Skip to main content

Veker 10

Page 1

‫האדמו"ר הרש"ב פון ליובאוויטש ז"ל האט‬ ‫אמאל כאראקטעריזירט דעם ענין פון הקפות אום‬ ‫שמחת תורה אזוי‪" :‬מען טאנצט מיט דעם ספר‪-‬‬ ‫תורה בשמחה‪ ,‬מיט אן אפענעם קאפ און אן‬ ‫אפענעם הארץ‪ ,‬אבער בפנימי פנימיות גיסט‬ ‫זיך בלוטיגע טרערן‪".‬‬ ‫די פעולות נשגבות פון דעם וועקער'ס‬ ‫גאסט אויף יום‪-‬טוב‪ ,‬הרב יוסף יצחק יעקבסאן‪,‬‬ ‫שפיגלען גוט אפ דעם דאזיגן אידעאל‪ .‬אן ערשט‪-‬‬ ‫קלאסיגער רעדנער‪ ,‬געבענטשט מיט א זעלטענער‬ ‫כאריזמע און כוח פון הומאר‪ ,‬שטראלט ער ארויס‬ ‫זיין נשמה'דיגע טרערן פאר שומעי לקחו‪ .‬הרב‬ ‫יעקבסאנ'ס געבענטשטע כוחות קענען נאר‬ ‫פארמאסטן ווערן מיט זיין טיפן און ברענענדיגן‬ ‫זארג פאר כלל ישראל‪ ,‬פאר עלטערן און קינדער‪,‬‬ ‫בחורים און מיידלעך‪ ,‬און פאר די צוקונפטיגע‬ ‫דורות‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז א חסידישער איד בכל נימי‬ ‫נפשו‪ ,‬אבער ער שטעלט א העפטיגן ווידערשטאנד‬ ‫קעגן די וואס מיינען אז דאס דארף באדייטן‬ ‫בלינדע אויגן און א פארמאכטן הארץ‪ .‬דייקא מיט‬ ‫‪ / 2‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אן אפענעם קאפ און אן אפענעם הארץ קען א איד‬ ‫דערגרייכן צו שלימות‪ ,‬צו אמת‪ ,‬צו קרבת אלוקים‪.‬‬ ‫אין אונזער שמועס מיט הרב יעקבסאן‬ ‫דערציילט ער אונז וועגן די היימישע חסידישע‬ ‫אידן וועלכע קלאמערן אין אים‪ ,‬און זוכן‬ ‫אויטענטישע אידישקייט וואס רעדט צו זייער‬ ‫נשמה‪" .‬איך בין מסביר‪ ",‬זאגט הרב יעקבסאן מיט‬ ‫א פשטות ווען ער ערקלערט פארוואס אידן זענען‬ ‫משכימים לפתחו‪ .‬ער זאגט נישט סתם נאך הלכה‬ ‫למשה מסיני‪ ,‬נאר קריכט אריין אין דער נשמה פון‬ ‫א מצוה‪ ,‬דעם באדייט פון א יום‪-‬טוב‪ ,‬דעם טיפן ציל‬ ‫פון א הלכה‪.‬‬ ‫איינגעוואוינטע סאציאלע באגריפן מיינען‬ ‫אבסאלוט גארנישט ווען עס קומט צום אמת‪ .‬ווי‬ ‫א געזעלשאפט דארפן מיר קענען אנערקענען‬ ‫אונזערע פעלערן‪ ,‬און טוישן וואס עס פעלט נאר‬ ‫אויס פאר דער טובה פון אונז און אונזערע קינדער‪.‬‬ ‫אין אונזער ארטיקל ברענגען מיר הרב יעקבסאנ'ס‬ ‫פייערדיגע ווערטער וועגן דעם ריכטיגן צוגאנג צו‬ ‫דעם פארהייראטן לעבן באהבה וריעות‪ ,‬מיר געבן‬ ‫איבער זיינע רייד וועגן אידישקייט און אמונה‬


‫ וויאזוי צו אינספירירן אונזערע קינדער און‬‫תלמידים מיט אפנקייט און ערליכקייט‪ ,‬און מיר‬ ‫ציטירן די אנדערע זייט פון דער מטבע ‪ -‬וואס עס‬ ‫געשעט ווען אידישקייט ווערט אן עבודה זרה ר"ל‪,‬‬ ‫און ווערט דאמינירט דורך וואס "יענער" טוט אדער‬ ‫טראכט‪.‬‬ ‫מיר שפירן א זכיה צו קענען ברענגען א בליק‬ ‫אין תורת הרב יעקבסאן לכבוד דעם יו"ט סוכות‪,‬‬ ‫און לכבוד דעם "וועקער" נומער ‪ .10‬אונזער‬ ‫ציל איז צו ברענגען פאר אונזערע לייענער א‬ ‫קאלירפולן בליק אינערהאלב אידישקייט‪ ,‬און א‬ ‫פאנאראמע פון געדאנקען געשריבן דורך אונזערע‬ ‫לייענער‪ .‬מיר זענען דא צו זיין א שופר פאר יעדער‬ ‫דעה און דאגה וואס מוטשעט אונז‪ ,‬און צו ברענגען‬ ‫די בשורות פון שמחה און אינספיראציע‪.‬‬ ‫די אנדערע ארטיקלען אין דער יעצטיגן‬ ‫נומער שפיגלען אויך אפ אט דעם ציל‪ .‬די אידישע‬ ‫גאס איז פארנומען אין די לעצטע וואכן מיט א‬ ‫שערוריה איבער "בראקל" הינער‪ .‬אנשטאט זיך‬ ‫אינפארמירן מיט באצאלטע אנאנסן‪-‬ארטיקלען‬ ‫מיט פאליטישע מאטיוואציעס פאר דעם צד‬ ‫אדער יענעם צד‪ ,‬איז וויכטיג צו קענען דעם‬ ‫פשוט'ן מציאות‪ .‬הלכה איז געבונדן מיט'ן מציאות‪,‬‬ ‫און מ'קען נישט באשטימען דעם מציאות מיט‬ ‫פארנעפלטע פראזן‪.‬‬ ‫הגאון ר' אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען א‬ ‫קאנטראווערסיאלע פיגור בחייו‪ ,‬און ביז'ן היינטיגן‬ ‫טאג איז פאראן אן אומקלארקייט איבער זיין‬ ‫מהות‪ .‬אן נעמען א שטעלונג אויף זיינע שיטות‬ ‫בנוגע ציונות‪ ,‬גייט אביגדור אונגאר דורך פיר‬ ‫גרויסע שערוריות וועלכע האבן זיך אפגעשפילט‬ ‫מיט אים‪ ,‬און צענעמט די טענות אחת אחת‪ .‬מאנכע‬ ‫וועלן אפשר אוועקמאכן געוויסע אפאלאגעטיק‬ ‫ווי טאקע דאס‪" ,‬תירוצים"‪ .‬אבער אנדערע וועלן‬

‫קונה זיין א נייעם בליק אויף די פרשיות און אויף‬ ‫דער גרויסער פערזענליכקייט‪.‬‬ ‫א באזונדערע אפטיילונג איז געווידמעט דעם‬ ‫"שרייבן פארמעסט" וואס מיר האבן פראקלאמירט‬ ‫אין דעם פאריגן נומער‪ .‬די הערליכע דערציילונגען‬ ‫פון די דריי געווינער וועלן אייך מהנה זיין‪,‬‬ ‫באגלייט מיט נאך דערציילונגען לכבוד יו"ט‪.‬‬ ‫מיר ווילן טאקע באדאנקען די אלע וואס האבן‬ ‫אריינגעשיקט זייערע ווערק צו דער רעדאקציע‪.‬‬ ‫אין יעדן ארטיקל האט זיך דערקענט דער שווערער‬ ‫ארבעט‪ ,‬און חוץ די דריי געווינער‪ ,‬ווערן נאך ‪10‬‬ ‫ארטיקלען געדרוקט אין דעם יעצטיגן נומער און‬ ‫אין די קומענדיגע נומערן‪.‬‬ ‫ווי אלעמאל זענען מיר מעודד אונזערע‬ ‫לייענער אריינצושיקן זייערע ארטיקלען‪ .‬מיר‬ ‫דא אינעם וועקער זענען דא צו זיין אייער‬ ‫פלאטפארמע‪ ,‬צו לאזן הערן אייערע געדאנקען און‬ ‫מיינונגען‪ ,‬און אויסצושארפן אייערע טאלאנטן‪ .‬די‬ ‫רעדאקציע איז דא פאר אייך צו געבן "פידבעק"‬ ‫און קאנסטרוקטיווער קריטיק צו העלפן ברענגען‬ ‫אייער שרייבן‪-‬טאלאנטן צו העכערע שטאפלען‪.‬‬ ‫עס איז דא דאס פלאץ צו דאנקען אלע שטיצער‪,‬‬ ‫שרייבער און מגיהים‪ ,‬און באזונדער די וואס האבן‬ ‫ארויסגעהאלפן צו ברענגען דעם דאזיגן נומער‬ ‫צום דרוק‪ :‬אבא וויינער‪ ,‬י‪ .‬פלאוויוס‪ ,‬אביגדור‬ ‫אונגאר‪ ,‬קטלא קניא‪ ,‬ראובן‪ ,‬שלום שטיסל‪ ,‬חיים‬ ‫שטערן‪ ,‬און נאך‪ .‬א ספעציעלער דאנק פאר פינחס‬ ‫פאוועל פאר'ן אריינלייגן געוואלדיגע כוחות‬ ‫אהערצושטעלן דעם הערליכן גראפיק וואס גיט‬ ‫אזויפיל צו צו דעם געשמאק פונעם וועקער‪.‬‬ ‫א שמחת יום‪-‬טוב‪,‬‬ ‫המעוררים‬

‫אויב איר שפירט אז איר האט עפעס מיטצוטיילן מיט'ן ציבור‪,‬‬ ‫שיקט אריין אייערע ווערק צו ‪.vekerjournal@gmail.com‬‬ ‫מיר זענען דא פאר אייך צו דינען ווי אייער שופר‬ ‫און פלאטפארמע פאר טאלאנט‪.‬‬

‫דער דעדליין פאר דער קומענדיגער אויסגאבע איז מאנטאג‪ ,‬ב' כסלו‪ ,‬נאוועמבער ‪.20‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪3 /‬‬


‫אינהלאט‬

‫‪/2‬‬ ‫‪ /6‬בריוו‬ ‫‪ /15‬זמן שמחתינו במשנת קאנט‬ ‫ווארט פון דער רעדאקציע‬

‫נאר מיט נצחיות קען מען האבן אמת'ע‬ ‫שמחה ‪ /‬אברהם בענעדיקט‬

‫‪/22‬‬

‫מאזאאיק‬

‫חידושים אין טעקסט און אין בילדער פון‬ ‫אלץ און אלעמען ‪ /‬ראובן‬

‫‪/24‬‬

‫א הינער‪-‬שטורעם‬

‫א ניכטערן בליק אויף דער "בראקל"‬ ‫שערוריה ‪ /‬יידל‬

‫‪/37‬‬

‫בימים ההם‬

‫א רייזע צו דעם אמאל אין אויסגאבעס‬ ‫און ביכער ‪ /‬ראובן‬

‫‪/39‬‬

‫אידיש ווי א בריק‬

‫א באגעגעניש מיט א חסידיש‬ ‫פארפאלק ביי "מנשה" ‪ /‬נח בארערא‬

‫‪/42‬‬

‫א פלאם פון אמת און‬

‫מסורה‬ ‫אויסשליסליכער אינטערוויו מיט הרב‬ ‫יוסף יצחק יעקבסאן ‪ /‬ראובן‬

‫‪/61‬‬

‫א סוכה'לע א קליינע‬

‫א הויפן מחשבות איבער עקסטאזע און‬ ‫מעלאנכאליע ‪ /‬הילל בן שחר‬

‫‪/66‬‬

‫ווער וועט "אים" באשרייבן?‬

‫רעאקציע צו דעם אינטערוויו מיט פראפ'‬ ‫שמואל היילמאן ‪ /‬יהודה מאשקאוויטש‬ ‫‪ / 4‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫‪/76‬‬

‫גאט איבער אלעם‬

‫א טיפערן בליק אין תורת החסידות ‪/‬‬ ‫יוסף אלבוים‬

‫‪/88‬‬

‫נהמא דכיסופא‬

‫ווען דער נברא ווערט א בורא ‪/‬‬ ‫יצחק לאווי‬

‫‪/98‬‬

‫הרב קוק ‪ -‬הכצעקתה?‬

‫איבערזיכט אויף פיר סקאנדאלן וועלכע‬ ‫האבן פארפאלגט דאס לעבן פון‬ ‫הגראי" ‪‎‬ה קוק ‪ /‬אביגדור אונגאר‬

‫‪/118‬‬

‫ָּד ְכ ָר ַנ ּיָא‬

‫היסטאריקער שמעון שטיינמעץ שרייבט‬ ‫וועגן דער מאדנער היסטאריע פון דעם‬ ‫ר"ת "עכו"ם"‬

‫‪/124‬‬

‫מס' סגולות‬

‫פאראדיע מסכת מיט אלע אקטועלע‬ ‫הלכות פון סגולות שונות ומשונות ‪/‬‬ ‫יהודה אריה די‪-‬מדינה‬

‫‪/132‬‬

‫עצה‪-‬פלייצע‬

‫קטלא קניא ענטפערט לייענער'ס‬ ‫ספיקות און אינערליכע צעמישענישן‬

‫‪/137‬‬

‫מיין קינד‪ ,‬איך האב‬

‫דיך ליב!‬ ‫א ליבשאפט מאניפעסט פון א טאטן ‪/‬‬ ‫הילל‬

‫‪/142‬‬

‫בין הזמנים‬

‫פון חדר ביז כולל‪ ,‬א טוישנדער בליק ‪/‬‬ ‫א‪ .‬גאטדינער‬


‫‪/146‬‬

‫דער ראדימנער פראצעס‬

‫ווייטערדיגער קאפיטל פון דער‬ ‫דראמאטישער געשיכטע ‪/‬‬ ‫ד‪ .‬געוואגטקינד‬

‫וועקער‬ ‫שרייבן פארמעסט‬ ‫‪/155‬‬

‫פארמעסט געווינער!‬

‫‪/156‬‬

‫דבר השופטים‬

‫‪/159‬‬

‫אינטערוויו מיט'ן‬ ‫פארמעסט געווינער‬

‫‪/161‬‬

‫דעם טאטנ'ס משקה‬

‫קראם‬

‫זכרונות פון א טאטן א ירא שמים און אן‬ ‫איבערלעבער‬

‫‪/163‬‬

‫באהעלטערלעך‬

‫א וועלט פון ליכט אדער פינסטערניש‬

‫‪/165‬‬

‫צוליב א חוט השערה‬

‫קליינליכע הערעלעך ברענגען טיפע‬ ‫וואונדן‬

‫‪/168‬‬

‫בלויז אויף יוצא זיין?‬

‫א הלל‪-‬איבערלעבעניש‬

‫‪/171‬‬

‫דעם זיידנ'ס ירושה‬

‫א דור שפעטער לעבט איבער די‬ ‫פארפאלגונג פונעם חורבן ‪/‬‬ ‫יצחק וואלד‬

‫‪/131‬‬

‫מושי'ס ווינקל‬

‫א קאמישער און ארטיסטישער‬ ‫אויסדרוק אויף אקטועלע‬ ‫געזעלשאפטליכע טעמעס‬

‫פאעזיע‬

‫‪/14‬‬ ‫‪ /41‬אריכת ימים‬ ‫‪ /89‬ויהי בשלם‬ ‫‪ /153‬צוויי פון מיר‬

‫די בריאה רופט‬

‫באקומט דעם "וועקער"‬ ‫צו אייער טיר!‬ ‫דער דאזיגער נומער‪ ,‬און די‬ ‫פריערדיגע נומערן‪,‬‬

‫זענען דא צו באקומען‬ ‫אויף עמעזאן‬ ‫מיט אומזיסטע דעליווערי‬ ‫פאר "פריים" מעמבערס‪.‬‬ ‫מאכט א סוירטש פאר ‪Veker‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪5 /‬‬


