן‬ ‫א מוסר השכל אויף‬ ‫דיין גאנצן לעבן!‬

‫אלקא‬ ‫דמאיר ענני‬ ‫אפרים‪ :‬מען מוז מאכן‬ ‫עפעס א פלאן‪( .‬קלאפט צאם‬ ‫זיין הענט)‬

‫עוזר‪( :‬פארוואונדערט) וועלכע‬ ‫סארט פלאן?‬ ‫אפרים‪ :‬צו ראטעווען ר' חנינא'ס‬ ‫טאכטער‪.‬‬ ‫עוזר‪ :‬ר' חנינא? דו – דו מיינסט ר' חנינא בן‬ ‫תרדיון‪ ,‬פון די עשרה הרוגי מלכות?! (זיין טאן ווערט‬

‫העכער און העכער) וואס איז געשען מיט איר?‬ ‫אפרים‪ :‬די רוימער האבן איר גענומען אין‬ ‫געפענגעניש‪(...‬שאקלט טרויעריג מיט זיין קאפ)‬ ‫עוזר‪ :‬נישט גענוג אז זיי האבן אזוי ברוטאל‬ ‫פארברענט ר' חנינא און גע'הרג'ט זיין פרוי?!‬ ‫יעצט מוזן זיי נעמען א יונג מיידל און פארשפארן‬ ‫אין אן ענגע תפיסה פיל מיט רשעים און גנבים!!!‬ ‫אפרים‪ :‬פון סתם זיך רעגן און שרייען גייען מיר‬ ‫גארנישט אויפטון‪ .‬איך בין זיכער אז איר פעטער‬ ‫– ר' מאיר – וועבט שוין עפעס א פלאן‪( .‬מאכט מיט די‬ ‫הענט א גאנצע דראמאטישע פלאן)‬ ‫(זיי גייען ארויס‪ .‬מען זעט ווי ר' מאיר קומט אריין אנגעטון ווי עס‬ ‫פאסט פאר א תנא‪ .‬ער האלט א זאק אין האנט)‬

‫ר' מאיר‪ :‬רבוש"ע‪ .‬העלף מיר מיט מיין פלאן‪.‬‬

‫‪THE MONSEY VIEW / 177‬‬

‫העלף מיר אויסלייזן אן אומשולדיג אידיש קינד‬ ‫פון געפענגעניש‪.‬‬ ‫(ער הייבט אן אנצוטון אלעס פון זיין זאק ביז ער זעט אויס ווי א‬ ‫רייטער אויף א פערד)‬ ‫ר' מאיר‪( :‬הייבט אויף א קליין זעקל און שאקלט עס‪ .‬מען הערט‬ ‫די קלינגען פון מטבעות)‬ ‫מיט די באשעפער אין הארץ און (פיצעלע שמייכל)‬

‫מטבעות אין האנט‪ ....‬בשם השם נעשה ונצליח‪.‬‬ ‫(ער גייט אריבער צו די אנדערע זייט און קלאפט אן אין טויער‪ .‬דער‬ ‫שומר רייבט זיך די אויגן‪ .‬געניצט און קומט ארויס‪).‬‬

‫שומר‪ :‬ווער קלאפט? עס גליסט זיך‬ ‫דיר אריינצוקומען? אפשר ווילסטו גאר‬ ‫איבערשלאפן? אדער קענסטו ווערן א שומר‪.‬‬ ‫אזוי (גיט א ריזיגע געניץ) קען מען שלאפן א גאנצן‬ ‫טאג! (שלאפט צוריק איין)‬ ‫ר' מאיר‪( :‬קלאפט נאכאמאל)‬ ‫שומר‪( :‬שלאפט טיף)‬ ‫ר' מאיר‪( :‬נעמט זיך קלינגען די מטבעות)‬

‫שומר‪ :‬ווא‪ -‬וואס‪ -‬אה ס'איז א זיסע חלום‪ ...‬אסאך‬ ‫אסאך געלט‪ ....‬אסאך‪ ...‬אסאך‪...‬אסאך‪( ...‬ווערט‬ ‫שטילער און שטילער ביז ער שלאפט איין)‬ ‫ר' מאיר‪( :‬קלאפט זייער הויך און קלינגט די מטבעות גאר‬ ‫שטארק)‬


Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.