Issue 34

Page 131

‫בית‪-‬המדרש תהלה למשה‬ ‫מעט הכמות – רב האיכות‬ ‫איינע פון די זעלטענע בתי מדרשים וואס כלל‪-‬‬ ‫ישראל פארמאגט‪ ,‬איז בלי ספק דער באקאנטער‬ ‫בית‪-‬המדרש תהלה למשה דיערמיאש‪ ,‬וואס איז‬ ‫לאקירט אין סאפערן‪ ,‬ניו‪-‬יארק‪ .‬דער בית‪-‬המדרש‬ ‫איז א יחיד במינו‪ ,‬אייגנארטיג און פארצייטיש‪,‬‬ ‫ארויסברענגענדיג דעם אמאליגן אלטן חן פון‬ ‫אונזער שטאט מאנסי‪.‬‬ ‫קליין איז דער בית‪-‬המדרש בכמות‪ ,‬אין‬ ‫די היינטיגע טערמינען פון גרויסקייט וואלט‬ ‫זי באצייכנט געווארן אלס 'קוים א ברעקל'‪ ,‬זי‬ ‫פארמאגט אפילו נישט קיין אייגענע בנין און‬ ‫געפינט זיך אין אן אונטערשטע שטאק פון א הויז‪.‬‬ ‫פארט איז דער שוהל א רב האיכות‪ ,‬פיל מיט תוכן‬ ‫און קאלירפולקייט‪ ,‬בשעת עס שפרודלט מיט‬ ‫א שמחת החיים און אין רוחניות‪ .‬עס איז גאר א‬ ‫וואונדער ווי אזוי עס גייט אריין אזויפיל איכות אין‬ ‫אזא קליינער מקום‪.‬‬

‫תחילה למקראי קודש‬ ‫דער דאזיגער בית‪-‬המדרש טראגט מיט זיך‬ ‫אן אלטער היסטאריע‪ ,‬בשעת זי איז געגרינדעט‬ ‫געווארן מיט אכט‪-‬און‪-‬פערציג יאר צוריק‪ ,‬דורך‬ ‫די גוטהייצונג פון הרבני הנכבד מו"ה ר' ראובן‬ ‫שמעון סטאמפ ע"ה‪ ,‬וועלכער האט געוואלט‬ ‫אויפשטעלן א זכר לעילוי נשמת זיינע עלטערן‪,‬‬ ‫יוצאי העיר יערמיאש‪ ,‬און דורכדעם פאראייביגן‬ ‫די קדושים וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש‬ ‫השם בשנות הזעם‪ ,‬הי"ד‪.‬‬ ‫דער דאזיגער בית‪-‬המדרש איז געגרינדעט‬ ‫געווארן מיט די שכנים פון ארום‪ ,‬און באשטייט‬ ‫ביזן היינטיגן טאג פון א געמיש צווישן אשכנזי'שע‬

‫‪131‬‬

‫‪T H E M O N SE Y VI E W /‬‬

‫יערמיאש‬

‫אידן און ישיבי'שע תורה'דיגע אידן‪.‬‬ ‫דער ערשטער שבת וואס מען האט געדאוונט‬ ‫אין בית‪-‬המדרש איז געווען‪ ,‬שבת פרשת בא שנת‬ ‫תשכ"ח לפ"ק‪ ,‬דעמאלס איז דער בית‪-‬המדרש‬ ‫געגרינדעט געווארן לתפארת עירנו מאנסי יע"א‪.‬‬ ‫שבת פארן ליינען איז פארגעקומען א דרשה אין‬ ‫בית‪-‬המדרש לרגל די באנייאונג פון בית‪-‬המדרש‪.‬‬ ‫דארט איז ארויסגעברענגט געווארן די גרויסע‬ ‫ליידן פון כלל‪-‬ישראל בשנות הזעם‪ ,‬ווי אויך‬ ‫דאס שיינקייט פון כלל‪-‬ישראל אין די היינטיגע‬ ‫טעג‪ ,‬טראצדעם וואס מען איז אריבערגעגאנגען‬ ‫אזויפיל צרות יגון ואנחה‪ ,‬האט מען זיך באוויזן צו‬ ‫פאראייניגן און זיך צוריק מאחד זיין אינאיינעם‬ ‫מיט די מטרה צוריק אויפצובויען אידישקייט פון‬ ‫אונטער די חורבות‪ ,‬און אצינד איז מען זוכה צו‬ ‫משלב זיין דעם עבר מיטן הווה‪ ,‬דורכ'ן באנייען‬ ‫דעם בית‪-‬המדרש יערמיאש‪ ,‬לזכרם פון די‬ ‫קדושים הי"ד‪ .‬עס איז נישט געבליבן קיין טריקן‬ ‫אויג צווישן די מתפללי בית‪-‬המדרש‪.‬‬