‫ציונות‬ ‫לכבוד דער רעדאקציע פון דעם וועקער‪,‬‬ ‫מיט ארום צוויי חדשים צוריק האב איך זיך‬ ‫דערוואוסט פונעם וועקער פון א שכן מיינער וואס‬ ‫האט מיר געגעבן אן ארטיקל עס צו ליינען‪ .‬כ'האב עס‬ ‫שוין מער נישט געקענט אראפלייגן ביזן אדורכליינען‬ ‫פון דעקל צו דעקל! און די לעצטע אויסגאבע האב‬ ‫איך שוין אליינס באשטעלט אויף עמעזאן‪ .‬איז פותחין‬ ‫בכבוד האכסניא‪ ,‬צום ערשטן וויל איך זיך באדאנקען‬ ‫פאר די תוכנ'דיגע און וויכטיגע ארטיקלען וואס מען‬ ‫טרעפט נישט זייערס גלייכן אין די היינטיגע חסידישע‬ ‫אויסגאבעס‪ ,‬זכות הרבים תלוי בידכם!‬ ‫איך האב אבער אביסל עגמת נפש וואס דאס‬ ‫איז די נקודה פון מיין בריוו‪ .‬איך קום משרשי פונעם‬ ‫סאטמארער חדר‪ ,‬וואס האט געוויס אסאך מעלות‬ ‫אין זיך‪ .‬אבער איך פארנעם נישט רוב פון די היינטיגע‬ ‫אויבערפלעכליכע אידישקייט און די נייע תורה וועלכע‬ ‫מיר האבן קיינמאל נישט מקבל געווען אויפ'ן בארג‬ ‫סיני‪ .‬איך (ווי אויך פילע אנדערע אידן מיט וועמען איך‬ ‫בין נאנט פערזענליך) האב ליב "עכטע אידישקייט"‪ ,‬ווי‬ ‫אויך א מער פאזיטיווער מהלך אינעם טאג טעגליכן‬ ‫מהלך החיים‪ ,‬נישט ווי די נעגאטיווע מהלכים פון די‬ ‫רבנים און די מוסדות וועלכע קענען נאר אסר'ן‪ ,‬און‬ ‫דאס זיין א חסיד מיינט א וואן‪-‬וועי סטריט‪ ,‬דהיינו איך‬ ‫געב אלעס פאר'ן רבי'ן אבער איך באקום גארנישט‬ ‫אויף צוריק (חוץ איסורים חרמות וקונמות און לא‬ ‫נתקבל'ס)‪.‬‬ ‫דער וועקער טוט א גוטן דזשאב מיט ארטיקלען‬ ‫וועלכע בארירן די פאלשע אידישקייט‪ ,‬און ברענגט‬ ‫גוטע ארטיקלען ווי שיין די אמת'ע אידישקייט קען‬ ‫זיין‪ ,‬ווען מען האט אן אמת'ן קשר צום באשעפער‪,‬‬ ‫מיט אהבת תורה און אהבת ישראל‪ .‬דאס מאכט אז‬ ‫אסאך מענטשן זאלן "זיך טרעפן" אינעם וועקער‪ ,‬און‬ ‫ווערן צוגעבינדן דערצו‪ .‬איר מאכט אויך אויפמערקזאם‪,‬‬ ‫צי במישרין אדער בעקיפין‪ ,‬אז עס זענען פאראן נאך‬ ‫פראקציעס אין כלל ישראל וואס זענען אויך "אידן"‪,‬‬ ‫טראץ וואס זיי טראכטן אנדערש פון אונז ווייל זיי זענען‬ ‫אויפגעוואקסן אנדערש און געווארן אויפגעצויגן מיט‬ ‫א אנדערע השקפה‪ .‬זיי קענען זיין ליטאים‪ ,‬ספרדים‪,‬‬ ‫און אפילו מאדערנע‪ .‬זיי מעגן וואוינען אין פלעטבוש‬ ‫און פייוו טאונס‪ .‬זיי זענען אויך פונקט אזוי באליבט ביי‬ ‫השי"ת ווי א חסידישן כאניאק וואס טרינקט לחיים מיט'ן‬ ‫‪ / 6‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫טלית נאכ'ן דאווענען‪ ,‬און אפשר גאר מער באליבט‬ ‫צוליב זייער ערנסטקייט און תמימות‪ ,‬און אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫דער דאזיגער מעסעדזש דארף אנקומען צו יעדן!‬ ‫דער וועקער דארף אנקומען צו אלע אידיש‪-‬לייענער‪,‬‬ ‫להראות את הדרך הישרה‪.‬‬ ‫אבער מתוך שבחו וכו'‪ ,‬עס טוט מיר אבער וויי אז‬ ‫איר דרוקט ארטיקלען וועלכע זענען גורם אז געוויסע‬ ‫וואס וואלטן זיך מחיה געווען מיט'ן וועקער וועלן דאס‬ ‫נישט נעמען אין דער האנט‪ .‬איך וועל אנכאפן איין‬ ‫שטארקער ביישפיל‪ :‬ציונות‪ ,‬וואס ווערט געפרעדיגט‬ ‫בריש גלי‪‎‎.‬‬ ‫אין סאטמאר איז ציונות דאס סאמע ערגסטע‪.‬‬ ‫כ'גלייב מען וועט גרינגער מוחל זיין איינער וואס איז‬ ‫עובר אויף לא תנאף‪ ,‬ווי איידער איינער וואס גייט צום‬ ‫כותל‪ ..‎.‬ווייל לויט ווי מען האט אונז געלערנט איז דאס‬ ‫נוגע אין די עיקרי אמונה פון א איד‪ .‬איך גיי נישט דא‬ ‫נעמען א צד אין דעם‪ ,‬עס זענען דא אנדערע קהלות‬ ‫וואס האבן זיך זייערע יסודות און מאכן נישט קיין‬ ‫עסק פון ציונות‪ .‬אבער איר שטעלט אריין א בריוו ווי‬ ‫איינער שרייבט אז ער האט "זייער הנאה פון געוויסע‬ ‫ארטיקלען ווייל ער האט א שטארקע געפיל צו ציונות‪",‬‬ ‫אזא בריוו האט אפגעשטעמפלט דעם וועקער ווי א‬ ‫פרא‪-‬ציוניסטישער אויסגאבע וואס איינער וואס איז‬ ‫אויפגעוואקסן ווי א סאטמארער קען נישט נעמען‬ ‫אין דער האנט אריין‪‎.‬‬ ‫פארוואס איז דאס א פראבלעם? ווייל ווי געשריבן‪,‬‬ ‫האלט איך אז דער וועקער דארף אנקומען צו יעדן‬ ‫ערליכן איד כדי צו "וועקן" און קלאר מאכן וואס איז‬ ‫דאס אידישקייט‪ ,‬א זאך וואס מען טרעפט נישט אין‬ ‫אנדערע אויסגאבעס‪ .‬שטעלט אייך פאר ווען נאך‬ ‫‪ 2000‬היימישע אידן קוקן דורך דעם וועקער‪ ,‬און‬ ‫ליינען‪ ,‬א שטייגער‪ ,‬ראובנ'ס הארציגן ארטיקל וועגן‬ ‫דער ז' אדר דרשה פון וויענער רב שליט"א‪ .‬זיי וואלטן‬ ‫דאך געוויינט! זיי וואלטן געקושט דעם וועקער וואס‬ ‫ברענגט ארויס און פארשטייט אזוי קלאר זייערע יסורי‬ ‫הנפש‪ ,‬וואס א חשוב'ער רב פארשטייט ליידער נישט!‬ ‫איך ווייס אליין פון מערערע אידן וועלכע וואלטן‬ ‫באקומען חיזוק פון אזעלכע ארטיקלען‪ .‬אבער יעצט‪,‬‬ ‫אויב שטופ איך אריין דעם וועקער געוויסע חברים‬ ‫אדער משפחה‪-‬מיטגלידער וואס קענען נוצן די חיזוק‬ ‫און ער זעט אז דער וועקער לויבט ציונות‪ ,‬וויל ער‬ ‫נישט הערן וואס עס האט צו זאגן‪ ,‬ווייל עס ווערט‬ ‫תיכף אפגעשטעמפלט אלס א כפירה'דיג ביכל‪ .‬ועל‬ ‫זה דוה לבנו!‬


‫איר מוזט זיין מער סענסיטיוו און זיך מער רעכענען‬ ‫מיט די געפילן פון ליינער כדי דעם וועקער'ס השפעה‬ ‫זאל אנקומען נאך ווייטער‪ .‬עס פעלט נישט אויס צו‬ ‫פרעדיגן ענינים וואס קענען וויי טון פאר אזויפיל‬ ‫היימישע אידן‪.‬‬ ‫מיט שעצונג‪,‬‬ ‫א שטענדיגער ליינער‪,‬‬ ‫שמעון ד‪ ,.‬ספרינג וואל‪‎‬י‬

‫ענטפער פון דער רעדאקציע‪:‬‬ ‫א דאנק פאר אייערע ווערטער ‪ -‬זיי ווערן אויפגענומען‬ ‫מיט דער פולסטער ערנסטקייט‪ .‬דער וועקער איז נישט‬ ‫קיין ציוניסטישע אויסגאבע‪ ,‬און מיר האבן נישט קיין‬ ‫ציוניסטישע אגענדע‪ .‬דער וועקער האט איין ציל‪ :‬צו‬ ‫דינען ווי א פלאטפארמע פאר יעדן אידיש רעדער און‬ ‫שרייבער צו קענען לאזן הערן געדאנקען און מיינונגען‬ ‫ווי לאנג זיי קומען נאך די ארטאדאקסישע גדרים‪.‬‬ ‫עס זענען דא הונדערטער נושאים פאר וועלכע דער‬ ‫וועקער קען זיין א נאטירליכע פלאטפארמע‪ ,‬אבער עס‬ ‫איז דאך נישט יתכן אז יעדער וואס וויל אן אויסגאבע‬ ‫פון אזא סארט זאל מסכים זיין מיט יעדן צד אויף‬ ‫יעדער נושא‪ .‬אין אייער בריוו האט איר געשריבן אז‬ ‫מאדערנע אידן זענען "אפשר נאך גאר מער באליבט‬ ‫ביי השי"ת מיט זייער ערנסטקייט און תמימות ווי א‬ ‫חסידישן כאניאק וואס טרינקט לחיים מיט'ן טלית‬ ‫נאכ'ן דאווענען‪ ".‬זאלן מיר דרוקן אזא סטעיטמענט?‬ ‫איר זענט באקוועם מיט דעם סטעיטמענט‪ ,‬אבער‬ ‫נישט יעדער איז‪ ,‬און מאנכע וועלן אפשר אוועקווארפן‬ ‫דעם וועקער צוליב אזא סטעיטמענט‪.‬‬ ‫געוויסע לייענער פונעם וועקער זענען אפשר‬ ‫געוואוינט פון אנדערע אידישע אויסגאבעס‪ ,‬אז כמעט‬ ‫יעדער ארטיקל האט אן אגענדע‪ ,‬און רעפרעזענטירט‬ ‫די מיינונג פון דער רעדאקציע‪ .‬די רעדאקציע פונעם‬ ‫וועקער האט איין מיינונג‪ ,‬אז מיר דארפן אהערשטעלן‬ ‫א פלאטפארמע וואו יעדער ארטאדאקסישער איד‬ ‫קען לאזן הערן זיין אדער איר מיינונג ווילאנג עס איז‬ ‫געשריבן צו דער זאך מיט דברים של טעם‪ .‬די מיינונג‬ ‫קען זיין לטובת נטורי קרתא אדער לטובת התנחלות‬ ‫ מיר דארפן נישט מסכים זיין מיט קיינעם פון זיי‪,‬‬‫אבער מיר מעגן הערן זייערע מיינונגען‪.‬‬ ‫א ציוניסט וואס קען נישט פארנעמען די אנדערע‬ ‫זייט‪ ,‬און אן אנטי‪-‬ציוניסט וואס קען נישט סובל‬ ‫זיין די עקזיסטענץ פון א פארקערטער מיינונג‪ ,‬איז‬ ‫ווארשיינליך נישט דער געצילטער אוידיענץ פונעם‬ ‫וועקער‪ .‬דער וועקער איז מלא וגדוש מיט ארטיקלען‬ ‫פון אלע סארטן ‪ -‬א לייענער דארף קענען לייענען די‬ ‫ארטיקלען וועלכע געפעלן אים‪ ,‬און לגבי די אנדערע‬ ‫זאל ער באשלוסן צי ער איז אין דער גיסטע זיך צו‬ ‫טשאלענדזשן צו לייענען א פארקערטע מיינונג‪ ,‬אדער‬ ‫עס פשוט איבערהיפן‪.‬‬ ‫דאס איז אונזער שטעלונג בכלליות‪ ,‬אבער אוודאי‬ ‫זענען מיר גרייט צו הערן פון נאך לייענער אויב זיי‬ ‫האלטן אז מיר זאלן ממעט זיין מיט געוויסע סארט‬ ‫ארטיקלען‪ ,‬און מרבה זיין מיט אנדערע סארט‪.‬‬ ‫צום שלוס‪ ,‬דער תוכן פונעם וועקער איז נישט‬ ‫אינגאנצן תלוי אין אונזערע הענט‪ ,‬די חשוב'ע לייענער‬ ‫וועלכע שיקן אריין ארטיקלען זענען די וואס האבן‬ ‫דעם גרעסערן האנט אין צונויפשטעלן דעם תוכן‪.‬‬ ‫אז איינער וויל זען א געוויסן סארט ארטיקל זאל ער‬ ‫עס שרייבן‪ ,‬אדער זען אז עס זאל געשריבן ווערן‪ ,‬און‬ ‫מזכה זיין די לייענער‪.‬‬

‫אמונה קריזיס‬ ‫דער "אמונה קריזיס" ארטיקל‪ ,‬כאטש ס׳איז נישט‬ ‫דער קאווער סטארי איז עס זיכער די נשמה סטארי‪,‬‬ ‫ס׳ליגט דערין אזויפיל הארץ און געפיל אז ס׳קען מאכן‬ ‫שוואכע וויינען‪ ,‬ס׳איז אזוי פיינפול וואס אידישע קינדער‬ ‫גייען דורך‪ ,‬נאכדערצו ווען באמת ווילן זיי זיין ערליך‬ ‫און גלויביג‪ .‬והעולה על כולנה אז ס׳איז כמעט נישט‬ ‫דא צו וועם צו רעדן און זיך אויסגעבן די ספיקות אן‬ ‫ווערן א אפגעסטעמפלטער אפיקורס‪.‬‬ ‫וואס ס׳מאכט עס מער ווייטאגליך איז די וויאזוי‬ ‫זיי ווערן אוועקגעמאכט אלץ פושעים וואס זוכן זיך‬ ‫נאכצוגעבן זייערע תאוות‪ ,‬וויענער רב האט לכאורה‬ ‫געמאכט א טעות מיט קאטעגאריזירן די אלע אונטער‬ ‫איין דאך‪ .‬און ס'איז זיכער אז ס'זענען פארהאן אזאנע‬ ‫וואס פאלן אונטער וויענער רב'ס שאצונג‪ ,‬ס׳זענען‬ ‫דא אסאך עכטע אומוויסנדע‪ ,‬וואס פארשטייען‬ ‫ניטאמאל וואס אמונה איז‪ ,‬קליינע פארשטאפטע‬ ‫מוחות וואס זענען מסביר זייערע קשיות כאילו זיי‬ ‫זענען אויסגעקאכט דערין עד הסוף‪ ,‬ווען באמת הייבן‬ ‫זיי נישט אן צו וויסן וואס גייט פאר מיט זיי‪ ,‬בסך הכל‬ ‫בלעבלען זיי נאך עמיצן בלינדערהייט‪ ,‬דאך גלייכן זיי צו‬ ‫מאכן אסאך גערודער‪ ,‬און אט די חברה האט וויענער‬ ‫רב לכאורה געמיינט‪ .‬אבער ס'זענען פארהאן אסאך‬ ‫וואס מוטשען זיך מיט קשיות‪ ,‬טראגן זיך ארום מיט‬ ‫ספיקות‪( ,‬כאטש זיי פארשטייען אפשר אויך נישט‬ ‫וויאזוי עלעקטעריק ארבעט) און וויענער רב וואלט‬ ‫געדארפט זיין מער פארזיכטיג‪.‬‬ ‫אינמיטן דעם ארטיקל ווערט דערמאנט ווי יעדער‬ ‫באשאפט זיך א גאט כדמותו וכצלמו‪ ,‬דער שמייכלדיגער‬ ‫שאפט זיך א שמייכלדיגער גאט‪ ,‬דער אנגעצויגענער‬ ‫א צערנדער גאט‪ .‬נאכן אריינאטעמען די ווערטער‪ ,‬און‬ ‫זיי צושטעלן אויף מיר און אויף מיינע ארומיגע האב‬ ‫איך געשטוינט אויף די נביאות‪.‬‬ ‫ס'איז פרייליך צו זען אז ס׳איז נאך דא מענטשן‬ ‫וואס לעבן מיט העכערס‪ ,‬ווילן פארשטיין און פרובירן‬ ‫צו דערגיין‪ ,‬אין א צייט וואס רוב מענטשהייט איז‬ ‫אריינגעטוהן אין הבלים‪ ,‬מ'איז פאריאגט און פארפלאגט‬ ‫אן קיין רגע צו טראכטן‪ ,‬דאך קענען מיר נאך אלץ‬ ‫אנגערופן ווערן עם חכם ונבון מיט אט די הייפעלע‬ ‫אידן וואס ווילן פארשטיין דאס וואס אונזער זיידע‬ ‫אברהם האט געוואלט פארשטיין‪ .‬ס'איז נאר צום האפן‬ ‫אז יעדער זאל טרעפן די אמת און ס׳זאל נישט קיינעם‬ ‫פארפירן‪.‬‬ ‫שלום שטיסל‬ ‫*‬ ‫איך ווייס בכלל נישט וואס דער וויענער רב האט‬ ‫געטון דיר צו מאכען ראובנ'ען אזוי בייז‪ .‬דער וויענער‬ ‫רב האט געשפירט א צורך מחזק צו זיין זיך און זיין‬ ‫קהילה אין אמונה פשוטה‪ ,‬און האט דאס געטון אויף‬ ‫דעם סטאנדארטישן אופן וואס רבנים און מגידים זאגען‬ ‫שוין פאר צוויי הונדערט יאר לכל הפחות‪ .‬בערך אז‬ ‫דער רמב"ם האט שוין אלץ פארענטפערט און אלע‬ ‫קשיות זענען נאר תירוצים‪ .‬דער וויענער רב איז טאקע‬ ‫א שיינער תלמיד חכם און בעל דרוש‪ ,‬אבער ער איז‬ ‫נישט קיין סאפיסטיקירטער דענקער‪ ,‬און דאס איז‬ ‫מסתמא ווי ער פארענטפערט פאר זיך אליין טאמער‬ ‫פאלט אים איין א הרהור אין אמונה‪ .‬האט ער דאס‬ ‫געזאגט פאר זיין קהילה‪.‬‬ ‫די מטרה פון דער דרשה איז נישט געווען קעגן‬ ‫איינעם אדער אפצורייסן איינער וואס האט א ספק‪,‬‬ ‫נאר מחזק צו זיין דער וואס האט נישט קיין ספיקות‪,‬‬ ‫אדער עכ"פ נישט קיין ערנסטע פראבלעמען‪ ,‬אז די‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪7 /‬‬


