Skip to main content

Issue 31

Page 117

‫אריינצוגיין‪ ,‬שטענדיג וועט ער דארט געפינען‬ ‫תלמידי חכמים און יודעי ספר וואס וועלן קענען‬ ‫ענטפערן דערויף‪ .‬צומאל מאכט זיך א ריתחא‬ ‫דאורייתא צווישן די לומדי בית‪-‬המדרש‪ ,‬איבער‬ ‫א געוויסער תורה'דיגע נושא אדער אן ענין וואס‬ ‫איז אצינד אקטועל‪ .‬כסדר הערשט דארט א רוח‬ ‫פון תורה‪.‬‬

‫תורה ותפילה‬ ‫בית‪-‬המדרש ווילעדניק איז אויך א‬ ‫פארנומענער ווירבלדיגער ארט‪ ,‬מיט מנינים‬ ‫לתפילה‪ .‬אויפן ארט איז פאראן א באקוועמער‬ ‫מקוה מיט צוויי בורות לטבילה‪ ,‬להכנה לפני‬ ‫התפילה‪ ,‬ווי אויך קאווע אין אלע שעות פון טאג‪.‬‬ ‫עס איז אויך פאראן א כלים מקוה‪ ,‬וואו מען קען‬ ‫קומען טובל'ען כלים‪ ,‬לתועלת הציבור‪.‬‬ ‫כמעט יעדע שעה איז פאראן דארט א מנין און‬ ‫א איד קען כסדר אריינקומען אהין כאפן א מנין צו‬ ‫דאווענען‪ .‬באזונדער מוז ארויסגעברענגט ווערן‬ ‫דער עלעוו‪-‬אזייגער מנין אויף מעריב‪ ,‬וואס איז‬ ‫א גרויסער תועלת און אויפטוה פאר די שכנים‬ ‫און ארומיגע אידן‪ ,‬וויבאלד עס איז נישט בנמצא‬ ‫צו געפינען א מעריב מנין אין דער שפעטער שעה‪,‬‬ ‫אויסער אין ווילעדניק‪.‬‬ ‫אזוי ווי אין יעדע פארנומענער בית‪-‬המדרש‪,‬‬ ‫קען מען אין ווילעדניק כסדר קויפן פארשידענע‬ ‫פראדוקטן און עסנווארג‪ ,‬א ברייטער אויסוואל פון‬ ‫מזונות און טרינקען‪ ,‬כיד ה' הטובה‪.‬‬ ‫אנדערש ווי פיל בתי‪-‬מדרשים‪ ,‬דינט בית‪-‬‬ ‫המדרש שארית ישראל ווילעדניק‪ ,‬אין אלע‬ ‫שעות פון טאג‪ .‬פאראן בתי מדרשים וואס ווערן‬ ‫פארשפארט ביינאכט‪ ,‬אדער אין אנדערע צייטן‪.‬‬ ‫ווילעדניק איז אפן פיר‪-‬און‪-‬צוואנציג שעה אין‬ ‫טאג‪ ,‬זיבן טאג א וואך‪ .‬דאס איז א‬ ‫בית‪-‬המדרש וואס איז קיינמאל‬ ‫נישט פארשפארט‪ ,‬ווען אימער‬ ‫א איד וויל אריינקומען דינען‬ ‫דעם אויבערשטן‪ ,‬שטייט דער‬ ‫בית‪-‬המדרש גרייט מיט אפענע‬ ‫טויערן אריינצונעמען אידישע‬ ‫קינדער‪.‬‬ ‫דעריבער קען מען טאקע‬ ‫כמעט שטענדיג געפינען אידן‬ ‫אין בית‪-‬המדרש‪ .‬ביז איינס‬ ‫אזייגער ביינאכט זיצן אידן דארט‬ ‫און לערנען‪ ,‬ווידער אום פיר‪-‬‬ ‫אזייגער פארטאגס באווייזן זיך‬ ‫שוין די משכימי קום וואס זענען‬ ‫פון די עשרה ראשונים להשכים‬ ‫לבית השם‪.‬‬

‫זכור אותם לטובה‬ ‫בית‪-‬המדרש שארית ישראל‬ ‫ווילעדניק‪ ,‬איז באקאנט מיט‬ ‫איר צוגעשטעלטקייט און‬ ‫אויפגערוימטקייט‪ ,‬מיט וואס‬ ‫זי צייכנט זיך אויס‪ .‬דאס קומט‬

