Heimishe Newsheet Vayakhel

Page 84

‫פון די מענטשן איידער מען האט געבויט די‬ ‫קרעמיטאריומס‪ ,‬זענען ווידעראמאל צוגעגרייט‬ ‫געווארן‪ .‬פרישע גריבער זענען אויך געגראבן‬ ‫געווארן‪ .‬אוישוויץ‪ ,‬דער גרעסטער מארד‪-‬פאבריק‬ ‫אין דער וועלטס היסטאריע‪ ,‬וועט ארבעטן מיט דער‬ ‫גאנצער פארע‪.‬‬ ‫מען מוז עפעס טון צו ראטעווען די אומוויסנדע‬ ‫קרבנות‪.‬‬ ‫לויט ווי מיר האבן געשאצט‪ ,‬האבן די נאציס‬ ‫געפלאנט אומצוברענגען נאך א מיליאן מענטשן‪.‬‬ ‫פיל מאל האבן מיר זיך געוואונדערט פון וואו די‬ ‫דייטשן וועלן נעמען אזויפיל אידן; אבער צוביסלעך‪,‬‬ ‫לויט סימנים וואס מיר האבן באקומען און אליין‬ ‫באמערקט‪ ,‬האבן מיר פארשטאנען ווער עס וועט‬ ‫ברעכן אלע רעקארדן‪.‬‬ ‫די קרבנות וועלן זיין די אונגארישע אידן‪.‬‬ ‫מיר אלע האבן געמיינט ביז דאן‪ ,‬אז זיי זענען‬ ‫פארזיכערט און אפגעהיטן פון אלעם בייזן‪ .‬נאך אלע‬ ‫מעשיות‪ ,‬איז אונגארן דאן געווען א זעבסטשטענדיג‬ ‫לאנד‪ ,‬און די אידן האבן זיך נאך דארט געדרייט‬ ‫פריי‪ .‬אינ'אמת'ן וואלטן מיר נישט געטארט אפילו‬ ‫טראכטן אז דער אונגארישער פאלק‪ ,‬פון וועלכן די‬ ‫אידן זענען א טייל‪ ,‬זאל שווייגן און צוקוקן ווי אזוי‬ ‫מען פארניכטעט זייערע נעכטיגע פריינט און שכנים‪.‬‬ ‫אבער מיטאמאל האבן מיר שוין אלעס גוט‬ ‫פארשטאנען‪ .‬פון נאצישע צייטונגען‪ ,‬וואס איז‬ ‫פארשטייט זיך נישט געווען ערלויבט פאר די‬ ‫ארעסטאנטן צו ליינען אין אוישוויץ‪ ,‬זענען מיר‬ ‫אינפארמירט געווארן‪.‬‬ ‫מיר‪ ,‬די אלטגעזעסענע לייט פון אוישוויץ‪ ,‬האבן זיך‬ ‫שטענדיג פארשאפט די אומערלויבטע צייטונגען‪.‬‬ ‫דארט האבן מיר געזען און געליינט וועגן די אומרוען‬ ‫וואס קומען פאר אין אונגארן; מיר האבן ערהאלטן די‬ ‫נייעס אז דייטשע רעגימענטן האבן אריינמארשירט‬ ‫קיין אונגארן "כדי צו צוריקשטעלן דעם סדר"; מיר‬ ‫האבן געוואוסט אז מען האט געשטעלט סאלאשי‬ ‫– דער נאצי סימפאטיקער – אלס פרעמיער‪-‬‬ ‫מיניסטער‪ ,‬וואס איז סך‪-‬הכל געווען א נאכטאנצער‬ ‫פון די דייטשע פארשאלטענע פירער‪ ,‬א מענטש פון‬ ‫וועמען זיין אייגן לאנד האט פאר דעם אפגעלאכט‪.‬‬ ‫כאטש הארטי – דער פריערדיגער פירער – איז‬ ‫אפיציעל געבליבן דער פירער פון אונגארן‪ ,‬האט ער‬ ‫אבער געמוזט זיין א געטרייער באדינער פאר זיינע‬ ‫נייע הערשער – די דייטשן‪.‬‬ ‫אזוי איז אויסגעקומען אז פאר אונז אין אוישוויץ‪,‬‬ ‫דאס מערסטע אפגעזונדערטע און פארווארפענע‬ ‫פלאץ אויף דער וועלט‪ ,‬איז אנטפלעקט געווארן א‬ ‫סוד‪ ,‬וואס נאר הויכע נאצי‪-‬פירער אין בערלין האבן‬ ‫געוואוסט‪.‬‬