‫אלע ספיקות זענען נארישקייטן‪ .‬איך ווייס נישט וואס‬ ‫אנדערש מען קען ערווארטן פון א חסידישן רב צו‬ ‫זאגן אויף אזא זאך‪.‬‬ ‫יעדער ווייסט אז א דרשה ברבים איז געצילט‬ ‫(אויב איז עס א גוטע דרשה)‪ ,‬צו דעם מיטלמעסיגן‬ ‫המון עם מחזק זיין בדברים פשוטים‪ .‬בפרט אזא‬ ‫סארט ז' אדר דרשה וואס איז דירעקט געשטעלט‬ ‫אויף דעם‪ ,‬עס איז אפילו נישט וויענער רב'ס שלש‪-‬‬ ‫סעודות תורה וואס איז געצילט מער צו בעלי תורה‪.‬‬ ‫איך שטעל מיך פאר (אדער האף‪ ,‬אבער מען קען דאס‬ ‫מברר זיין און טאמער וועל איך וויסען פרטים וועל‬ ‫איך צושרייבן דא) אז ווען א יונגערמאן קומט צום‬ ‫רב אז עס עגבערט אים באמת מיט ספיקות און ער‬ ‫גיט זיך נישט קיין עצה‪ ,‬אז דער וויענער רב‪ ,‬אזויווי‬ ‫יעדער אנדערער נארמאלער פרומער רב‪ ,‬טוט נישט‬ ‫יענעם באוואשן אז זיינע ספיקות זענען נאר תירוצים‪,‬‬ ‫נאר ער פראבירט אים צו העלפען ארויסגיין פון דער‬ ‫קריזיס‪ ,‬אויף וואסארא אופן ער ווייסט‪ ,‬מיט רחמנות‬ ‫און מיטגעפיל‪.‬‬ ‫יצחק לאווי‬ ‫*‬ ‫דער ארטיקל האט מיר איבערגעלאזט מיט‬ ‫שטורמישע מחשבות און ברויזנדע געפילן‪ .‬ס'איז דא‬ ‫אסאך צו רעדן‪ ,‬אבער איך קען נאכנישט קומען צום‬ ‫ווארט‪ .‬דאס מוז איך אבער שוין זאגן‪ ,‬משה'ס פאעמע‬ ‫איז נורא נוראות! דאס דארף מען קאנאנאזירן‪ .‬איך האב‬ ‫עס מיר פארגעזינגען באשמורת הבוקר מיט אן אלט‪-‬‬ ‫נייעם ניגון בהשתפחות הנפש והמיית הלב‪ .‬און זאלט‬ ‫איר מיר מוחל זיין‪ ,‬דאס האט מחבר געווען א מאמין!‬ ‫זוכן גאט איז פון אייביג אן דער שטענדיגער‬ ‫באשעפטיגונג פון די בני אמונים‪ .‬אויף דערויף זאגט‬ ‫דער גמרא‪ :‬מי שאינו בהסתר פנים אינו מהם‪.‬‬ ‫אבא וויינער‬ ‫*‬ ‫ראובן'ס ארטיקל איז א מייסטער ארבייט‪ ,‬און א‬ ‫היסטארישער‪ .‬אויסטוענדיג זיך די הענטשקעס דאס‬ ‫ערשטע מאל צו דיסקוסירן הויעך דעם עלעפאנט אין‬ ‫צימער וואס דרייט זיך שוין ארום פאר אזוי לאנג‪ ,‬נאר‬ ‫יעדער האט מורא פון אים‪.‬‬ ‫שמערל‬ ‫*‬ ‫יעדער וואך ווען איך גיי צום ניוס‪-‬סטענד און איך זע‬ ‫נאכאמאל די זעלבע ‪ 10‬פוסטע היימישע מאגאזינען‪ ,‬און‬ ‫עס ווערט מיך קאלעמוטנע אויפן הארץ‪ .‬ענדליך זענען‬ ‫געקומען אידישע העלדן און מיט אמביציעזע כוחות‬ ‫באוויזן ארויסצוקומען מיט דאס אומערווארטעטע‪ .‬א‬ ‫מאגאזין וואס גיסט זיך אידישער טאלאנט‪ ,‬שטיקער‬ ‫חומר שיורדים לחדרי בטן‪ .‬א מאגאזין וואס האט‬ ‫אפגעשניטן די אויבערשטע שימל פונעם הארץ‪ ,‬און‬ ‫דעקט אויף דעם הייטל פונעם מוח עס זאל שמייכלען‬ ‫צו דער שיין פון דער זון‪.‬‬ ‫אויפן דעקל פונעם זומער וועקער לויטעט א‬ ‫ספעציעלער פראיעקט‪" ,‬ז’ אדר דרשה אין וויען‪ ,‬און‬ ‫די אמונה קריזיס"‪ .‬מיט שפאנונג האב איך אויפגעמישט‬ ‫זייט ‪ ,56‬און ראובן פירט מיך אריין אין וויענער ביהמ”ד‪,‬‬ ‫און דערציילט מיר‪ ,‬זיין תענוג רוחני וואס ער האט‬ ‫געהאט צו הערן דעם רב‪ ,‬וועלכע עס שיינט ארויס‬ ‫ענווה‪ .‬וואס גראדע האלט איך אז וויענער רב איז א‬ ‫חשוב’ער איד וואס איז יודע את רבונו‪ ,‬און פראבירט‬ ‫אים צו דינען בכל אמץ לבבו‪.‬‬ ‫הקיצור‪ ,‬נאכן קורצן הספד האב איך געכאפט נאך‬ ‫‪ / 8‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫א בליק אויפן רב’ס געשטעל איינגעהילט אינעם טלית‪.‬‬ ‫איך האב שוין געהאט אפגעמאכט אז שבת שובה בין‬ ‫איך אין וויען‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס דער שרייבער האט ציטירט די דרשה‬ ‫פונעם רב‪ ,‬האבן מיינע אויערן אנגעהויבן פייפן‪ .‬איך‬ ‫האב דאס געליינט שבת‪ ,‬און איך האב נישט געהאט די‬ ‫געלעגענהייט פון אויפשפרינגען מיט א תגובה “הזאת‬ ‫תענוג רוחני?” איך טראכט אויב דער אפרוח וועט‬ ‫נאך אמאל האבן די מעגליכקייט צו זען‪ .‬זינט איך‬ ‫האב געהערט אין תלמוד תורה‪ ,‬אז דער אפרוח האט‬ ‫נאכנישט געעפענט די אויגן‪ ,‬זע איך אז עדיין לא נפתחו‬ ‫עניו‪ .‬אויך ר’ איסר זלמן’ס “האסט תירוצים נישט קיין‬ ‫קשיות” ציטאט‪ ,‬איז עפעס וואס דערמאנט מיך פון‬ ‫דעם טעם פון נאכן עסן ארבעס‪.‬‬ ‫דער ארטיקל האט מיך צענומען אויף שטיקלעך‪ ,‬און‬ ‫דאס ווארט אז "יעדער באשאפט זיך א ג‪-‬ט כדמותו‪",‬‬ ‫האט מיך איבערגענומען ביז גאר‪.‬‬ ‫פאר די אלע וואס האבן געליינט ראובנ’ס חיזוק‬ ‫ארטיקל‪ ,‬און זענען איבערגענומען געווארן דערפון‪.‬‬ ‫שפיר איך פאר אינטערסאנטקייט צו מציין זיין דברי‬ ‫הג”ר י”י יאקאבסאן וואס לדעתי איז דאס אויך א‬ ‫שטארקע נקודה למחשבה‪" :‬מ’דארף זיין אסאך א‬ ‫גרעסערער מאמין אויף נישט צו גלייבן ווי יא צו גלייבן‪.‬‬ ‫עס זענען פארהאנען מער סיבות יא צו גלייבן‪ ,‬און אויב‬ ‫מ’קלייבט ענדערש דעם נישט גלייבן‪ ,‬איז מען אסאך‬ ‫א גרעסערע מאמין ווי דער מאמין בה’‪".‬‬ ‫ראובן‪ ,‬יישר כוחך אויף דעם ארטיקל‪ ,‬עס איז‬ ‫שטיקער פייער‪.‬‬ ‫פ‪ .‬וו‪ ,.‬בארא פארק‬ ‫*‬ ‫איך האלט איצט צווישן סעודת המפסקת און איכה‬ ‫ישבה בדד‪ ,‬אט האב איך פארענדיגט די ארטיקל פון‬ ‫ראובן 'די אמונה קריזיס'‪ ,‬איך וויל נאר שמועסן ווי‬ ‫אזוי איך האב געשפירט בשעת איך האב עס געליינט‪.‬‬ ‫איז וויענער רב גערעכט? זיכער אז נישט‪ ,‬אבער איך‬ ‫האב אויף אים פערזענליך בכלל נישט קיין טענות‪ ,‬און‬ ‫הרב ראובן איך וועל אנטון וויענער רב'ס קאלפיק פאר‬ ‫איין סעקונדע און זיך פרואוון צו פארענטפערן‪ .‬וואס‬ ‫האט איר געוואלט איך זאל זאגן? איך שטיי דא ביי ז'‬ ‫אדר‪ ,‬געקומען איז א שול פול מיט מענטשן‪ ,‬זאל איך‬ ‫איצט אנהויבן וויינען אויף נשמות הספקים והכופרים?‬ ‫פארוואס עפעס? אויב איינער איז א כופר צי א חצי‬ ‫כופר קומט בדרך כלל נישט צום ז' אדר שיעור‪ ,‬זאל‬ ‫איך שפאלטן הימלען אז די אנדערע האלב שול איז‬ ‫נישטא ווייל זיי גלייבן שוין ליידער נישט‪ ,‬אדער זאל‬ ‫איך גיין אין שפאן און פארפירן וויפיל אינטערנעט‬ ‫רייסט אוועק פונעם כלל‪ .‬איך האלט אז אזוי האט ער‬ ‫געברויכט זאגן‪ ,‬ווייל דאס איז דער אויסגעטרעטענער‬ ‫וועג‪ ,‬און ער איז נישט דער בר הכי צי נעמען די זאך‬ ‫אין דער האנט אריין‪.‬‬ ‫דער פראבלעם אז דער עולם ספק'עט און גרויסן‬ ‫בין איך זיכער אז ער איז פיין אינפארמירט‪ ,‬און פריוואט‬ ‫לכאורה לאכט ער זיכער עס נישט אפ‪ ,‬נאר פשוט פאר‬ ‫די וואס קומען ז' אדר'ס מוז ער אויסשטאפירן מיט‬ ‫הומאריסטישע קלונגעדיגע פראזן‪.‬‬ ‫אבער די הארבע שאלה איז פארוואס ביי אונז‬ ‫חסידים קען מען קיין שאלות נישט פרעגן אן אריינגיין‬ ‫אינעם שווארצן בוך‪ ,‬פארוואס מוזן חסידים לויפן צו‬ ‫פרעמדע בעלי דרשנים‪ ,‬און אויב האט מען א שאלה‬ ‫קריכט מען זוכן א לייטישע תשובה אויף יו‪-‬טוב‪ .‬על‬ ‫אלה אני בוכיה‪ ,‬ווען משה מיט שלומי האבן שאלות‪,‬‬ ‫וואס אגב די שאלות וואס פלעטערט שלוימי'ן זענען‬ ‫אזעלכע מינדערוויכטיגע שאלות וואס יעדער מעגליכער‬ ‫כופר שעמט זיך צו זיין א כופר פאר אזעלכע שאלות‪,‬‬


‫און ווען ער וואלט געהאט א מינימום מורה דרך וואלט‬ ‫ער אים אויסגעגראדט גלייך און ארויף געלייגט אויפן‬ ‫ריכטיגן רעלס‪ .‬נאר דער פראבלעם איז אז יעדער וואס‬ ‫הייבט אן חקר'ענען אדער ווערט אביסל אויפגעקלערט‪,‬‬ ‫אדער כאפט א ביס פון א שלעכטן ארטיקל ערגעצוואו‪,‬‬ ‫ווערט צעפראסקעט‪ .‬ווייל מיר חסידים זענען אזעלכע‬ ‫מאמינים נעבעך אז איין מזרח ווינט און מיר פארן‬ ‫ביזן שאול תחתית אן קיין אפשטעל‪ .‬קיינער קען אים‬ ‫נעבעך נישט אפשטעלן‪ ,‬ווייל נישט זיין מלמד איז מער‬ ‫אויסגעבויעט‪ ,‬און נישט זיין טאטע‪ ,‬מאמע‪ ,‬שווער אדער‬ ‫שוויגער‪ ,‬נישט זיין חבר‪ ,‬און נישט אויף וועמען ער קוקט‬ ‫ארויף אדער אראפ ‪ -‬קיינער איז נישט אויסגעבויעט‪,‬‬ ‫אלעס האט אמונה פשוטה‪ .‬ביז ער אדער זי כאפט א‬ ‫שנעלקע אין דער נאניא און איז בועט רח''ל‪.‬‬ ‫עס איז די העכסטע צייט‪ ,‬און דאס איז לכאורה‬ ‫ראובנ'ס נקודה‪ ,‬אז מיר חסידים זאלן אנהויבן לערנען‬ ‫די יסודות פון אמונה‪ ,‬לערנען די פראבלעמען מיט‬ ‫אונזערע גדולים האבן געסטראגעלט צוריק פון די‬ ‫תנאים אמוראים ראשונים און אחרונים‪ ,‬און מיר תחתונים‬ ‫זענען נישט אנדערש‪ ,‬נאר מיר ווייסן נישט דערפון‪,‬‬ ‫ווייל מען האט עס אונז נישט געלערנט‪.‬‬ ‫און לסיים‪ ,‬נאך אזא ארטיקל וואס ראובן האט‬ ‫צעפיצלט מיין הארץ‪ ,‬גיי איך זיך מיט רעכט אראפ‬ ‫זעצן און קייכן איכה ישבה בדד‪.‬‬ ‫משה אליעזר פ‪ ,.‬בארא פארק‬ ‫*‬ ‫כ'האב היינט געלייענט דעם ארטיקל וועגן אמונה‬ ‫קריזיס‪ .‬מייסטערהאפטיג‪ .‬א שטיק ארט און טאלאנט‪.‬‬ ‫צו לייענען אזוינס זאגט מען אז מ'דארף שוין זיין א‬ ‫בן ארבעים‪.‬‬ ‫למעשה איז שווער צו האבן טענות אויף וויענער‬ ‫רב'ס דרשה‪ ,‬ווייל אין פאקט ארבעט עס זייער גוט פאר‬ ‫אסאך מענטשן מיט ספיקות‪ .‬ספעציעל פאר אזעלכע‬ ‫וואס האבן די פריווילעגיע אז אמונה פשוטה איז ביי‬ ‫זיי אריינגעבאקן אין די ביינער‪ ,‬טוט אזא דרשה עס‬ ‫צוריק ערוועקן‪ .‬שנית כל לדעתי קען אזא ארטיקל‬ ‫אויך גורם זיין היפש אביסל צרות פאר געוויסע וואס‬ ‫לייענען עס‪ ,‬נאך פאר אזויפיל אויב נישט מער ווי די‬ ‫דרשה‪ .‬דעריבער איז ראובנ'ס צוגאנג אויך נישט קיין‬ ‫'וואן סייז פיטס אלל'‪.‬‬ ‫עס איז נישט דא קיין דאטא אויף סטאטיסטיקס‬ ‫וויפיל אדער ווי פארשפרייט די קריזיס פון וואס איר‬ ‫רעדט איז‪ .‬דער פאקט אז אזויפיל ווענדן זיך צו אייך‬ ‫מיינט אויך נישט אז דער פראבלעם איז ריזיג‪ ,‬ווייל‬ ‫אזעלכע ווייסן וואו זיך צו ווענדן‪ .‬קיינער גייט נישט‬ ‫קויפן פיש אין א פלייש געשעפט‪ .‬מעגליך טאקע‬ ‫אז דער פראבלעם איז ריזיג‪ .‬אדער פארקערט‪ .‬מיט‬ ‫אונזער געזעלשאפט איז ממילא נישט שייך צו מעסטן‬ ‫דעם פראבלעם‪ .‬ממילא זע איך מעלות און חסרונות‬ ‫ביי ביידע‪.‬‬ ‫ק‪ .‬ל‪ ,.‬קרית יואל‬ ‫*‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אז דאס איז נישט דאס‬ ‫ערשטע מאל וואס דער וויענער רב רעדט פון דעם‬ ‫ענין‪ ,‬און אין זיין ז' אדר דרשה פון תשע"ג האט ער‬ ‫גערעדט פון א חשוב'ן בחור א תלמיד חכם וואס האט‬ ‫נעבעך אפגעלאזט אידישקייט‪ .‬ווייזט אויס אז וויענער‬ ‫רב אליין ווייסט גאנץ גוט אז די וואס האבן ספיקות‬ ‫זענען נישט נאר אזעלכע וואס קענען נישט אפלערנען‬ ‫א תוס'‪ ,‬אדער עבדים וואס זענען בהפקירא ניחא ליה‪.‬‬ ‫שלום ריכטער‪ ,‬וויליאמסבורג‬ ‫*‬