‫וילך ויגדל‬ ‫וה' ברך את הקהילה‪ ,‬במשל די יארן איז‬ ‫נתרבה געווארן ספסלי בית‪-‬המדרש‪ ,‬אידן‬ ‫האבן אנגעהויבן נוצן דעם בית‪-‬המדרש און מען‬ ‫האט שוין מוסיף געווען א מנין שחרית אויף‬ ‫אינדערוואכן‪ ,‬האט מען דעמאלס מחליט געווען‬ ‫צו קויפן א הויז פאר אן אייגענעם בית‪-‬המדרש‪.‬‬ ‫אין יאר תשמ"ו לפ"ק האט מען ענדליך‬ ‫אפגעקויפט דעם נייעם בנין‪ ,‬עס האט דעמאלס‬ ‫געהייסן א גרויסן ברייטן ארט‪ .‬דארט האט מען זיך‬ ‫צוזאמענגענומען צום דאווענען און צום לערנען‪,‬‬ ‫און די שכנים אין געגנט האבן זיך געשפירט‬

‫באקוועם‪ ,‬מיט אן אייגענעם בנין‪ ,‬אייגענע פיר‬ ‫ווענט וואו אנצופירן מיט אלע אקטיוויטעטן‪.‬‬ ‫עס מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער‬ ‫שוהל האט באוויזן צו מאכן א מהפכה של ממש‬ ‫אין דעם גאנצן סאפרן געגנט‪ .‬אין די ערשטע‬ ‫יארן האבן דארט געוואוינט אידן וואס זענען‬ ‫געווען גאר ווייט פון א אידישן לעבנס שטייגער‪.‬‬ ‫צוביסלעך האט דער ליכטיגקייט פון דעם בית‪-‬‬ ‫המדרש אריינגעשיינט אויך אויף די דאזיגע אידן‬ ‫און זיי מקרב געווען צו אמת'ע ערליכקייט און‬ ‫אידישקייט‪ .‬היינט זענען פאראן פיל אידן וועלכע‬ ‫שפירן אין דעם ארט א חלק פון זייער לעבן‪ ,‬די‬ ‫דאזיגע שפירן אז זיי קענען זיך כמעט נישט באגיין‬ ‫אן דעם בית‪-‬המדרש‪.‬‬

‫אקטיוויטעטן און פעולות‬ ‫היינט צו טאגס איז דער בית‪-‬המדרש‬ ‫מעט הכמות און רב האיכות‪ .‬קוקנדיג אויף די‬ ‫פילפארביגע פעולות וואס קומען ארויס פון דעם‬ ‫ארט‪ ,‬שטעלט זיך ארויס אז דער בנין איז קליין‬ ‫פאר דעם צורך וואס עס פעלט אויס אויפן ארט‪.‬‬ ‫עס איז פאראן דארט א היכל התפילה‪ ,‬קאווע‬ ‫שטוב‪ ,‬און עזרת‪-‬נשים‪ ,‬וואס ווערט באנוצט אין‬ ‫די וואכן טעג אלס מקום לשיעורי תורה און אמאל‬ ‫אויך אויף צום דאווענען‪.‬‬ ‫אין קהל תהילה למשה איז פאראן איין מנין‬ ‫שחרית‪ ,‬איין מנין מנחה און צוויי מנינים מעריב‪.‬‬ ‫דאס איז אלעס אין געהעריגע טעג‪ ,‬אין בין‪-‬‬ ‫הזמנים קען זיך מאכן מער מנינים‪ ,‬דורך בחורים‬ ‫אדער געסט וואס דרייען זיך דארט דורך‪.‬‬ ‫יעדע ליל שישי איז פאראן א שיעור אין חומש‬ ‫רש"י‪ ,‬וואס ווערט פארגעלערנט דורך הרב ראובן‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.