Issue 12

Page 110

‫צוגעוואוינט געווען דערצו‪.‬‬ ‫פאר אים האט שטארק נישט געשמעקט אז איך בין זיין נייער‬ ‫באלעבאס וואס טיילט אים איין דעות אין לעבן‪ ,‬און ער האט‬ ‫דאס זייער אפן ארויסגעוויזן און געזאגט‪ ,‬ער האט פשוט נישט‬ ‫געהאלטן ביים זיך צושטעלן‪ .‬טראצדעם וואס איך האב אים באמת‬ ‫פארשטאנען און רחמנות געהאט אויף אים‪ ,‬האט עס מיר שטארק‬ ‫פארדראסן און איך האב געוואלט אז ער זאל זיך מער צושטעלן און‬ ‫ארויסווייזן געפיל צו דער מצב‪.‬‬

‫א תפילה צום באשעפער‬ ‫איך מיט מיין ווייב זענען ביידע געווען באוואוסטזיניג צו דעם‬ ‫פראבלעם‪ .‬נאכמער‪ ,‬מיר האבן דאס געהאט אויסגעשמועסט פון‬ ‫פריער און מיר האבן פארשטאנען אז אזעלכע פראבלעמען קענען‬ ‫זיך מאכן‪ .‬פארט איז דאס נישט געווען די גרעסטע סגולה פאר‬ ‫שלום‪-‬בית‪ ,‬מיר האבן ביידע פראבירט צו טון וואס מיר קענען‪,‬‬ ‫אבער אין שטוב האט געהערשט א געוויסע סארט אנגעצויגנקייט‬ ‫צוליב די קינדער‪ ,‬און מיר האבן געוואלט האפן אז דאס איז נישט‬ ‫קיין דראאונג חלילה אויף דעם גאנצן שטוב‪.‬‬ ‫זיך געפינענדיג אין דעם קלעם‪ ,‬האב איך רעאליזירט אז קיינער‬ ‫קען מיר אצינד נישט העלפן אויסער דער רבונו‪-‬של‪-‬עולם אליין‪,‬‬ ‫נאר ער איז דער וואס קען מיר העלפן און ארויסנעמען פון דעם‬ ‫פראבלעם‪ .‬איך האב דעמאלס געשמועסט מיט מיין ווייב און‬ ‫איין אויפדערנאכט‪ ,‬ווען יעדער איז שוין געשלאפן‪ ,‬האבן מיר זיך‬ ‫ארויסגעלאזט צום קבר פון דעם הייליגן ריבניצער צדיק‪ .‬א גאנצע‬ ‫נאכט זענען מיר דארט געשטאנען‪ ,‬איך ביי די מענער זייט און זי ביי‬ ‫די פרויען זייט‪ ,‬מיר האבן זיך ביידע אויסגעגאסן דאס הארץ פארן‬ ‫אויבערשטן‪ .‬איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהילים מיט בכיות און‬ ‫שטארק געבעטן ביים אויבערשטן‪.‬‬ ‫עס איז שוין געווען פרי פארטאגס‪ ,‬ווען מיר זענען אוועקגעגאנגען‬ ‫פון דארט‪ ,‬מיט הערצער פול מיט האפענונג אז דער אויבערשטער‬ ‫האט אויסגעהערט אונזערע תפילות און מיר זענען שוין געהאלפן‬ ‫געווארן דארט‪.‬‬

‫אהיים אהיים‬ ‫אז א איד איז מתפלל צום באשעפער‪ ,‬הערט אים דער‬ ‫אויבערשטער אויס‪ .‬די ישועה איז טאקע אנגעקומען פיל שנעלער‬ ‫ווי ערווארטעט‪ .‬מיין מיידל האט געמוזט ארויסגיין פון שטוב אויף‬ ‫א קורצע וויילע‪ ,‬זי האט זיך אריבערגעצויגן צו איר זיידע און באבע‪,‬‬ ‫און מיר האבן שוין אפילו אנגעהויבן צו פלאנען וואו מיר קענען איר‬ ‫פארשיקן אויף שטענדיג‪ ,‬פארשטייענדיג אז דאס איז נישט קיין‬ ‫תועלת אויף דעם וועג און קיינער וועט נישט בענעפיטירן אז זי‬ ‫וועט זיך געפינען אין שטוב‪.‬‬ ‫איין טאג ווען איך בין אהיימגעקומען פון די ארבעט‪ ,‬ענטפאגט‬ ‫מיר מיין ווייב מיט א בשורה‪ ,‬אז מיין טאכטער האט איר גערופן‪.‬‬ ‫"זי האט דיר גערופן"? האב איך זיך געוואונדערט‪.‬‬ ‫איך האב פארשטאנען אז אויב זי וואלט עפעס געדארפט‪,‬‬ ‫וואלט זי מיר דירעקט גערופן‪ .‬עס איז געווען א וואונדער אז זי האט‬ ‫דווקא גערופן מיין אשת‪-‬חיל‪.‬‬ ‫"וואס האט זי געוואלט"‪ ,‬האב איך געפרעגט‪.‬‬