‫ראובנ'ס ארטיקל איז ווי א פלאם פייער אין א‬ ‫קאלטן פינסטערן מדבר‪ ,‬ס'באלייכט און ס'ווארעמט‪.‬‬ ‫כ'האב דורך געליינט דעם ארטיקל כמה פעמים‪ ,‬יעדעס‬ ‫מאל האט עס מיך נאכאמאל אנגעווארעמט‪.‬‬ ‫את חטאי אני מזכיר היום‪ ,‬איך האב אויך אייביג‬ ‫געהאלטן ווי וויענער רב‪ ,‬און איך בין מן הסתם נישט‬ ‫דער איינציגסטער‪ ,‬ביז כ'האב געליינט דעם ארטיקל‪.‬‬ ‫אויף אזוי ווייט אז כ'האב מיך גע'טענה'ט מיט חברים‬ ‫לגבי דעם כמה פעמים‪ ,‬אבער קיינער פון זיי האבן מיך‬ ‫נישט באוויזן צו איבערצייגן‪ ,‬ווייל למעשה איז אסאך‬ ‫גרינגער צו זאגן אזוי‪ .‬עד שבא ראובן און איבער געוויזן‬ ‫שווארץ אויף ווייס אז כ'בין נישט געווען גערעכט‬ ‫מיט דעם‪.‬‬ ‫מ'לערנט אין מס' ברכות דף כ"ט ע"ב‪ ,‬יוחנן כהן‬ ‫גדול האט משמש געווען בכהונה גדולה ביים צווייטן‬ ‫בית המקדש פאר שטוינענדע אכציג יאר! קיין שום‬ ‫כהן גדול אין יענער תקופה האט נישט געדינט אזוי‬ ‫לאנג‪ .‬און וואס איז געשען מיט אים? סוף ימיו נעשה‬ ‫צדוקי‪ .‬ס'איז א מחלוקת אין גמ' צי ער איז געווען ינאי‬ ‫המלך‪ ,‬ממילא האט ער שוין פארדעם נישט געטויגט‪.‬‬ ‫אבער רבא נעמט אן אז ס'נישט געווען ינאי המלך‪ ,‬און‬ ‫ער איז געווען א צדיק פון פאר דעם‪ .‬די גמ' אין מס'‬ ‫סוטה ל"ג רעכנט אויס דארט די תקנות וואס ער האט‬ ‫איינגעפירט וואס זענען פארבליבן אפילו נאכדעם‬ ‫וואס ער איז געווארן א צדוקי‪ ,‬וואס פון דעם קען‬ ‫אויך זיין א ראי' אז באותו שעה כשר הי'‪ .‬אלנפאלס‪,‬‬ ‫לויטן חשבון אז ער האט געדינט אכציג יאר‪ ,‬קומט‬ ‫אויס אז ער ווען ער איז געווארן א צדוקי האט ער‬ ‫שוין געמוזט זיין היבש איבער די הונדערט‪ ,‬און א בעל‬ ‫תאווה איז ער שוין זיכער נישט געווען אז מ'זאל תולה‬ ‫זיין אז עבדא בהפקירא ניחא לי‪.‬‬ ‫אזוי טרעפן מיר נאך אסאך אזעלכע מעשיות אין‬ ‫דער גמרא‪ ,‬אחר‪ ,‬צדוק ובייתוס‪ ,‬וכו'‪ .‬כ'מיין אז ביי קיין‬ ‫איינס דערפון ווערט נישט געברענגט אז די סיבה איז‬ ‫עבדא בהפקירא ניחא לי'‪ .‬מיר דארפן ארויסלערנען אז‬ ‫מ'קען זיין א צדיק כמעט כל ימיו‪ ,‬און צום סוף ווערן אן‬ ‫אפיקורס‪ .‬קיינער האט נישט קיין גאראנטיע אפגעזען‬ ‫וועלכער בנש"ק מ'איז‪ .‬צווייטנס‪ ,‬ס'מוז נישט זיין א‬ ‫"מערקבארע" סיבה וואס ס'האט עס צוגעברענגט‪.‬‬ ‫דריטנס‪ ,‬די גמ' האט נישט אייביג געזוכט א סיבה‬ ‫פארוואס ס'איז געשען‪ ,‬און זיכער נישט תולה געווען‬ ‫אין א געוויסע זאך‪ ,‬אבי ס'זאל הייסן אז מ'ווייסט אלעס‬ ‫אז מ'האט א לעזונג צו אלע פראבלעמען‪.‬‬ ‫היינט צו טאג אבער‪ ,‬לעבן מיר אין א אכשר דרא'דיגע‬ ‫דור ווי ס'נאך קיינמאל פארדעם נישט געווען אזא פיינע‬ ‫חינוך סיסטעם‪ ,‬אפילו בימי חזקיהו המלך ווי אלע‬ ‫פון גרויס ביז קליין מענער און פרויען זענען געווען‬ ‫בקי און אלע הלכות פון טומאה וטהרה ווי די גמ' אין‬ ‫מס' סנהדרין רעכענט דארט אויס‪ ,‬איז נאר כקליפת‬ ‫השום צו אונזער חינוך סיסטעם‪ .‬אונזער רוחנית איז‬ ‫אזוי הייליג און ריין אז אויב איינעמס עלטער באבע‬ ‫האט ח"ו אן אומגעפילטערטער סמארטפאון וועט‬ ‫מען ח"ו נישט איינטונקן אירע האנט‪-‬געקנויטענע‬ ‫בארכעס אין די פיש זאפט‪ .‬און א קינד העכער פיר יאר‬ ‫וועט רח"ל נישט גיין מיט ארבלען וואס קומען נישט‬ ‫אן ביזן קנעכל‪ ,‬ווייל אפשר קען נאך ח"ו אן אלטער‬ ‫איד ערגעץ נכשל ווערן מיט א ראי' אסורה‪ .‬נו‪ ,‬אין‬ ‫אזא דור איז דאך פשוט נישט מעגליך אז ס'זאלן זיין‬ ‫נושרים‪ ,‬חוזרים בשאלה! מאן דכר שמי'‪ ,‬אבער פטור‬ ‫בלא כלום אי אפשר‪ ,‬מוז מען דאך חוקר ודורש זיין‬ ‫על מי ועל מה? און אויב קומט מען נישט תיכף ומיד‬ ‫צו א מסקנא‪ ,‬וועט מען דאך גלייך באשולדיגען די‬ ‫פירערס‪ ,‬איז כדי אראפצונעמען דעם שולד ווארפט‬ ‫מען עס אויף זיי אליין אז זיי זענען הפקר‪-‬יונגען און‬ ‫אלעס שטימט פיין‪.‬‬ ‫נאכאמאל ראובן‪ ,‬כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪9 /‬‬


‫פאר אזא הערליכן ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט‬ ‫מיט אזויפיל הארץ און ווארעמקייט‪.‬‬ ‫ישלם ד' פעלך ותהי משכרתך שלמה מעם ד'‪.‬‬ ‫ד‪ .‬ג‪ .‬א‪ ,.‬וויליאמסבורג‬

‫זוכן דעם אמת מיט ספיקות‬ ‫כ'האב זייער הנאה געהאט פון יצחק לאווי'ס ארטיקל‪.‬‬ ‫סאיז באמת טיף און אין דער זעלבער צייט האלט‬ ‫איר זיך צום למעשה פראקטיש‪.‬‬ ‫איין הערה‪ ,‬צו זאגן פאר איינער וואס זיין מח‬ ‫טראכט אז ער דארף זיין אין מוחין דגדלות‪ ,‬אין א‬ ‫גוט פלאץ‪ ,‬כדי צו חוקר זיין‪ ,‬איז אזוי ווי זאגן פאר‬ ‫איינער וואס טראכט‪ ,‬טראכט נישט‪ .‬איז דען מעגליך‬ ‫צו קאנטראלירן דעם מוח ווען ער זאל ארבעטן? אבער‬ ‫אפשר מיינסטו טאקע דאס צו פארענטפערן ווען דו‬ ‫ביסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקעדיג‪.‬‬ ‫נ‪ .‬מ‪ ,.‬מאנסי‬ ‫*‬ ‫ר' יצחק לאווי'ס ארטיקל איז אזעלכע ריינע מחשבות‬ ‫און הויכע מדרגות וועלכע קומען נישט אן גרינג‪ .‬אזעלכע‬ ‫טיפע רעיונות קומען מיר נאר אויפן געדאנק נאך א‬ ‫טאג פאסטן אין נאטור‪ ,‬און מיט די הילף פון דעם עץ‬ ‫הדעת‪ .‬און אויך דעמאלט איז עס ליבא לפומא לא‬ ‫גליא‪ .‬ממילא‪ ,‬זען אזא הילוך אראפגעשריבן סידור‬ ‫סידור על אופנו‪ ,‬איז א תענוג רוחני‪.‬‬ ‫ש‪ .‬קויפמאן‪ ,‬סטעטען איילענד‬

‫אינטערוויו מיט פראפעסאר שמואל היילמאן‬ ‫שמואל היילמאן האט א געוואלדיגער כח צו‬ ‫פארדרייען זיין קריטיק‪ .‬למשל‪ ,‬ביים ליובאוויטשער‬ ‫רבי'ן האט ער געטון אן אויסנאמליכע שוואכע ארבעט‪.‬‬ ‫ער האט געמישט דמיונות מיט האלבע פאקטן‪ ,‬ער‬ ‫האט זיך כלומר'שט אריינגעלייגט אין דעם קאפ‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן כאילו ער ווייסט וואס ער‬ ‫טראכט‪ .‬ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון‬ ‫דער רבי'נס בריווען און כתבים‪ ,‬און דערנאך רופט‬ ‫ער עס אן א פארשונג?‬ ‫ווען מ׳איז געקומען מיט טענות‪ ,‬ווארפט ער אלץ‬ ‫אפ מיט אן אויסרייד אז ער האט נישט געהאלטן ביים‬ ‫שרייבן א האגיאגראפיע‪ ,‬און ער האט נאר גענומען א‬ ‫משיח און געמאכט פאר א מענטש‪ .‬כאילו אלע טענות‬ ‫קומען פון פארברענטע ליובאוויטשער חסידים‪ .‬איך‬ ‫בין ווייט פון א ליובאוויטשער‪ ,‬און איך קען זאגן אז‬ ‫זיין ארבעט איז גאר א שוואכער‪.‬‬ ‫אביגדור אונגאר‪ ,‬לעיקוואוד‬ ‫*‬ ‫איך האב אויך הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו‬ ‫מיט פראפעסאר שמואל היילמאן און איציק בלימאן‬ ‫האט געמאכט א קלאסישע ארבעט‪ .‬די איינציגסטע‬ ‫זאך וואס האט מיך געשטערט איז ווען היילמאן‬ ‫מאכט א ביליגן "סעילס פיטש" אויף זיין ביכל סוף‬ ‫פון דעם אינטערוויו‪ ,‬און קען זיך נישט ברענגען צו‬ ‫ענטפערן נארמאל א שאלה ווייל אפשר וועט ער‬ ‫פארקויפן מיט איין קאפיע ווייניגער‪ .‬כ'מיין ס'זאגט‬ ‫אסאך אויף דעם כאראקטער פונעם פארפאסער‪.‬‬ ‫חיים שטערן‬ ‫*‬ ‫א דאנק‪ ,‬איציק בלימאן‪ ,‬פארן אונז געבן די‬ ‫‪ / 10‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫געלעגענהייט זיך צו באקענען מיט שמואל היילמאן‪.‬‬ ‫איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו‪ .‬ס'איז‬ ‫כדאי צו געדענקען אז אפגעזען וואס זיין כאראקטער‬ ‫איז און וואס זיינע מיינונגען זענען‪ ,‬איז למעשה דער‬ ‫מענטש דא‪ ,‬ער שרייבט‪ ,‬ער רעדט‪ ,‬ער גיבט ארויס‬ ‫ביכער‪ ,‬אלזא ס'איז זיכער א געוואלדיגע זאך אז דער‬ ‫וועקער האט געגעבן א פלאטפארמע פאר אים‪ ,‬און‬ ‫אפשר קען עס נאך אפילו האבן א שטיקל השפעה‬ ‫עליו או על זולתו כיוצא בו באיזה אופן שיהיה‪.‬‬ ‫משה בן‪-‬אדם‬ ‫*‬ ‫דער אינטערוויו מיט היילמאן האט נישט געזאלט‬ ‫זיין דער הויפט ארטיקל אויפ'ן דעקל‪ .‬ווער עס האט‬ ‫געליינט דעם לעצטן וועקער פארשטייט גאנץ גוט אז‬ ‫עס איז געווען אנדערע ארטיקלען אין דעם וועקער‬ ‫וואס וואלטן זיך אסאך ענדערש פארדינט די דעקל‪.‬‬ ‫איין דוגמא איז דער ארטיקל פון הרב אברהם אליהו‬ ‫קאפלאן‪ ,‬אן ארטיקל מלא וגדוש וואס פאקט איין‬ ‫דעם היילמאן אינטערוויו‪ .‬פאר אזא פראפעסיאנאלע‬ ‫אויסגאבע איז עס געווען א שטיקל בזיון אז מ'האט‬ ‫אויסגעוועלט אזא ארטיקל פארן דעקל‪.‬‬ ‫קלמן לאנדמאן‪ ,‬וויליאמסבורג‬ ‫*‬ ‫טייערער רעדאקציע‪ ,‬א דאנק פאר'ן מיך באקאנט‬ ‫מאכן מיט דעם פרומען אידישן פראפעסער ר' שמואל‬ ‫היילמאן הי"ו און זיינע שטודיעס‪.‬‬ ‫א דאנק אייך האב איך איצט נארוואס פארענדיגט‬ ‫צו לייענען ביידע זיינע לעצטע ביכער‪ ,‬סיי איבער‬ ‫חב"ד‪-‬ליובאוויטש און סיי זיין לעצטער בוך איבער‬ ‫די היימישע חסידות'ער מונקאטש‪ ,‬סאטמאר‪ ,‬באבוב‬ ‫און רוזין‪-‬באיאן‪.‬‬ ‫איך מוז אייך זאגן‪ ,‬עס איז מיר געווען א תענוג‬ ‫רוחני וגשמי‪ ,‬סיי מיט'ן זיך באקענען מיט די אלע‬ ‫רבי'ס החיים איתנו היום‪ ,‬ווי דער באיאנער וואס‬ ‫דער חשוב'ער פראפעסער רעדט אליין מיט אים‪,‬‬ ‫און סיי מיט די אלע אלטע רבי'ס מבעבר‪ ,‬ווי ר' ברוך'ל‬ ‫מונקאטשער‪ ,‬וואס איז געווארן פארמעקט פון אונז‬ ‫דורך אונזערע עלטערן‪ ,‬און ר' שלמה באבובער וואס‬ ‫איך האב פארשטאנען אז קיין תורה'דיגער אויטאריטעט‬ ‫איז ער נישט געווען דעריבער האט מען נישט געמאכט‬ ‫פון אים קיין אפגאט ביי אונז אין סאטמאר‪ .‬און אפילו‬ ‫מיין טאטנ'ס הייליגער סאטמאר רבי זי"ע ווי ער לייגט‬ ‫אים אראפ פון דערהיים כאילו ער איז בעפאר'ן שרייבן‬ ‫דורך די אלע ביכער פון סאטמאר ווי מושיען של‬ ‫ישראל‪ ,‬און די אלע אנדערע היימישע ביאגראפיעס‬ ‫ יעדעס דעטאל ווי ער לעבט נאך‪.‬‬‫מיין פאטער איז א סאנדז סטריט תלמיד‪ .‬איך בין‬ ‫שוין געבוירן נאכ'ן סאטמאר רבי'ן‪ ,‬ווען דער ברך משה‬ ‫מיט זיינע בנים האבן שוין נישט געהאט אזא רעספעקט‬ ‫און דרך ארץ אימה ופחד ווי אונזערע עלטערן האבן‬ ‫פאר'ן בעל ויואל משה‪ .‬דער פראפעסער ווארפט‬ ‫ליכט אויפן דמות פונעם באבובער הויף פארוואס זיי‬ ‫זענען יא אזוי אדוק געווען אין ר' שלמה באבובער‪,‬‬ ‫ווייל די מלחמה האט אים פארגעטערט פאר'ן נייעם‬ ‫דור אין אמעריקע‪.‬‬ ‫איך שיהי' פארשטיי איך די טענות און האס כלפי‬ ‫היילמאן‪ .‬ער טוט פסיכא‪-‬אנאליזירן פאר די וועלט‬ ‫אונזערע שוואכקייטן‪ .‬עס איז זייער נישט אנגענעם‪.‬‬ ‫און טאקע דערפאר איז דאס א מסירת נפש פון‬ ‫אייך אים צו געבן דעקונג און אים באקענען מיטן‬ ‫חסידישן עולם‪.‬‬ ‫א גרויסן דאנק אייך!‬ ‫י‪.‬ב‪.‬‬


