Issue 79

Page 181

‫עס זענען אריבער קוים עטליכע‬ ‫וואכן זינט דער ביליאנער ביזנעסמאן‬ ‫דאנעלד טראמּפ האט דערשטוינט און‬ ‫שאקירט די גאנצע וועלט מיט’ן געווינען‬ ‫די ּפרעזידענטליכע וואלן קעגן אלע‬ ‫ערווארטונגען‪ ,‬און דער ּפרעזידענט‪-‬‬ ‫ערוויילט האט שוין געוויזן זייער קלאר‬ ‫אז זיין ּפרעזידענטשאפט וועט געפירט‬ ‫ווערן ענליך ווי זיין קאמּפיין‪ ,‬ד”ה‪ ,‬פיל מיט‬ ‫דראמע און אומגעראכטענע סורּפרייזעס‪.‬‬ ‫צווישן די פילע זאכן וואס טראמּפ האט‬ ‫געטאן די לעצטע ּפאר וואכן‪ ,‬ארויסרופנדיג‬ ‫אויפגעהויבענע אויגן‪-‬ברעמען‪ ,‬איז‬ ‫געווען עטליכע קאנטראווערסיעלע‬ ‫טעלעפאן רופן צווישן דעם ּפרעזידענט‪-‬‬ ‫ערוויילט און אנדערע פירער‪ ,‬ספעציעל‬ ‫זיינע געשּפרעכן מיט’ן ּפאקיסטאנער‬ ‫ּפרעמיער מיניסטער און נאכמער דער‬ ‫העכסט‪-‬אומגעווענליכער טעלעפאנישער‬ ‫שמועס צווישן טראמּפ און די ּפרעמיער‬ ‫מיניסטארשע פון טייוואן‪ ,‬טצאי אינג‪-‬וואן‬ ‫‪ -‬א רוף וואס איז שוין נישט פארגעקומען‬‫נאנט צו ‪ 40‬יאר‪ ,‬זינט ‪ ,1979‬ווען אמעריקע‬ ‫האט אנגעקניּפט פריינדליכע באציאונגען‬ ‫מיט דער קאמוניסטישער כינע‬ ‫(טאיוואן איז א געוועזענער חלק פון‬ ‫כינע‪ ,‬אבער זינט דער קאמוניסטישער‬ ‫רעוואלוציע אין ‪ ’949‬האט זי זיך‬ ‫אּפגעריסן פון כינע‪ ,‬און איינגעשטעלט‬ ‫א זעלבסשטענדיגע דעמאקראטישע‬ ‫רעגירונג‪ ,‬און כאטש אמעריקע איז‬ ‫אומאפיציעל אליאירט מיט טאיוואן‬ ‫און פארפליכטעט איר צו העלפן אין‬ ‫פאל זי קומט אונטער א געפאר‪ ,‬איז‬ ‫אבער ‘אפיציעל’ נישט פאראן קיינע‬ ‫דיּפלאמאטישע באציאונגען צווישן די‬ ‫צוויי לענדער‪).‬‬ ‫מיר זענען נישט אויסן דא אריינצוגיין‬

‫‪THE MONSEY VIEW / 181‬‬

‫אין דער ּפאליטישער זייט פון דער‬ ‫קאנטראווערסיע‪ .‬די איבערקערענישן‬ ‫איבער דעם טעלעפאן רוף האט אבער‬ ‫געברענגט צו דער אויבערפלאך אן‬ ‫אנדערער מערקווירדיגער דעטאל‪:‬‬ ‫וויאזוי ווערט אראנזשירט א רוף צווישן‬ ‫וועלט פירער און דעם ּפרעזידענט פון‬ ‫אמעריקע?!‬ ‫ווי יעדער פארשטייט איז דער‬ ‫דער‬ ‫ּפרעזידענט‬ ‫אמעריקאנער‬ ‫מאכטפולסטער מענטש אין דער וועלט‪.‬‬ ‫קיין שום מענטש אין דער וועלט‪ ,‬ווי חשוב‬ ‫ער זאל נאר זיין‪ ,‬קען נישט סתם אזוי‬ ‫אויפהייבן א טעלעפאן און זיך פארבונדן‬ ‫מיט אים‪ .‬אין פאקט איז יעדער טעלעפאן‬ ‫רוף א גאנצע אּפעראציע פאר זיך‪.‬‬ ‫אין איינע פון די אימעילס פון פרוי‬ ‫קלינטאן וואס זענען ארויסגערינען‬ ‫דורכאויס דעם פארלאפענעם ּפרעזידענט‬ ‫קאמּפיין זעט מען ווי זי באקלאגט זיך‬ ‫אלס סעקרעטערי אף סטעיט‪ ,‬אין ‪,’010‬‬ ‫אז אפילו זי קען נישט צוקומען צום‬ ‫ּפרעזידענט‪ ,‬דורכ’ן טעלעפאן‪ ,‬ווען זי‬ ‫וויל‪“ .‬איך קריג זיך מיט דעם ווייסן הויז‬ ‫אּפעראטאר וועלכער גלייבט נישט אז איך‬ ‫בין ווער איך זאג אז איך בין‪”...‬‬