‫"זי וויל אהיימקומען"!‬ ‫דאס איז שוין געווען פאר מיר א באמבע‪ ,‬איך האב עס פשוט‬ ‫נישט געווואלט גלייבן‪ .‬מיין טאכטער האט גערופן איר שטיף‪-‬‬ ‫מאמע אז זי וויל אהיימקומען צו אונזער שטוב? ‪ -‬דווקא מיין פרוי‬ ‫האט דאס אנגענומען מיט א פשטות‪" ,‬מיר האבן דאך מתפלל‬ ‫געווען פאר א ישועה און די ישועה איז געקומען‪ ,‬נישט אזוי"? – זי‬ ‫האט דאס אנגענומען אלס דבר פשוט מאוד‪.‬‬ ‫עס האט נישט גענומען לאנג און מיין טאכטער איז געווען צוריק‬ ‫ביי אונז אין שטוב‪.‬‬ ‫אנגעהויבן האט זיך פון דאן א נייע מסכתא‪ .‬די באציאונגען‬ ‫צווישן זיי צוויי זענען געווארן נאנטער און נאנטער‪ ,‬עס האט זיך‬ ‫כמעט נישט דערקענט די אלע טענות און ווייטאגן וואס איינער‬ ‫האט געהאט אויפן אנדערן‪ ,‬זיי האבן זיך איינגעלעבט בשלום‬ ‫ובשלוה‪ ,‬אן קיין שפיר פון די אלטע צייטן‪.‬‬ ‫וואס עס איז געשען אינמיטן און ווי אזוי דער טויש איז געווארן‪,‬‬ ‫האב איך נישט קיין אהנונג‪ ,‬און איך האב קיינמאל נישט געעפנט‬ ‫דעם שמועס מיט מיין טאכטער‪ .‬אבער איין זאך איז זיכער‪ ,‬אז ווען‬ ‫א איד איז מתפלל צום אויבערשטן‪ ,‬הערט מען אים אויס פון אויבן‬ ‫און מען ערפילט זיין בקשה‪.‬‬

‫בנים האהובים‬ ‫מיין בחור'ל האב איך גראדע יא געדארפט פארשיקן אין א ווייטע‬ ‫ישיבה‪ ,‬אבער זייענדיג פון דער ווייט האב איך אנגעקניפט מיט אים‬ ‫נאנטע באציאונגען‪ .‬איך פלעג אים פארן באזוכן פון צייט צו צייט‬ ‫און ער פלעגט אהיימקומען אויף שבתים‪ .‬במשך די יארן האט ער‬ ‫אנגעהויבן מיט מיר אן אפענעם קשר‪ ,‬ער פלעגט זיך דורכרעדן מיט‬ ‫מיר אויף יעדן ענין און געטרויעט מיין מיינונג‪ .‬ווען ער האט געהאט‬ ‫פראבלעמען אין ישיבה‪ ,‬האב איך אים ארויסגעהאלפן און מייעץ‬ ‫געווען אויף טריט און שריט‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן‪ ,‬אז איך האב ווידער‬ ‫געקענט אוועקשטעלן מיין שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן‪ .‬מיין‬ ‫טאכטער איז א כלה געווארן אין א מזל'דיגע שעה‪ ,‬טוענדיג א‬ ‫הערליכן שידוך מיט וועמען זי האט אויפגעשטעלט א אידישע‬ ‫שטוב‪ .‬אויך מיין שטיף‪-‬זוהן איז ב"ה א חתן געווארן בשעטו"מ ‪,‬מען‬ ‫האלט שוין אצינד א יאר נאך די חתונה און זיי לעבן ב"ה גליקליך‬ ‫און צופרידן‪.‬‬ ‫במשך די יארן האב איך זיך אויסגעלערנט צו זען סייעתא דשמיא‬ ‫אויף טריט און שריט‪ ,‬זעענדיג ווי אזוי דער אויבערשטער נעמט‬ ‫ארויס מענטשן פון די שווערסטע מצבים‪ .‬אמאל קוקט עס אויס ווי‬ ‫עס איז ממש עק וועלט און מען האט נישט קיין השגה ווי אזוי זאכן‬ ‫קענען בעסער ווערן און ווי אזוי מען קען ארויסקריכן דערפון‪ ,‬אבער‬ ‫ווען מען איז מתפלל צום אויבערשטן זעט מען גרויסע ישועות‪ ,‬און‬ ‫סוף הכבוד לבוא – דער אויבערשטער מאכט ליכטיג ארום און מען‬ ‫זעט די חסדים פונעם אויבערשטן‪.‬‬ ‫איך וועל צוענדיגן מיט א ברכה פאר אלעמען‪ ,‬איר זאלט קיינמאל‬ ‫נישט וויסן פון קיין צרות‪ ,‬אבער אין פאל חלילה וחס אז א איד גייט‬ ‫דורך שווערע מצבים‪ ,‬זאל ער וויסן אז עס איז נישט פארפאלן‪ ,‬דער‬ ‫אויבערשטער קען אלעמאל העלפן‪ ,‬אפילו עס קוקט נישט אויס‬ ‫קיין ישועה אויפן האריזאנט‪ .‬אין דער ריכטיגער מינוט העלפט דער‬ ‫אויבערשטער און די ישועה קומט צו גיין שנעל און גיך‪.‬‬

‫‪110 / THE BORO PARK VIEW / December 4, 2019‬‬ ‫‪www.thebpview.com / 718.408.8770‬‬


Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.