‫ווען איז לעבן?‬ ‫דער ערשטער ארטיקל אינעם איבער לעבן אינעם‬ ‫מאמענט פון אליהו‪ ,‬איז אזוי נשמה'דיג‪ ,‬פאעטיש‪ ,‬טיף‬ ‫און פראקטיש‪ ,‬ממש געטליכע דיבורים וואס רעדן‬ ‫צו מיין זעל‪ .‬איך באדאנק דעם טיפן דענקער וואס‬ ‫האט געשריבן דעם ארטיקל‪.‬‬ ‫משה לייב פיינמאן‪ ,‬לאנדאן‬

‫רויזן און דערנער‬ ‫(איבערגעזעצט פון ענגליש)‬ ‫איך לייען יעדן נומער פונעם וועקער‪ ,‬און א דאנק‬ ‫פאר אזא הערליכן מאגאזין‪ .‬אינעם וועקער קען איך‬ ‫לייענען ארטיקלען וועלכע זענען טיף‪ ,‬אנדערש‪ ,‬און‬ ‫אינטערעסאנט‪.‬‬ ‫דער לעצטער וועקער האט געהאט א דערציילונג‬ ‫מיט'ן נאמען "רויזן און דערנער"‪ .‬די מעשה איז איבער אן‬ ‫עמאציאנעלער אפערע וואס האט זיך נישט געענדיגט‬ ‫טראגיש‪( .‬יא‪ ,‬עס ווערט אנגערופן אן עמאציאנעלע‬ ‫אפערע ווען איר שפירט א נאנטשאפט צו א מענטש‬ ‫וואס איז נישט אייער בן‪-‬זוג‪ ).‬מיין פראגע צו דעם‬ ‫שרייבער איז‪ ,‬אויב אין דער וועלט איז באקאנט דער‬ ‫סטאטיסטיק אז נאך אן עמאציאנעלער אפערע ענדיגן‬ ‫זיך מער פון ‪ 50‬פראצענט הייראטן מיט גיטין‪ ,‬און‬ ‫צוואנציג פראצענט ווערן ליבעלאזע הייראטן‪ ,‬פון‬ ‫וואנעט נעמט איר דעם אחריות צו שרייבן וועגן אן‬ ‫עמאציאנעלער אפערע וואס האט געהאט גדרים און‬ ‫האט זיך גוט געענדיגט?‬ ‫אין אייער דערציילונג שטעלט איר פאר די פרוי‬ ‫ווי די שטארקע וועלכע האט גוט אוועקגעשטעלט‬ ‫אירע גדרים‪ .‬שטעלט אייך פאר אויב זי וואלט נישט?‬ ‫איר מאכט א זאך וואס איז בעצם שרעקליך‪ ,‬אז ס'זאל‬ ‫אויסקוקן ווי ס'איז נאר אביסל שלעכט‪ ,‬ווי כאילו‬ ‫ס'איז נישט עק וועלט‪.‬‬ ‫מיט צער‪,‬‬ ‫רחל ווייסבערג‪ ,‬מאנסי‬ ‫ענטפער פון יצחק וואלד‪:‬‬ ‫א דאנק פאר אייער בריוו‪ .‬וואס אן אמת האב איך‬ ‫אינזין געהאט צו באשרייבן די מעשה שהיה נישט‬ ‫אלס פאזיטיוו אדער נעגאטיוו דוקא‪ ,‬נאר יעדער זאל‬ ‫אליין ארויסנעמען א מוסר השכל וואס ער‪/‬זי זעט‬ ‫פאר ריכטיג‪ .‬פאר מיר פערזענליך איז מיר געווען א‬ ‫לעקציע איבער דער עקסטרעמער סעפעראציע פון די‬ ‫מינים אין אונזער געמיינדע‪ ,‬און אז דעריבער פארפעלן‬ ‫מיר וויכטיגע שטענדיגע כסדר'דיגע בענעפיטן און‬ ‫פארשריטן אין לעבן וואס קען נאר קומען ווען כוחות‬ ‫פון ערוואקסענע לייט‪ ,‬אין ביידע זייטן פון דער מחיצה‪,‬‬ ‫ארבעטן פארן תכלית פון אונזערע קינדער‪ ,‬און נאך‪.‬‬ ‫דאס כסדר'דיגע אבסעסיע אז יעדעס מין שייכות‬ ‫פון פארשטענדליכע מענטשן וועט נאר ברענגען‬ ‫צו שלעכטס האלט צוריק מער גוטס ווי דעם שדים‬ ‫טאנץ פון פחד אז עס וועט אפשר ברענגען דעם שטן‪.‬‬ ‫איך קלער עס איז אין פלאץ צו ברענגען אן אנדער‬ ‫מעשה‪ ,‬דאס פון דער נישט‪-‬אזוי נאנטער פארגאנגענהייט‪.‬‬ ‫די גמרא פארציילט עס אין מסכת סוכה‪:‬‬ ‫אביי שמעיה לההוא גברא דקאמר לההיא איתתא‬ ‫נקדים וניזיל באורחא ‪ -‬אביי האט צוגעהערט א געוויסן‬ ‫מאן זאגט פאר א געוויסער פרוי‪" ,‬לאמיר אויפשטיין‬ ‫פארטאגס און זיך איינאיינעם ארויסלאזן אויפן לאנגן‬ ‫וועג‪".‬‬ ‫אמר איזיל אפרשינהו מאיסורא‪ ,‬אזל בתרייהו תלתא‬

‫פרסי באגמא ‪ -‬האט אביי געזאגט צו זיך‪' ,‬איך וועל‬ ‫זיי נאכגיין זיי צו ראטעווען פון א זינד‪ '.‬ער איז זיי‬ ‫נאכגעגאנגען דריי פרסאות אין דער בלאטע‪.‬‬ ‫כי הוו פרשי מהדדי שמעינהו דקא אמרי אורחין‬ ‫רחיקא וצוותין בסימא ‪ -‬ווען זיי האבן זיך צעשיידט ביי‬ ‫א שייד‪-‬וועג (אינטערסעקשאן)‪ ,‬האט אביי געהערט‬ ‫ווי זיי געזעגענען זיך‪ ,‬און זאגן איינער דעם צווייטן‪,‬‬ ‫"אונזער וועג איז געווען א לאנגער‪ ,‬אבער אונזער‬ ‫פארברענג איז געווען אזוי זיס אז דער לאנגער וועג‬ ‫האט אויסגעזען ממש קורצליך‪".‬‬ ‫אמר אביי אי מאן דסני לי הוה לא הוה מצי לאוקומיה‬ ‫נפשיה אזל תלט נפשיה בעיבורא דדשא ומצטער‪,‬‬ ‫אתא ההוא סבא תנא ליה כל הגדול מחבירו יצרו גדול‬ ‫הימנו ‪ -‬אביי האט זיך זייער געעגבערט אז ער אויף‬ ‫זיך וואלט געהאט א גרעסער נסיון ווי די צוויי פשוט'ע‬ ‫מענטשן‪ ,‬ביז אן אלטער מאן האט אים בארואיגט אז‬ ‫ווי גרעסער מען איז האט מען א גרעסטן יצר הרע‪.‬‬ ‫וואס מען קען קלערן פון דער מעשה איז אז אביי‬ ‫האט נישט געזאגט‪ ,‬איך גיי זיי אפהאלטן פון גיין‬ ‫צוזאמען און אזוי זיס שמועסן‪ ,‬ער איז נאכגעגאנגען‬ ‫דריי פרסות און נישט געשריגן שייגעץ אדער שיקסע‪,‬‬ ‫אדער אז דאס איז אן עמאציאנאלע עפערע צו וואס‪,‬‬ ‫ער האט פארשטאנען אז אין די ליידיגע סכנה‪-‬וועגן‬ ‫איז נארמאל צו זוכן א חברותא אויפן זעלבן וועג און‬ ‫אז מען מיינט נישט קיין שלעכטס איז גארנישט דא‬ ‫צו אפהאלטן‪ .‬אביי האט למעשה באוואונדערט ווי‬ ‫שיין זיי האבן פארברענגט און נישט זיך פארזינדיגט‬ ‫אזש ער האט גאר מקנא געווען‪.‬‬ ‫די מעשה אין דער גמרא גיבט אונז פלאץ צו טראכטן‬ ‫איבער דער פארוויקלטער טעמע‪ .‬א מענטש איז אין‬ ‫כסדר'דיגן געראנגל צווישן גוט און שלעכטס‪ .‬מען‬ ‫דארף זיך האלטן אויף דער גוטער זייט‪ ,‬ווי עס שטייט‪,‬‬ ‫"ובחרת בחיים"‪.‬‬ ‫*‬ ‫ביי אונז ביי שלוש‪-‬סעודות האבן מאנכע גע'טענה'ט‬ ‫אז "רויזן און דערנער" איז נישט געווען אזוי מעכטיג ווי‬ ‫יצחק וואלד'ס פריערדיגע ווערק‪ ,‬ווייל ס'האט געפעלט‬ ‫די דראמא חלק‪ .‬איך האב אבער געזאגט אז דער‬ ‫מעסעדזש איז אסאך שטערקער דא‪ ,‬ווייל דער מח‬ ‫האט שוין גע'דמיונ'ט אז די מעשה דא גייט פאסירן איין‬ ‫וועג‪ ,‬און ס'האט זיך אויסגעלאזט אז ס'האט גארנישט‬ ‫פאסירט‪ ,‬און זיי האבן זיך שיינערהייט געזעגענט‪ ,‬ענד‬ ‫ליווד העפעלי עווער עפטער‪...‬‬ ‫נ‪ .‬ג‪ .‬וואסערמאן‪ ,‬ברוקלין‪ ,‬ניו יארק‬ ‫*‬ ‫בנוגע די מעשה שהיה וואס ידידינו ר' יצחק האט‬ ‫אזוי מייסטערהאפטיג געשילדערט‪:‬‬ ‫איך האב גארנישט קעגן די מעשה‪ ,‬און איך פרעג‬ ‫נישט קיין קשיא אויף א מעשה‪ ,‬איך זאג נאר אז דער‬ ‫מעסעדזש וואס מען דארף‪ ,‬כביכול‪ ,‬ארויסצונעמען‬ ‫דערפון וואס למענה איז געשריבן געווארן דער גאנצער‬ ‫ארטיקל‪ ,‬איז לדעתי נישט ריכטיג‪:‬‬ ‫‪ .1‬מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואלי איז נישט‬ ‫געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע‬ ‫תקופה וואס ער האט געהאט פארבינדונגען מיט רויזי?‬ ‫אפשר איז גאר זיין גאנצער דרייוו איר צו העלפן געווען‬ ‫במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו?!‬ ‫‪ .2‬נניח אז נישט‪ ,‬און אונזערע יואלי איז נישט נכשל‬ ‫געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה‪ ,‬דאן מוז מען‬ ‫על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל‬ ‫עם הנשים וכיון דדש דש‪ ,‬ואין הנידון דומה לראיה‪.‬‬ ‫לסיומא דמילתא‪ ,‬אלע מאמרי חז"ל זענען מעיד‪,‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪11 /‬‬


‫'איך געדענק נאך‪ ',‬האט ער‬ ‫פארגעזעצט‪' ,‬ווי איך האב‬ ‫א זאג געגעבן פאר רייצי‪,‬‬ ‫'לאמיר אינזין האבן כאטש‪,‬‬ ‫אז מיר זענען מקיים א מצוה‪'.‬‬ ‫'וואס א מצוה?' האט זי נישט‬ ‫פארשטאנען‪' .‬מסתמא זענען‬ ‫ביידע גוישע קינדער!' 'נו‪,‬‬ ‫און געבן צו עסן א הונגעריגן‬ ‫גוי‪ ,‬איז אויך א חסד‪ ',‬האב‬ ‫איך איר געענטפערט‪ .‬בפרט‬ ‫הילפסלאזע קינדער‪'.‬‬

‫‪‬‬

‫"לעצטע צוויי סטרונעס"‪,‬‬ ‫הוצאת געוואלדיג‪ ,‬תשע"ז‬

‫"די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מאכן א גרויסע‬ ‫נסיון קאלט צו מאכן די אמונה‪ ,‬ובפרט מיטן‬ ‫גרינג קענען צוקומען צו אלע מיני חקירות און‬ ‫משכיל'ישע ספרים פון אלע אפיקורסים פון‬ ‫אלע צייטן‪ ,‬ובפרט דורך דעם היברא בוקס וואס‬ ‫דער מסית ומדיח "הבחור חיים" ימ* שמו האט‬ ‫אריינגעלייגט‪ ,‬און עס פארקויפט זיך אין די‬ ‫טויזנטערס‪ ,‬און א טייל האבן דורכדעם באקומען‬ ‫א השפעה פון די אלע זאכן און האבן אנגעהויבן‬ ‫צו מאכן ליצנות פון אידישקייט השם ישמרינו‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"משתה ושמחה"‪ ,‬הלכות ימי הפורים‪ ,‬הרב יואל‬ ‫מענדלאוויטש‪ ,‬אדר תשע"ז‬

‫‪ / 22‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫‪ ‬דער ספר "אוצר הלכות" פון הרב אברהם‬ ‫צבי פריעדמאן איז בלויז עטליכע יאר אלט‪,‬‬ ‫אבער איז שוין ווייט פארשפרייט‪ .‬א חדר‪-‬‬ ‫קלאס גרייט זיך צום יום טוב דורך לערנען די‬ ‫הלכות החג‪.‬‬

‫‪ ‬הרב מענדלאוויטש איז א דיין אין‬ ‫דעם נייעם וואקסנדן חסידישן שטעטל‬ ‫בלומינגבורג‪ ,‬אין אפסטעיט ניו יארק‪.‬‬


‫"דער [סאטמארער] רבי האט ברייט‬ ‫ארומגעשמועסט איבער דעם ספר 'המורה'‬ ‫פונעם רמב"ם ז"ל‪ .‬האט דער רבי דערביי‬ ‫געזאגט א מערקווירדיגן געדאנק‪ ,‬אז ווען די‬ ‫פריערדיגע [גדולי ישראל] האבן געברענגט‬ ‫צו פארברענען דעם ספר המורה‪ ,‬איז מיט דעם‬ ‫ערגענצט געווארן די מטרה פונעם רמב"ם‬ ‫מיט'ן עצם פארפאסן דעם ספר‪[... .‬ווייל] נאכ'ן‬ ‫פארברענען דעם ספר המורה‪ ,‬האט עס אזוי‬ ‫פיל אויפגעטאן אז דער ספר האט מער נישט‬ ‫געברענגט שאדן פאר די שוטים‪ ,‬ווייל זיי‬ ‫וועלן דאך מער נישט לערנען אין דעם ספר‬ ‫נאכ'ן זען ווי מ'האט עס פארברענט‪ ,‬און ווידער‬ ‫דער חכם וואס וועט לערנען דערין וועט דאך‬ ‫האבן א נוצן‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"דער איד"‪ ,‬פר' ויחי‪ ,‬תשע"ז‪ ,‬תורה אפטיילונג‪ ,‬זייט ‪15‬‬

‫‪ ‬תימנ'ער כתב יד פונעם "מורה"‪ ,‬געשריבן‬ ‫אין אריגינעלן אידיש‪-‬אראביש‬

‫"כ"ק רבינו [רבי שלמה מבאבוב] זצ"ל האט‬ ‫דערציילט‪ ,‬אז נאך די פטירה פון הרה"ק‬ ‫מצאנז זי"ע‪ ,‬האט מען אויפ'ן בוידעם פון ביתו‬ ‫נאוה קודש געטראפן גאנצע קעסטלעך מיט‬ ‫לאסן פון לאטערי וואס ער האט געקויפט‬ ‫במשך השנים‪ .‬ווייל דער צאנזער רב זכרונו‬ ‫לברכה איז דאך געוועהן א גרויסער בעל‬ ‫חוב‪ ,‬ער פלעגט בארגן גרויסע געלטער‬ ‫און דאס אויסגעטיילט אויף צדקה‪ ,‬אויך‬ ‫האט ער געדארפט ריזן סכומים פאר זיינע‬ ‫קביעות'דיגע צדקות‪ ,‬וואס ער פלעגט‬ ‫אויסהאלטן ארימעלייט‪ ,‬חולאים‪ ,‬אלמנות‬ ‫מיט יתומים‪ ,‬דערפאר פלעגט ער שפילן די‬ ‫לאטערי‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"שערי ציון"‪ ,‬חסידי באבוב‪ ,‬ניסן‪-‬אייר תשע"ז‬