‫“ווער איז דזשאן?”‬ ‫דער הויכראנגיגער געהילף צו‬ ‫ּפרעזידענט בוש (דער צווייטער‪.‬‬ ‫אויך באוואוסט אלס “בוש ‪ )”43‬האט‬ ‫אויפגעהויבן דעם טרייבל‪ ,‬ענדליך זענען‬ ‫ביידע זייטן שוין גרייט צו רעדן‪ ,‬אבער צו‬ ‫זיין שאק און שוידער האט ער געהערט‬

‫עמיצן רעדן אויף דער אנדערער זייט‬ ‫טעלעפאן‪.‬‬ ‫“ווער רעדט דארט? וויאזוי האסטו זיך‬ ‫דא אריינבאקומען?!” ער האט אליין נישט‬ ‫געוואוסט אז ער קען אזוי הויך שרייען‪.‬‬ ‫ער איז געווען ממש פארפרוירן‪ ,‬נאר דאס‬ ‫פעלט אים אויס געוואויר צו ווערן אז‬ ‫עּפעס ַאן אמעריקאנער יוגנטליכער האט‬ ‫באוויזן זיך אריינצוכאּפן אין איינעם פון די‬ ‫געהיימסטע קאמוניקאציע סיסטעמען אין‬ ‫דער וועלט‪.‬‬ ‫“דא רעדט דזשאן‪”.‬‬ ‫“דזשאן ווער?!” ער איז געווען אויסער‬ ‫זיך‪.‬‬ ‫“דזשאן האווארד‪”.‬‬ ‫“אה‪ ,‬אנטשולדיגט‪”.‬‬ ‫ערשט יעצט האט דער הויכראנגיגער‬ ‫געהילף געכאּפט אז ער רעדט דא צום‬ ‫אויסטראלישן ּפרעמיער מיניסטער‪,‬‬ ‫טאקע דער מיט וועמען פרעזידענט‬ ‫בוש דארף יעצט רעדן‪ ,‬און וואס האט‬ ‫שוין אויפגעהויבן דעם טעלעפאן פון‬ ‫דער אנדערער זייט‪ ...‬א פארשעמטער‬ ‫האט ער איבערגעגעבן דאס טרייבל פאר‬ ‫ּפרעזידענט בוש און ער האט זיך שנעל‬ ‫ארויסגעשלייכט פון צימער‪.‬‬ ‫ס’מאכט זיך ווייניג מאל אז דער‬ ‫הויכראנגיגער געהילף ‪ -‬וועמענ’ס נאמען‬ ‫איז נישט פארעפנטליכט געווארן אבער‬ ‫מען קען זיך פארשטעלן אז ס’איז איינער‬ ‫פון די נאנטסטע מענטשן צום ּפרעזידענט‬ ‫ זאל האבן אזא געזונטן דורכפאל‪ .‬אבער‬‫מ’קען זייער גרינג פארשטיין וויאזוי‬ ‫אזא זאך זאל ּפאסירן ווען מען נעמט אין‬ ‫אכט די שווערע אונטערנעמונג און פילע‬ ‫לאגיסטישע דעטאלן וואס מ’גייט אדורך‬ ‫איינצושטעלן א טעלעפאן רוף צווישן‬ ‫די העכסטע פירער פון צוויי וויכטיגע‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.
Issue 79 by The Monsey View - Issuu