‫‪117‬‬

‫‪T H E M O N SE Y VI E W /‬‬

‫אור און ליכטיגער טורעם אויפן גאנצן געגנט‬ ‫ארום‪ .‬עס איז דאס איינציגסטער חסידי'שער ארט‬ ‫אין געגנט‪ ,‬וואו עס הערשט אזא שטארקער רוח‬ ‫פון תורה און וואו מען קען זיך דערווארעמען מיט‬ ‫א בלאט גמרא‪ ,‬ארומגענומען מיט תלמידי חכמים‬ ‫ויודע ספר‪.‬‬ ‫ווי באקאנט ווערט אפגעראכטן אין בית‪-‬‬ ‫המדרש א יערליכער מלוה‪-‬מלכה‪ ,‬אין די מוצאי‬ ‫שבת איידער די יארצייט פון דער צדיק פון‬ ‫ווילעדניק‪ .‬דארט קומען זיך צוזאמען אלע שכנים‪,‬‬ ‫תומכים ומעריצים פון דעם בית‪-‬המדרש‪ ,‬ווי אויך‬ ‫אלע וואס שפירן א התקשרות און חלק צו דער‬ ‫צדיק פון ווילעדניק‪.‬‬ ‫איין יאר‪ ,‬אין די טעג פאר די מלוה‪-‬מלכה‪ ,‬איז‬ ‫אנגעקומען אן אנאנימער בריוו פון א שכן‪ ,‬וואס‬ ‫האט פארגעשטעלט זיין לעבן‪ ,‬ווי אזוי ער איז‬ ‫ארויסגעשיקט געווארן פון זיין דירה וואו ער האט‬ ‫געוואוינט פון פריער און איז געצווינגען געווארן‬ ‫צו געפינען א דירה אין דער שנעלקייט‪ .‬בלית‪-‬‬ ‫ברירה האט ער שנעל געפינען א דירה אין א געגנט‬ ‫וואס ער רופט אן אין דעם בריוו "דעם וואונקל פון‬ ‫ספרינג‪-‬וואלי"‪ .‬דער יונגערמאן איז געווען זייער‬ ‫צובראכן ביי זיך‪ ,‬אז ער האט געמוזט אנקומען אין‬ ‫אן ארט וואס איז נישט לכתחילה געווען לרוחו‪,‬‬

‫אבער נישט צו גיין צופיס‪ ,‬א גרויסער עבודה ליגט‬ ‫אריינגעלייגט דערין‪ ,‬אז דער בית‪-‬השם זאל זיין‬ ‫צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין‪.‬‬ ‫עס דארף דעריבער דערמאנט ווערן לטובה‬ ‫דער איבערגעגעבענער גבאי מיום הווסדו‪,‬‬ ‫הרה"ח ר' ירמיה גאלדבערגער שליט"א‪ ,‬דער גבאי‬ ‫נאמן דבית המדרש וואס פירט אויס זיין ארבעט‬ ‫בנאמנות און מאכט זיכער אז אלעס זאל קלאפן‬ ‫אויף אלע הונדערט פראצענט‪.‬‬ ‫אויך דארף דערמאנט ווערן לטובה‪ ,‬די פעולות‬ ‫פון דעם שמש‪ ,‬מו"ה ר' אורי פאלמאן הי"ו‪,‬‬ ‫וועלכער לייגט אריין כוחות הנפש אין דעם דאזיגן‬ ‫בית‪-‬השם‪ ,‬עס זאל זיין לכבוד וכראוי‪ .‬און ווי אזוי‬ ‫קען מען פארגעסן?! – דער געוועזענער שמש‬ ‫מו"ה ר' הערשל ווערצבערגער הי"ו‪ ,‬וואס לאנגע‬ ‫יארן האט ער געדינט אלס שמש‪ ,‬אריינלייגנדיג‬ ‫קאפ און מוח פאר די הצלחה פון בית‪-‬המדרש‪.‬‬ ‫א גרויסער חלק פון די הצלחה פון דעם בית‪-‬‬ ‫המדרש איז אים צו פארדאנקען‪ ,‬ישלם ה' פעלם‬ ‫ותהא משכורתו שלימה מעם השם‪ .‬עס איז נישט‬ ‫קיין ספק אז דער גרויסער כח פון דעם צדיק פון‬ ‫ווילעדניק‪ ,‬וואס דער בית‪-‬המדרש פאררופט זיך‬ ‫אויף זיין נאמען‪ ,‬באגלייט שטענדיג די דאזיגע‬ ‫וואס גיבן זיך איבער פאר דעם בית‪-‬המדרש און זיי‬ ‫ווערן שטענדיג באגלייט‬ ‫מיט א באזונדער סייעתא‬ ‫בית‪-‬המדרש‪ :‬שארית ישראל ווילעדניק‬ ‫דשמיא‪.‬‬

‫אנאנימער בריוו‬ ‫דארף‬ ‫עס‬ ‫ארויסגעברענגט ווערן‪,‬‬ ‫אז דער דאזיגער בית‪-‬‬ ‫המדרש דינט אלס מגדל‪-‬‬

‫אדרעס‪10 Youmans Drive :‬‬ ‫רב‪ :‬הרה"ג ר' חיים אבערלענדער שליט"א‬ ‫גבאי‪ :‬הרה"ח ר' ירמיה גאלדבערגער שליט"א‬ ‫שמש‪ :‬מו"ה ר' אורי פאלמאן הי"ו‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issue 31 by The Monsey View - Issuu