‫אביסל שפעטער איז דער ביטערער ווארהייט‬ ‫אריבער פון מויל צו אויער‪ ,‬פון א הויכראנגיגן נאצי‬ ‫צו א נידריגערן‪ ,‬ביז עס איז אנגעקומען צו אלע‬ ‫דייטשן אין אוישוויץ‪ .‬צום סוף האבן מיר געהאט‬ ‫דערויף קלארע באשטעטיגונגען פון עס‪-‬עס לייט‬ ‫וואס האבן געארבעט ביי די גאז‪-‬קאמערן און‬ ‫קרעמיטאריומס‪ .‬זיי פלעגן אפילו צווישן זיך רעדן‬ ‫און לאכן פון די "אונגארישע סאלאמי"‪ ,‬פון וואס זיי‬ ‫וועלן אין דער נאנט האבן אן א שיעור‪.‬‬ ‫איך האב געוואוסט אז די צייט איז געקומען‪.‬‬ ‫איך מוז אנטלויפן‪.‬‬ ‫כמעט צוויי יאר האב איך שוין געפלאנט צו‬ ‫אנטלויפן‪ .‬אין אנהויב – ווייל איך האב געוואלט‬ ‫זיין פריי; אבער דערנאך‪ ,‬נישט מיט פערזענליכע‬ ‫מאטיוון – איך האב געוואלט לאזן וויסן פאר דער‬ ‫וועלט וואס עס קומט דא פאר אין אוישוויץ‪.‬‬ ‫יעצט אבער‪ ,‬האב איך שוין געהאט א קריטיש און‬ ‫דרינגנד‪-‬וויכטיגער אורזאך צו אנטלויפן‪ .‬נישט כדי‬ ‫צו מעלדן פאר דער וועלט איבער א פארברעכן‬ ‫וואס איז באגאנגען געווארן‪ ,‬נאר צו דערציילן און‬ ‫שרייען אויף א שרעקליכע טראגעדיע וואס קען‬ ‫נאך פארמיטן ווערן‪ ,‬מיטן באשעפער'ס הילף‪ .‬איך‬ ‫האב געדארפט ווארענען די אונגארישע אידן‪ ,‬זיי‬ ‫זאלן שטעלן א ווידערשטאנד און זיך נישט לאזן‬ ‫אריינטרייבן אין די געטאס‪ .‬איך מוז זיי מוטיגן זיך‬ ‫צו ארגאניזירן און ווערן אויטאמאטיש א מיליטער‬ ‫פון א מיליאן מענטשן‪ ,‬וואס די דייטשן וועלן נישט‬ ‫קענען בייקומען‪ ,‬און אזוי ארום זיך ראטעווען די‬ ‫לעבנס‪.‬‬ ‫מיט דעם אלעם‪ ,‬האב איך געוואוסט און נישט‬ ‫גרינגעשעצט די שרעקליכע שוועריקייטן וואס‬ ‫ווארטן מיר אפ ביים אנטלויפן‪ .‬אוישוויץ איז געווען‬ ‫מער און שטארקער באוואכט ווי יעדער אנדער‬ ‫לאגער אין גאנץ אייראפע‪ .‬די ברוטאלע נאציס האבן‬ ‫נישט געוואלט אז די וועלט זאל געוואויר ווערן‬ ‫וואס עס קומט פאר דארט און אנטפלעקן זייער‬ ‫שרעקליכן סוד; זיי האבן געוואוסט אז עס איז גענוג‬ ‫אז איין זאך זאל ארויסרינען פאר דער גרויסער‬ ‫וועלט‪ ,‬און זיי וועלן נישט אזוי גרינג קענען פירן די‬ ‫טויזנטער אידן צו דער שחיטה ווי ביז יעצט‪.‬‬ ‫***‬ ‫פאר מיינע אויגן איז אלעמאל געשטאנען וואס עס‬ ‫קען פאסירן אויב מען פרובירט פון דא צו אנטלויפן‪.‬‬ ‫איך האב גוט געוואוסט וואס עס ווארט אפ פאר אן‬ ‫ארעסטאנט וואס ווערט געכאפט אדער פלאנירט‬ ‫נאר דאס צו טון‪ .‬נישט מער ווי זיבן טעג נאכן‬ ‫אנגעקומען צו דעם גיהינום אוישוויץ‪ ,‬האב איך דאס‬ ‫בייגעוואוינט‪.‬‬

‫וואס האט דאן פאסירט? ווער האט פרובירט צו אנטלויפן און ווי אזוי האט מען זיי‬ ‫געכאפט? – פארזעצונג קומענדיגע וואך‪ ,‬אי"ה!‬


Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.