‫‪ ‬עמך ישראל צריכים פרנסה ‪ --‬אידן‬ ‫קויפן לאטעריס מיט גרויסע האפענונגען‬

‫‪‬אנאקסימענעס‪ ,‬פון די ערשטע גריכישע פילאזאפן‬ ‫וועלכער האט געלעבט בסוף תקופת בית ראשון‪ ,‬איז‬ ‫אויפגעקומען מיט דער טעאריע אז "די זון באשטייט‬ ‫פון ערד‪ ,‬און עס ווערט זייער הייס צוליב די שנעלקייט‬ ‫פון אירע תנועות‪".‬‬

‫"עס איז מערקווירדיג וואס דער‬ ‫מהרש"א זאגט (נדרים דף ח')‬ ‫אז די זון האט נישט בטבע קיין‬ ‫אייגענער חמימות‪ ,‬נאר וויבאלד‬ ‫עס דרייט זיך ארום מיט אזא‬ ‫שנעלקייט ארום דער ערד‪,‬‬ ‫פיר און צוואנציג שעה א טאג‪,‬‬ ‫ממילא ווערט עס אנגעהיצט‪,‬‬ ‫וויבאלד די טבע פון א זאך וואס‬ ‫דרייט זיך שנעל איז אז עס‬ ‫גיבט ארויס א היץ‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"מעלות"‪ ,‬אב‪ ,‬תשע"ז‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪23 /‬‬


‫די‬

‫"בראקל"‬ ‫שערוריה‬

‫דער פארגעסענער מציאות אין‬ ‫א ריתחא דאורייתא‬ ‫יידל‬

‫אריינפיר‬ ‫אין די לעצטע פאר חדשים טוט זיך א פרישער‬ ‫כשרות קאנטראווערסיע ביים היימישן ציבור‪.‬‬ ‫עטליכע אינטערנאציאנאלע אינוועסטירער‪,‬‬ ‫מיט דער שטיצע פון עטליכע רבנים און פוסקים‪,‬‬ ‫האבן באשלאסן אז די הינער וועמענס פלייש‬ ‫מיר עסן זענען נישט טהור‪ .‬אנשטאט האבן די‬ ‫אינוועסטירער געוואלט אז מ'זאל אין די היימישע‬ ‫בתי שחיטה אנהייבן שחט'ן בלויז דער "בראקל"‬ ‫האן‪ .‬ווען אנדערע רבנים האבן זיך דערוואוסט‬ ‫פונעם פלאן זענען זיי ארויס מיט א ויצעקו‪,‬‬ ‫טענה'נדיג אז דער בראקל איז גאר דער טמא'נער‬ ‫‪ / 24‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫עוף בעת וואס די הינער צו וועלכע מיר זענען‬ ‫געוואוינט זענען כשר בתכלית ההידור‪.‬‬ ‫ווי עס איז די שטייגער ביי אזעלכע סארטן‬ ‫דעבאטעס און שערוריות האט זיך תיכף אנגעהויבן‬ ‫א פלוס פון בריוולעך‪ ,‬קונטרסים‪ ,‬קול קורא'ס‪ ,‬און‬ ‫מודעות פון ביידע צדדים מסביר צו זיין זייער צד‬ ‫און צו פארשרייען דעם צד שכנגד‪ .‬די היימישע‬ ‫אינטערנעט פארומס א שטייגער ווי "אייוועלט"‬ ‫און "פורום אוצר החכמה" האבן ביידע אנגעהויבן‬ ‫ווירבלען מיט פאוסטס‪ ,‬זה בונה וזה סותר‪.‬‬ ‫די תורה'דיגע טייל פון דער דיסקוסיע איז‬ ‫געווען רייך ביז גאר‪ .‬די מאמרים שרייבער האבן‬ ‫נישט איבערגעהיפט אויף קיין איין מקור וועלכער‬


‫וועמענס אינטערעסע עס איז געווען צו אסר'ן‬ ‫און ווער עס האט געוואלט מתיר זיין אסר'נדיג‬ ‫די ביז‪-‬איצטיגע טשיקנס‪ ,‬אבער איין זאך איז מיר‬ ‫געווארן קלארער און קלארער ווי מער כ'האב זיך‬ ‫אריינגעלייגט אין דער נושא‪ :‬ביידע צדדים ליידן‬ ‫פון א בושה'דיגן און ווייטאגליכן איגנאראנץ‪ .‬דער‬ ‫צוזאמענשטויס פון הלכה מיט וויסנשאפט צווינגט‬ ‫די בעלי ההלכה ארויסצוגיין פון זייער געביט אין‬ ‫וועלכע זיי זענען באהאוונט‪ ,‬און זיך אריינלאזן אין‬ ‫א ווילד‪-‬פרעמדע געביט‪ ,‬אבער עס זעט אפטמאל‬ ‫אויס ווי אינפארמאציע וועלכע מ'קען נישט‬ ‫טרעפן אין ספרים‪-‬שאפע איז אומדערגרייכבאר‬ ‫אין בית המדרש‪.‬‬ ‫אויב איז אייך די אומהיימליכקייט פונעם‬ ‫בראקל טשיקן אויפן מעהאגעני טיש אין ספרים‬ ‫צימער ארומגענומען מיט די פארבעקישטע רבנים‬ ‫נישט גענוג‪ ,‬דאן קוקט נישט ווייטער ווי די מאמרי‬ ‫הקובצים און פסקים אין די תשובה ספרים וואו די‬ ‫ציטירטע "חכמי הטבע" מוזן ווערן באגלייט מיט‬ ‫צענדליגע אומבאקוועמע לשונות פון "כידוע‪",‬‬ ‫"ראיתי בכתבי אומות העולם‪" ",‬נודע לי‪ ",‬און‬ ‫"יודעי הדבר מעידים‪ ",‬אלעס אויף צו נאכברענגען‬ ‫א שטיקל וויקיפעדיע‪.‬‬ ‫אין דער הלכה חלק קום איך ווארשיינליך נישט‬ ‫צו צו די פיס‪-‬קנעכלען פון די פוסקים העושים‬ ‫לילות כימים באהלה של תורה‪ .‬אבער כ'האב‬ ‫באקומען דעם שפיר אז די שערוריה קען נוצן‬ ‫אביסל א‪.‬ג‪" .‬ידיעות כלליות" צו באאיינפלוסן דעם‬ ‫שמועס און באלייכטן די דעבאטע‪.‬‬

‫וואס איז אן עוף טמא‬ ‫קען מעגליך זיין א ראיה צו זייער צד‪ .‬שטעלט אפ‬ ‫א דיין‪ ,‬א מו"ץ'ל אדער אפילו א כולל יונגערמאן‬ ‫און ער וועט אייך קענען אראפלייגן די גאנצע‬ ‫סוגיא‪ ,‬אנגעהויבן פון דער גמרא אין חולין‪ ,‬ביז דער‬ ‫תשובה אין "שבט הלוי"‪ ,‬נישט אויסלאזנדיג קיין‬ ‫ראשון‪ ,‬אחרון‪ ,‬פוסק‪ ,‬אדער נושא כלי אינצווישן‪.‬‬ ‫אבער נאכן אריינלייגן זיך אין דער נושא‪,‬‬ ‫אדורכבלעטערנדיג מאמרים און שמועסנדיג מיט‬ ‫חברים בני תורה‪ ,‬האב איך באמערקט אז איין‬ ‫געביט פון דער דיסקוסיע איז כמעט ווי איגנארירט‬ ‫געווארן דורך ביידע צדדים‪ :‬דער געביט פון בירור‬ ‫המציאות‪.‬‬ ‫איך בין נישט עקסטער באקאנט מיט דעם‬ ‫פאליטישן חלק פון דער בראקל קאנטראווערסיע‪,‬‬

‫דער נאטירליכסטער פלאץ אנצוהייבן איז מיטן‬ ‫פסוק חומש אין פרשת שמיני (ויקרא קאפיטל יא‪,‬‬ ‫פסוקים יג‪-‬יט און נאכאמאל אין דברים קאפיטל‬ ‫יד‪ ,‬פסוקים יב‪-‬יח)‪ ,‬וועלכער לערנט איז וואס אן‬ ‫עוף טמא איז‪:‬‬ ‫ֵא ְכל ּו‬ ‫ׁקצ ּו ִמן ָהעוֹף לֹא י ָ‬ ‫ו ְֶאת ֵא ֶּלה ְּת ַש ְּ‬ ‫ׁר ו ְֶאת ַה ֶּפרֶס ו ְֵאת ָה ָע ְז ִנָיּה‪.‬‬ ‫ּש‬ ‫ׁקץ ֵהם ֶאת ַהֶנ ֶ‬ ‫ֶש ֶ‬ ‫ו ְֶאת ַה ָּד ָאה ו ְֶאת ָה ַאָיּה ְל ִמינ ָּה‪ֵ .‬את ָּכל עֹרֵב‬ ‫ְל ִמינוֹ‪ .‬ו ְֵאת ַּבת ַה ַּי ֲענָה ו ְֶאת ַה ַּת ְח ָמס ו ְֶאת‬ ‫ׁחף ו ְֶאת ַהֵנּץ ְל ִמינֵהוּ‪ .‬ו ְֶאת ַה ּכוֹס ו ְֶאת‬ ‫ַה ָּש ַ‬ ‫ׁמת ו ְֶאת‬ ‫ְש ֶ‬ ‫ָך ו ְֶאת ַה ַּי ְנׁשוּף‪ .‬ו ְֶאת ַה ִּתנ ֶ‬ ‫ׁשל ְ‬ ‫ַה ָּ‬ ‫ָפה‬ ‫ידה ָה ֲאנ ָ‬ ‫ֲס ָ‬ ‫ָחם‪ .‬ו ְֵאת ַהח ִ‬ ‫ַה ָּק ָאת ו ְֶאת ָהר ָ‬ ‫ֲט ֵּלף‪.‬‬ ‫יפת ו ְֶאת ָהע ַ‬ ‫ְל ִמינ ָּה ו ְֶאת ַה ּדו ִּכ ַ‬ ‫בסך הכל זאגט אונז די תורה אן איבער פיר‬ ‫און צוואנציג מיני עופות וועלכע זענען טמא און‬ ‫מ'טאר זיי נישט עסן‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪25 /‬‬


‫‪ / 42‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫ראובן‬

‫מיט חיות און התלהבות טאנצן הונדערטער‬ ‫אידן ניגוני רגש ושמחה‪ ,‬און רירנדע מעלאדיעס‬ ‫פילן אן דעם חלל פון דעם גרויסן זאל‪ .‬אידן‬ ‫מיט פיצינקע קאפעלעך ביז הויך‪-‬שטאקיגע‬ ‫שטריימלעך כאפן זיך ארום מיט עקסטאזע‪ ,‬און‬ ‫פראווען צוזאמען אן א' סליחות ביים שוועל‬ ‫פונעם נייעם יאר‪ .‬הרב יואלי לעבאוויטש זינגט‬ ‫מיט א הארציגער נעימות‪ ,‬די כליזמרים ברומען‬ ‫מיט די אינסטרומענטן‪ ,‬און צענדליגער מנינים פון‬ ‫כלל ישראל פארגעסן פון דער מאנסיער שטאט‬ ‫ארום ‪ -‬פאר א מאמענט ווערן אלע בנינים און‬ ‫אינסטיטוציעס חלומות פון הינטער די הרי חושך ‪-‬‬ ‫און א מין ארומנעמענדיגער קרבת אלוקים ווערט‬ ‫טאפנדיג אין די לופטן‪.‬‬ ‫זיי זענען אלע דא‪ ,‬צוזאמען‪ ,‬פאראייניגט‪ ,‬מיט‬ ‫הערצער וואס גיסן זיך אויס פאר'ן טאטן אין הימל‪.‬‬ ‫במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה‪ ,‬היינט האבן מיר‬ ‫דיך ערשט געפעדערט‪ ,‬טאטע‪ ,‬פאר אלע חשבונות‬ ‫פון וואס דער אדער יענער קלערט אדער זאגט‪ .‬אז‬

‫מ'קוקט ארום אין זאל זעט מען פינקלדיגע אויגן‪,‬‬ ‫פון אידן וואס האבן זיך גע'ספק'ט צי זיי מעגן הערן‬ ‫דעם קול קורא פון זייער נשמה און אנטיילנעמען‬ ‫אין אן "אנדערן" סארט א' סליחות‪ ,‬אדער דארפן‬ ‫טון וואס יעדער טוט‪ ,‬בלויז ווייל יעדער טוט וואס‬ ‫יעדער טוט ווייל יעדער טוט וואס יעדער טוט‪.‬‬ ‫אט דא ביים רירנדן מעמד‪ ,‬ווען די מחשבות לאזן‬ ‫זיך ענדליך לויפן צו העכערס און געטליכקייט‪,‬‬ ‫ווערן די אלע ספיקות נישט נאר פארענטפערט‪,‬‬ ‫נאר אפגעפרעגט‪ .‬וואס דען דארף זיין א סליחות‬ ‫אויב נישט דערהערן דעם קול שופר'ס רוף זיך צו‬ ‫דערנענטערן צו דער אייגענער נשמה?‬ ‫דער מנצח על בית ה' איז א קאפאטע‪-‬‬ ‫באקליידעטער ליובאוויטשער חסיד‪ ,‬דער‬ ‫בארימטער רעדנער און דענקער הרב יוסף‬ ‫יצחק יעקבסאן‪ .‬הרב יעקבסאן האלט דעם‬ ‫ציבור געשפאנט מיט זיינע דברי התעוררות‪,‬‬ ‫וועלכע ברענגען דעם קול השופר אריין אין די‬ ‫פארבארגענע קעמערלעך פון הארץ‪ .‬מ'זינגט‪,‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪43 /‬‬


‫מ'הערט דברי כיבושין‪ ,‬א מילתא דבדיחותא וואס‬ ‫דערנענטערט א מושג צום שכל‪ ,‬און מ'שפאנט‬ ‫אריין צו די ימים נוראים מיט זיכערע טריט‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאנ'ס ווערטער זענען געבויעט אויף‬ ‫חיזוק‪ ,‬דאס חשיבות פון א איד‪ ,‬די זכיה וואס מיר‬ ‫האבן צו זיין פון דעם עם קדוש ונבחר‪ .‬ער זאגט‬ ‫נאך גוטע געדאנקען פון סיי ווער וואס האט‬ ‫נאר געזאגט עפעס פאסיג‪ ,‬קבל את האמת ממי‬ ‫שאומרו‪ ,‬פון האדמו"ר מסאטמאר ביז ר' שלמה‬ ‫קארלבאך ‪ -‬פון יעדן קענען מיר עפעס לערנען‬ ‫און קונה זיין‪ .‬אין זיינע סליחות רייד‪ ,‬האט הרב‬ ‫יעקבסאן שטארק גערעדט פון נישט זיין אנגעגעסן‬ ‫אויף מענטשן ארום‪ ,‬משפחה‪ ,‬חברים‪ ,‬ארבעט;‬ ‫מ'זאל מקבל זיין א צווייטן‪ ,‬נישט פאראורטיילן‬ ‫יענעם‪ ,‬מחליט זיין צי יענער איז גענוג א גוטער‬ ‫מענטש אדער גענוג א גוטער איד‪ .‬דער בריח‬ ‫התיכון וואס לויפט דורך זיין גאנצן געדאנקענגאנג‬ ‫איז די נקודה אז מ'דארף לעבן פאר זיך‪ ,‬לאזן די‬ ‫קינדער לעבן פאר זיך‪ ,‬נישט פרובירן צו געפעלן‬ ‫יענעם‪ ,‬און לעבן פאר יענעם‪.‬‬

‫"ער זאגט דעם אמת!"‬ ‫הרב יוסף יצחק יעקבסאן האט אין די‬ ‫לעצטע יארן איינגענומען די חסידישע וועלט‬ ‫מיט א שטורעם‪ .‬א פאפולערער רעדנער‪ ,‬און א‬ ‫בעל מחשבה פון דער ערשטער קלאס‪ ,‬איז הרב‬ ‫יעקבסאן א משפיע איבער דער אידישער וועלט‬ ‫שוין פאר א סך יארן‪ .‬אין ליובאוויטש‪ ,‬ווי ער ציילט‬ ‫זיך פון די חשובי החסידים‪ ,‬איז הרב יעקבסאן א‬ ‫פערזענליכקייט וועמען מ'קען נישט פארפאסן‪.‬‬ ‫ר' יוסף יצחק דיסקרימינירט נישט צו וועמען‬ ‫צו רעדן‪ .‬ער איז באקוועם צו רעדן פאר אן‬

‫‪ / 44‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אוידיענץ פון חסידישע אידן‪ ,‬צי פאר א זאל פול‬ ‫מיט סעקולערע קאלעדזש‪-‬גראדואנטן‪ .‬ער קען‬ ‫רעדן פאר רבנים און אנשי מעלה‪ ,‬אדער פאר א‬ ‫קאנפערענץ פון גלחים און גייסטליכע‪ .‬פאר יעדן‬ ‫האט הרב יעקבסאן וואס צו זאגן‪ ,‬און איז בכוח צו‬ ‫אינספירירן און מהנה זיין בהלם אחד‪ .‬א קאריערע‬ ‫איבער דער וועלט האט אים באקאנט געמאכט‬ ‫מיט די ראשי‪-‬תיבות פון זיין נאמען‪ ,.Y.Y :‬און‬ ‫דערפאר איז נישט קיין חידוש צו הערן פון זיינע‬ ‫געשוואוירענע חסידישע חסידים‪" ,‬איך מוז יעצט‬ ‫לויפן ווייל כ'קען נישט פארפאסן דעם שיעור פון‬ ‫ר' ‪".Y.Y‬‬ ‫און וואס הערט מען ביי די שיעורים? חסידים‬ ‫פון ר' יוסף יצחק זינגען אלע דעם זעלבן נוסח‪,‬‬ ‫"ער זאגט דעם אמת!" אדער ווי איין געטרייער‬ ‫נאכפאלגער האט זיך אויסגעדרוקט אין סלענג‪,‬‬ ‫"ער שניידט די קרעפלעך‪ ".‬הרב יעקבסאן‪ ,‬זאגן‬ ‫זיי‪ ,‬האט נישט מורא צו זאגן דעם דבר ה' אין‬ ‫פנים אריין ‪ -‬ער רעדט פון א אידישקייט וואס‬ ‫אפעלירט צו דער אידישער נשמה‪ ,‬פון אמת‪ ,‬צדק‪,‬‬ ‫געטליכקייט און מענטשליכקייט‪" .‬פאר איך האט‬ ‫אנטדעקט הרב יעקבסאן‪ ",‬האט מיר געזאגט א‬ ‫וויליאמסבורגער יונגערמאן צווישן מנחה און‬ ‫מעריב אין סאטמארער ביהמ"ד אויף סאוט ‪8‬‬ ‫סטריט‪" ,‬איז מיין אידישקייט געווען ווי צוויי זעק‬ ‫ציגל וועלכע האבן אראפגעהאנגען פון מיינע‬ ‫אקסלען‪ .‬ר' ‪ .Y.Y‬האט מיר געמאכט זען מיין‬ ‫אידישקייט ווי א ּפ ָאר פליגלען וועלכע דערהייבן‬ ‫מיר ביז'ן כסא הכבוד‪".‬‬ ‫א בארא‪-‬פארקער יונגערמאן וועלכער‬ ‫פארפאסט נישט קיין שיעור פון הרב יעקבסאן‬ ‫האט מיר געזאגט‪" :‬ווען איך האב צום ערשטן‬ ‫מאל געהערט א דרשה פון הרב יעקבסאן בין‬ ‫איך געבליבן צוגענאגלט צו מיין פלאץ‪ ,‬מחשבות‬ ‫וועלכע זענען ארומגעלאפן אין מיין מוח במשך‬ ‫יארן לאנג אויף א נישט מסודר'דיגן אופן האבן‬ ‫מיטאמאל באקומען אן ארגאניזירטן שופר אין‬ ‫פארעם פון הרב יעקבסאנ'ס ווערטער‪ .‬איך האב‬ ‫געשלונגען מיט דורשט יעדעס ווארט וואס איז‬ ‫ארויס פון זיין מויל און זיך נישט געקענט גלייבן‬ ‫אז איך הער גוט‪".‬‬ ‫אידן וואס זענען רעגלמעסיגע משתתפים ביי‬ ‫ר' יוסף יצחק'ס שיעורים רעדן מיט התפעלות‬ ‫וועגן זיינע ברייטע ידיעות אין פארשידענע‬ ‫נושאים‪ ,‬ווי די וועלט און די תורה קומען זיך צוזאם‬ ‫אין א זוימלאזן טעפיך‪ .‬די טענה אז אמאל מאכט‬ ‫זיך א גוזמא וואס איז נישט ממש געאנקערט‬ ‫אין דעם מציאות מאכן זיי אוועק מיט'ן אנווייזן‬ ‫אז הרב יעקבסאן איז נישט נאר א משפיע‪ ,‬נאר‬ ‫אויך אן אונטערהאלטער‪ .‬א רעדנער וואס האלט‬ ‫געשפאנט א ציבור‪ ,‬טענה'ן זיי‪ ,‬מעג זיך אמאל‬ ‫באנוצן מיט סופערלאטיוון‪ .‬דער עיקר אז ער איז‬ ‫אויפריכטיג‪ ,‬מ'קען אים אלעם פרעגן‪ ,‬נישטא קיין‬


‫נושא וואס מ'טאר נישט בארירן‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫זאגט אז אידישקייט נעמט אריין יעדן אספעקט‬ ‫פון לעבן‪ ,‬טא‪ ,‬איז דאך נישט מער ווי יושר אז‬ ‫מ'זאל מעגן ערווארטן צו באקומען ענטפערס צו‬ ‫פראגעס וועלכע נעמען אריין יעדן אספעקט פון‬ ‫לעבן‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז גענוי דאס פארקערטע‬ ‫פון וואס טייל פון זיינע נייע צוהערער זענען‬ ‫געווען געוואוינט‪ .‬א אידישקייט פון מצות‬ ‫אנשים מלומדה‪ ,‬וואו מ'טוט ווייל יעדער טוט‪,‬‬ ‫און מ'טראכט נישט ווייל קיינער טראכט נישט‬ ‫ דאס אלעס איז טריף ביי זייער נייעם רבי'ן‪ .‬ביי‬‫אים הערט מען טיפע און אריגינעלע געדאנקען‬ ‫וועגן תורה ומצוות און וועגן דעם לעבן‪ ,‬וועגן א‬ ‫אידישקייט וואס מיינט עפעס פאר דעם גוף און‬ ‫פאר דער נשמה‪ ,‬וועגן א באשעפער וואס איז שוכן‬ ‫בקרבנו און וועמען מיר קענען דערשפירן מיט די‬ ‫ריכטיגע כלים‪ .‬ביי הרב יעקבסאן האבן אזויפיל‬ ‫אנטדעקט דעם אומאויסשעפבארן טויזנט‪-‬יעריגן‬ ‫אוצר פון אידישער מחשבה‪.‬‬ ‫א חסיד איז הרב יעקבסאן מיט יעדן פון זיינע‬ ‫אברים‪ .‬נישט נאר א חסיד פון זיין רבי'ן דער‬ ‫ליובאוויטשער רבי ז"ל‪ ,‬נאר אויך א חסיד אינעם‬ ‫בעל‪-‬שם‪-‬טוב'דיגן זין‪ .‬ווען ער זאגט נאך א‬ ‫שטיקל פונעם "תניא" קען זיך דוכטן אז דא זענען‬ ‫אנטדעקט געווארן אלע סודות פון דער בריאה ‪-‬‬ ‫און אלע חסידישע ספרים זענען רגיל על לשונו‪.‬‬ ‫אבער דער "קדושת לוי" איז נישט דער גאנצער‬ ‫ענטפער פאר הרב יעקבסאנ'ס א חנוכה‪ .‬אונזערע‬ ‫תורה'דיגע אוצרות נעמען אריין שפרידלדיגע‬ ‫קוועלער פון טיפער מחשבה גייענדיג צוריק‬ ‫צום רמב"ם‪ ,‬רבי יהודה הלוי‪ ,‬דער רלב"ג‪ ,‬און נאך‬ ‫ראשונים און אחרונים וועמענ'ס חכמה און צדקות‬ ‫מיר דארפן לערנען‪ ,‬און וועמענ'ס ענטפערס זענען‬ ‫רעלעוואנט ביז'ן היינטיגן טאג‪.‬‬ ‫מיט זיין אראטארישער קראפט און צחות‬ ‫הלשון פארכאפט הרב יעקבסאן זיינע צוהערער‪,‬‬ ‫און ווען ער איז מסביר א נושא איז עס אפט דאס‬ ‫ערשטע מאל וואס זיין אוידיענץ האט ענדליך‬ ‫געהערט איינעם רעדן פון א טעמע וואס נאגט‬ ‫ביים הארץ שוין לאנגע יארן‪.‬‬ ‫ביי הרב יעקבסאן עקזיסטירט נישט דער‬ ‫ענות‪-‬חנ'דיגער רבנישער פילטער‪ ,‬דאס געמאכטע‬ ‫אומוויסן איבער דעם עולם הזה‪ .‬פארקערט‪ ,‬ער‬ ‫זעט אידישקייט און לעבן איבעראל‪ ,‬אין דעם חי‬ ‫היום‪-‬יום‪ ,‬אין ארבעט‪ ,‬אין מוזיק‪ ,‬אין קונסט‪ ,‬אין‬ ‫נאטור‪ ,‬אין די מענטשליכע דראנגען און אין די‬ ‫נשמה'ס רופונגען‪.‬‬ ‫צו פארשטיין הרב יעקבסאנ'ס בליק אויף די‬ ‫ברענעדיגע טעמעס פון דער היינטיגער תקופה‪,‬‬ ‫האבן מיר געשטעלט פאר ר' יוסף יצחק'ן א רייע‬ ‫פראגעס וועלכע באהאנדלען טעמעס וועלכע‬

‫זענען נוגע אונזערע לייענער‪ .‬מיר האבן דערנאך‬ ‫אפגעהאלטן א רייכן שמועס אין וועלכן הרב‬ ‫יעקבסאן האט געגאסן פון זיינע רייכע אוצרות און‬ ‫זיין פייערדיגער נשמה‪.‬‬

‫ארייננעמען תורת ה'‬ ‫אין זיך‬ ‫א אידישקייט וואס ראנגלט זיך מיט זיך‬ ‫אליין‪ ,‬וואס גלויבט אז דער תכלית אין אמונה‬ ‫און עבודת ה' איז נאכמאכן און נאכטאנצן מעשה‬ ‫קוף‪ ,‬איז נישט דער אמת פון דער תורה‪ ,‬האלט‬ ‫הרב יעקבסאן‪ .‬דער אויבערשטער וויל אונז נישט‬ ‫פייניגן מיט טפשות און בלינדקייט‪ .‬פארקערט‪,‬‬ ‫דער געטליכער חזיון איז כי מלאה הארץ דעה‪ ,‬א‬ ‫איד מיט וויסן‪ ,‬בינה והשכל‪ ,‬א איד וואס איז מקושר‬ ‫מיט דעם אויבערשטן און תורה מיט ליבע‪-‬שטריק‪.‬‬ ‫דער וואס איז א טעכנישער איד‪ ,‬וואס זיין‬ ‫תכלית בעולם איז מקיים צו זיין יעדן סעיף קטן אין‬ ‫שולחן‪-‬ערוך אבער אלעס איז משפה ולחוץ‪ ,‬האט‬ ‫נישט קיין שייכות מיט דעם רצון ה'‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫דערציילט אזא מעשה‪:‬‬ ‫אין א קליין שטעטל אין מזרח‪-‬אייראפע‪ ,‬האט‬ ‫אן ארימער מענטש אמאל געבעטן א קארגן גביר‪,‬‬ ‫"כ'האב גארנישט געגעסן אין צוויי טעג‪ ,‬קענסטו‬ ‫מיר אפשר עפעס געבן צו עסן?"‬ ‫"מיין היים איז נישט געמאכט פאר אזעלכע‬ ‫בטלנים ווי דו!" האט דער קארגער געענטפערט‪.‬‬ ‫"פארוואס גייסטו נישט אין בית המדרש אריין ‪-‬‬ ‫דארטן וועלן זיי דיר זיכער געבן צו עסן‪".‬‬ ‫אבער דער מענטש האט זיך געבעטן‪ ".‬איך בעט‬ ‫דיר‪ ,‬איך האב שוין נישט קיין כוח‪ .‬אויב איך וועל‬ ‫נישט עסן עפעס יעצט‪ ,‬וועל איך שטארבן‪ .‬ביטע‪,‬‬ ‫געב מיר סיי וואספארא עסנווארג דו האסט אין‬ ‫שטוב‪".‬‬ ‫דער רייכער מענטש האט ארויסגעשלעפט‬ ‫פון דער מיסט אן אלטן‪ ,‬פארדארבענעם‪,‬‬ ‫פארשטינקענעם שטיקל פיש און עס געגעבן‬ ‫פאר'ן שנארער‪ ,‬וועלכער האט עס תיכף‬ ‫אויפגעגעסן‪ .‬דער ארימער מענטש האט זיך שיין‬ ‫באדאנקט‪ ,‬אבער ווי נאר ער איז געגאנגען ווייטער‬ ‫איז ער צוזאמגעפאלן אויף דער גאס‪ ,‬און מ'האט‬ ‫אים אריינגעטראגן אין שפיטאל‪.‬‬ ‫יענע נאכט‪ ,‬נאכ'ן צוריקקומען פון מעריב‪ ,‬האט‬ ‫דער גביר געזאגט פאר זיין ווייב אז ער וועט דארפן‬ ‫ארויס פון שטוב‪" .‬דער ארימער מענטש וואס‬ ‫האט דא געגעסן איז פלוצים קראנק געווארן‪ ,‬און‬ ‫מ'האט אים גענומען צום שפיטאל‪ .‬איך דארף אים‬ ‫באזוכן מקיים צו זיין די מצווה פון ביקור חולים‪".‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪45 /‬‬


‫ווער וועט‬ ‫"אים"‬ ‫באשרייבן?‬ ‫אפהאנדלונג איבער פראפעסאר שמואל‬ ‫היילמאנ'ס אינטערוויו מיט'ן "וועקער"‬ ‫יהודה מאשקאוויטש‬ ‫"ווער וועט אונז באשרייבן?" האט געלויטעט‬ ‫דאס צוציענדן קעפל פונעם אינטערוויו‪ ,‬וואס דער‬ ‫סאציאלאג שמואל היילמאן האט אפגעהאלטן‬ ‫מיט איציק בלימאן איבער זיינע פארשונגען אויף‬ ‫חסידישע הויפן און איבערהויפט איבערן לעצטן‬ ‫בוך זיינעם‪" ,‬ווער וועט אונז פירן?"‬ ‫דער דעקל פונעם "וועקער" האט אים זאגאר‬ ‫באטיטלט אלץ נישט ווייניגער ווי "דער פארשער‬ ‫פון חסידים‪ ",‬מסתמא צוליב זיין געלונגענעם‬ ‫טייל אין אויפווייזן אז אקאדעמישע ווערק איז‬ ‫אפטמאל ווערד – לצור על פי צלוחיתו‪.‬‬ ‫‪ / 66‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫איך‪ ,‬א קנאפער חסיד פון חרדיזם‪ ,‬און א‬ ‫קנאפערער חסיד פונעם עצם חסידות'מוס‪ ,‬מוז‬ ‫פארט שטיין מיט אן אפן מויל פון שטוינונג‪,‬‬ ‫ווען דער "פארשער פון חסידים" איז נישט קיין‬ ‫צווייטער ווי היילמאן‪ .‬מאנכע באטיטלען אים אלץ‬ ‫קאנטראווערסיעלע פיגור‪ ,‬אנדערע באטראכטן‬ ‫אים ווי אן אנשמירער‪ ,‬אבער איך קוק אים נישט אן‬ ‫ווי אזא שלעכטן פארשוין‪ .‬איך געב אים ניטאמאל‬ ‫דעם כבוד אדער רעכט דערפאר‪.‬‬ ‫*‬


‫זומער תשע"ז‬

‫זומער תשע"ז‬

‫אין די לעצטיגע יארן איז פארהאן אן‬ ‫אויפשטייג פון פארשער וואס באנעמען זיך‬ ‫מיט דער חרדישער קולטור‪ ,‬און אפילו מיטן‬ ‫חסידישן לעבנסשטייגער און איר היסטאריע‪.‬‬ ‫צווישן די באקאנטע נעמען‪ ,‬וואס האבן אלע‬ ‫זוכה געווען אריינצוגיין אין דער קאטעגאריע פון‬ ‫"קאנטראווערסיאל"‪ ,‬שטייען ארויס די פאלגענדע‪:‬‬ ‫ד"ר בנימין [בעני] בראון – דער פארפאסער‬ ‫פונעם בוך אויפן חזון איש; פראפעסאר דוד אסף‬ ‫– פארפאסער פון פילע ביכער וואס באנעמען זיך‬ ‫בעיקר מיטן היסטאריע פון חסידות; און ד"ר מלך‬ ‫[מארק] שפירא – פארפאסער פון ביכער איבער‬ ‫דער חרדישער קולטור‪.‬‬ ‫בעני בראון איז‬ ‫באוואוסט מיטן בוך אויפן‬ ‫חזון איש‪ ,‬וואס מאנכע‬ ‫האבן באטיטלט אלס א‬ ‫הערליכער מייסטערווערק‬ ‫אבער מיט אן אגענדע אין‬ ‫שפיץ‪ .‬ער האט געוואלט‬ ‫אריינפאסן דעם חזון איש‬ ‫געדאנקנסגאנג‬ ‫אינעם‬ ‫וואס ד"ר בראון האט‬ ‫אויסגעשטעלט פאר אים‪,‬‬ ‫און אזוי האט ער אים ווי‬ ‫"אריינגעצווינגען" אין דעם‬ ‫ווינקל‪ .‬זיין ביכל האט אבער‬ ‫זיכער יא ארויסגעברענגט‬ ‫פילע אומבאקאנטע זיטן און‬ ‫שטריכן פונעם חזון איש‪ ,‬און‬ ‫איבערהויפט – בראון האט א‬ ‫קלארע וויזיע פאר זיין מהלך‪.‬‬ ‫דוד אסף שטייט שוין יא‬ ‫אויס מער קאנטראווערסיע‪ ,‬סיי‬ ‫צוליב די טעמעס וואס ער קלויבט אויס‪ ,‬גאר‬ ‫אפט אלטע חסידישע פאליטיק און שמוץ‪ ,‬און‬ ‫סיי צוליב די מקורות וואס ער גלייבט – אפטמאל‪,‬‬ ‫אלטע געלע זשורנאליזם און פאשקעווילן‪ .‬פארט‬ ‫אבער‪ ,‬זענען אפילו אספ'ס מתנגדים מודה‪ ,‬אז זיין‬ ‫ארבעט איז א דורכנעמענדער‪ ,‬מיט אומצאליגע‬ ‫קלארע מקורות – הגם לאו דווקא געטרויבאר‪,‬‬ ‫און גראבע טעותים זענען ממש א מילתא דלא‬ ‫שכיחא‪.‬‬ ‫צולעצט שטייט דער ארטאדאקסישער מארק‬

‫שפירא‪ ,‬וועלכער איז טאקע טראדיציאנאל היבש‬ ‫א שארפע מתנגד צום אולטרא‪-‬ארטאדאקסישן‬ ‫סטיל אידישקייט‪ ,‬און חסידיזם געבט נישט צו‬ ‫קיין איבעריגע בא'טעמ'טע הרגשים איבער דער‬ ‫חרדישער קולטור‪ .‬ער איז אפטמאל בייסיג‪ ,‬אבער‬ ‫קלאר און צו דער זאך‪.‬‬ ‫דערנאך קומט אונזער העלד שמואל‬ ‫היילמאן‪ ,‬וואס טיילט די זעלבע ראלע פון די‬ ‫אויבנדערמאנטע דריי פיגורן‪ ,‬מיט דעם וואס‬ ‫ער שטייט אויך אויס קריטיק‪ ,‬אבער שטייט‬ ‫פונאנדערטיילט פון די אויבנדערמאנטע דריי –‬ ‫אין יעדן אנדערן הינזיכט‪.‬‬ ‫ווען צאנזער רב איז‬ ‫נפטר געווארן‪ ,‬האט אים‬ ‫זיין זון דער שינאווער‬ ‫רב מספיד געווען מיט‬ ‫די באקאנטע ווערטער‬ ‫וואס ווערן אפטמאל‬ ‫גענוצט אלס ביישפיל‪:‬‬ ‫"צו זאגן אז דער‬ ‫טאטע איז געווען דער‬ ‫גרעסטער גאון‪ ,‬איז‬ ‫אפשר א גוזמא‪ ,‬עס‬ ‫זענען אויך מעגליך‬ ‫גרעסערע‬ ‫געווען‬ ‫עובדי ה' ווי אים‪,‬‬ ‫און דער טאטע איז‬ ‫לאו דווקא געווען‬ ‫דער סאמע שפיץ‬ ‫בעל חסד‪ ,‬אבער‬ ‫צו טרעפן אזא‬ ‫השלמה פון תורה‬ ‫עבודה און גמילות‬ ‫חסדים אין איין מענטש‪ ,‬דאס איז נאר געווען ביים‬ ‫טאטן‪".‬‬ ‫שמואל היילמאן שטייט אין פלאץ פון צאנזער‬ ‫רב‪ ,‬להבדיל‪ .‬צו זאגן אז אנדערע פארשער צווינגען‬ ‫נישט אריין פערזענליכקייטן אין אומריכטיגע‬ ‫ווינקלען‪ ,‬אויף אן ערגערן פארנעם ווי אים‪ ,‬איז‬ ‫מוגזם; דאס זוכן קאנטראווערסיעלע ארטיקלען‬ ‫און שמוץ אויפן חרדישן ציבור‪ ,‬זענען דא וואס‬ ‫טוען דעם ארבעט בעסער ווי אים; און אפילו סתם‬ ‫צו זיין א בייסער און קריטיקירער אויף אונזער‬ ‫געזעלשאפט‪ ,‬זענען אויך דא גרעסערע מלומדים‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪67 /‬‬


‫יוסף אלבוים‬

‫גאט‬ ‫איבער‬ ‫אלעם און‬ ‫אין אלעם‬ ‫דער סוד פון‬ ‫תורת החסידות‬ ‫‪ / 76‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫אין דעם "וועקער" (נומער ‪)8‬‬ ‫האט החכם הגדול י‪ .‬פלאוויוס‬ ‫אראפגעלייגט א שיינע טעזע‬ ‫איבער דער קאנטראווערסיאלער‬ ‫תורת החסידות פונעם בעש"ט‪,‬‬ ‫איזשביצער‪ ,‬רוזשינער און‬ ‫ברעסלאווער חדרים‪ .‬אין יענעם‬ ‫ארטיקל איז דער שרייבער אריין‬ ‫בעיקר אין 'פארוואס' חסידות‬ ‫איז געווען פאררעכנט אלס‬ ‫קאנטראווערסיאל אין געוויסע‬ ‫געגנטער‪ ,‬איך וויל דא אריינגיין‬ ‫ענדערש אין דעם 'וואס' די‬ ‫קאנטראווערסיאלע תורה איז‬ ‫געווען‪ .‬איך גלייב אז עס איז‬ ‫דא איין פונדאמענטאל ​ע נקודה‬ ‫וואס דערויף איז מיוסד אלץ און‬ ‫אלעמען‪.‬‬ ‫איינער פון די גדולי החסידות‪,‬‬ ‫איידער ער איז נתקרב געווארן‬ ‫צום דרך הבעל שם‪ ,‬איז געווען‬ ‫א שטארקער מתנגד און האט‬ ‫געוואוינט אין א מתנגדישער‬ ‫שטאט‪ .‬ווען ער איז צוריק‬ ‫געקומען פון זיין ערשט​ן באזוך‬ ‫ביי זיין גרויסן רבי'ן האבן זיינע‬ ‫חברים אים געפרעגט וואס ער‬ ‫האט געלערנט ביי זיין נייע ​ם רבי'ן‪.‬‬ ‫האט ער געענטפערט אז דער רבי‬ ‫האט אים אויסגעלערנט אז 'הוא‬ ‫אלוקינו אין עוד‪ '.‬האבן די חברים‬ ‫זיך אלע צעלאכט און געפרעגט‪,‬‬ ‫"אויף דעם דארפסטו א חסידישער‬ ‫רבי? יעדע ​ס קינד אין חדר ווייסט‬ ‫דעם פסוק הוא אלוקינו אין עוד‪".‬‬ ‫האט דער חסיד געענטפערט‪,‬‬ ‫"ביי אייך טייטש ​ט מען דעם פסוק‪,‬‬ ‫הוא אלוקינו ‪ -‬ער איז אונזער גאט‪,‬‬ ‫אין עוד ‪ -‬עס איז נישט פארהאן‬ ‫נאך א גאט‪ .‬ביי חסידים טייטשט​‬ ‫מען‪ ,‬ער איז גאט‪ ,‬עס עקזיסטירט‬ ‫גארנישט מער‪".‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪77 /‬‬


‫מחשבה‬

‫יצחק לאווי‬

‫"נהמא‬ ‫דכיסופא"‬ ‫ווען דער נברא ווערט א בורא‬

‫א‪-‬‬‫הקדמה‬ ‫צווישן די מושגים וואס יעדער איינער ווייסט‬ ‫צו זאגן און ווייניג ווייסן צו פארשטיין‪ ,‬געפונט‬ ‫זיך דער געדאנק פון "נהמא דכיסופא"‪ ,‬אדער‪,‬‬ ‫"ברויט פון בושה‪ ".‬אזויווי רוב געדאנקען אין‬ ‫ענינים העומדים ברומו של עולם‪ ,‬אינטערעסירט‬ ‫זיך יעדער איינער אין דעם‪ ,‬און יעדער בחור'ל‬ ‫ווייסט איבערצוזאגן ווערטער וויאזוי ער האט‬ ‫דאס געכאפט‪ .‬אבער רוב מענטשן נעמען נישט‬ ‫די מי און צייט דורכצוטראכטן און דורכצוטון וואס‬ ‫זיי מיינען בעצם‪ ,‬אדער וואס זיי דארפן צו מיינען‪,‬‬ ‫קל וחומר אז מען פרעגט נישט פון וואנעט דער‬ ‫געדאנק קומט‪ ,‬צי עס איז א דבר מוסכם‪ ,‬צי עס‬ ‫שטימט‪ ,‬וכו'‪.‬‬ ‫‪ / 88‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אין דעם ארטיקל וויל איך אביסל דורכשמועסן‬ ‫די נושא‪ .‬נישט אז איך קום צו פארענטפערן אלע‬ ‫קשיות וואס מען קען פרעגן אין דעם עומק הנושא‪,‬‬ ‫אדער צו ברענגען אלע מראי מקומות וואס זענען‬ ‫שייך‪ ,‬ווייל נאך אלעם וועלן בלייבן שוועריקייטן‪,‬‬ ‫און נישט יעדנס פארשטאנד איז די זעלבע לגבי‬ ‫די סארט נושאים‪ .‬אמאל איז א זאך וואס איז פאר‬ ‫איינעם שטארק מתקבל על הדעת‪ ,‬הערט זיך צו א‬ ‫צווייטן ווי א מאדנע נארישקייט‪ .‬בסך הכל איז מיין‬ ‫ציל דא אז מען זאל ארויסקומען מיט א ברייטערע‬ ‫און טיפערע פארשטאנד וואס מען מיינט בעצם‬ ‫ווען מען הערט די ווערטער "נהמא דכיסופא"‪ ,‬און‬ ‫וואס עס ליגט הינטער דעם‪ ,‬ותן לחכם ויחכם עוד‪.‬‬ ‫דער געדאנק‪ ,‬ווי עס קען עס יעדער איינער‪,‬‬ ‫גייט בערך אזוי‪ :‬פארוואס האט דער אויבערשטער‬


‫באשאפן די וועלט? כדי צו געבן גוטס פאר‬ ‫נבראים‪ .‬דער גוטס דאס איז דער שכר וואס מען‬ ‫באקומט אין עולם הבא אויף דער עבודה וואס‬ ‫מען טוט אין דער וועלט‪ .‬אויב אזוי‪ ,‬שטעלט זיך‬ ‫די פראגע‪ ,‬פארוואס פעלט אויס דעם מיטלסטן‬ ‫שטאפל‪ ,‬זאל דער אויבערשטער פשוט געבן‬ ‫שכר‪ ,‬און שוין‪ .‬אויף דעם ענטפערט מען "נהמא‬ ‫דכיסופא" ‪ -‬דאס הייסט אז א מענטש באקומט א‬ ‫טובה בחינם שעמט ער זיך‪ ,‬און דער אויבערשטער‬ ‫האט געוואלט אז מיר זאלן האבן שכר מיט דעם‬ ‫געפיל אז מיר האבן באצאלט דערפאר‪ ,‬און אן די‬ ‫בושה‪ ,‬ממילא האט דער אויבערשטער געמאכט‬ ‫קודם דער עולם הזה וואו מענטשן מוזן טון אן‬ ‫עבודה‪ ,‬און דערנאך קענען זיי באקומען דעם‬ ‫שכר‪ ,‬וואס איז בעצם די מטרה לכתחילה‪ ,‬אז‬ ‫מ'זאל עס באקומען מיט א גוטן געפיל‪ ,‬אן נהמא‬ ‫דכיסופא‪.‬‬ ‫פארשטייט יעדער איינער אז אויף דעם‬ ‫געדאנק ווי עס איז קען מען פרעגן אן א שיעור‬ ‫פשוט'ע קשיות‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬ווער זאגט אז די‬ ‫סיבה פארוואס עס איז דא די גאנצע וועלט איז‬ ‫אז די פאר מענטשן דא אויף דעם פלאנעט זאלן‬ ‫טון אין עבודת השם? וואס מיינט דאס בכלל?‬ ‫וואס האט דער אויבערשטער פון דעם גאנצן‬ ‫שפיל? און וואס פעלט עס אויס בכלל? און ווער‬ ‫דען האט געמאכט די טבע פון בושה אויב נישט‬ ‫ער? זאל דער אויבערשטער פשוט באשאפן א‬ ‫וועלט אן די טבע פון בושה און עס וועט נישט‬ ‫אויספעלן דעם גאנצן אומוועג כדי צו געבן שכר‬ ‫פאר מענטשן? איז לאמיר גיין צוביסלעך צו‬ ‫ברענגען אביסל מער הבנה‪.‬‬

‫ב‪-‬‬‫פארוואס האט דער‬ ‫אויבערשטער באשאפן די‬ ‫וועלט‪ :‬ביאור השאלה‬ ‫"שחקרו חכמים ראשונים ואחרונים‪ ,‬לדעת‬ ‫סיבת בריאת העולמות‪ ,‬לאיזה סיבה היתה‪( ".‬עץ‬ ‫חיים שער עיגולים ויושר ענף א)‬ ‫אריסטו האט געלערנט (אין זיין בוך‬

‫מעטאפיזיק)‪ ,‬ווי עס ווערט געברענגט אין‬ ‫ספרים מיט א סימן "חפצ"ת"‪ ,‬אז יעדע זאך האט‬ ‫פיר סיבות‪ :‬ח'ומר‪ ,‬צ'ורה‪ ,‬פ'ועל‪ ,‬ת'כלית‪ .‬דאס‬ ‫הייסט אויף יעדער זאך פון דער וועלט קען מען‬ ‫פרעגן פיר שאלות‪ .‬א) פון וואס איז עס געמאכט‬ ‫געווארן? למשל א טיש איז געמאכט פון האלץ‪.‬‬ ‫ב) וואס איז דער פארעם וואס מאכט די זאך דאס‬ ‫וואס עס איז? למשל א טיש איז א ברעט מיט פיר‬ ‫פיס און נישט סתם א שטיק האלץ [די סיבה האט‬ ‫צוטון מיט דער טעאריע פון פארעמס שאכ"מ]‪ .‬ג)‬ ‫ווער האט דאס געמאכט? למשל דער סטאליער‬ ‫האט געבויט דעם טיש‪ .‬ד) פארוואס האט ער דאס‬ ‫געמאכט? אדער‪ ,‬וואס איז דער תכלית דערפון?‬ ‫למשל א טיש איז געמאכט צו זיצן דערביי‪.‬‬ ‫פארשטייט זיך אז רוב מענטשן וואס טרעפן‬ ‫זיך אויף דער וועלט ווילן פארשטיין וואס דאס‬ ‫איז די וועלט‪ ,‬און ער וויל וויסן פון וואנעט עס‬ ‫קומט‪ ,‬און ווער האט דאס געמאכט‪ ,‬און וואס עס‬ ‫איז דער תכלית דערפון‪ .‬ווי אברהם אבינו האט‬ ‫געפרעגט ווען ער איז געקומען לכלל דעת‪.‬‬ ‫יעצט אז מיר גלייבן אין מציאות הבורא‬ ‫און אין חידוש העולם‪ ,‬מיינט דאס אין אנדערע‬ ‫ווערטער אז אויף דריי פון די פיר שאלות האבן‬ ‫מיר שוין דעם תירוץ‪ .‬דער חומר פון וואנעט די‬ ‫וועלט קומט איז גארנישט‪ ,‬וויבאלד עס איז‬ ‫דאך יש מאין‪( .‬צורה וועלן מיר אפלאזן דא‪ ,‬ווי‬ ‫פריער דערמאנט אז דאס האט מיט אריסטו'ס‬ ‫טעאריעס‪ ).‬דער פועל איז דאך דער גאט‪ .‬בלייבט‬ ‫נאר איבער די פערטע שאלה‪ ,‬וואס איז דאס דער‬ ‫תכלית פון דער וועלט‪.‬‬ ‫נאך מער ווערט שווער די שאלה דווקא‬ ‫נאכדעם וואס מיר גלייבן אין חידוש העולם‪ ,‬וואס‬ ‫דאס מיינט אז גאט האט באשאפן די וועלט פון‬ ‫זיין אייגן ווילן אין א געוויסער צייט‪ .‬קודם איז‬ ‫עס נישט געווען און יעצט איז עס דא‪ .‬ווערט דאך‬ ‫נאך מער שווער‪ ,‬וויבאלד די פשוט'ע הנחה איז‬ ‫אז קיינער מאכט נישט א זאך ברצונו אן דעם‬ ‫וואס עס זאל האבן א תכלית‪( .‬משא"כ טאמער‬ ‫וואלט די וועלט געווען קדמון‪ ,‬האט דאך עס‬ ‫קיינער נישט געמאכט ביי א געוויסן פונקט‪ ,‬איז‬ ‫דאך נישטא אויף וועמען צו פרעגן פארוואס‪).‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪89 /‬‬


‫פאר א דריטער סיבה איז די שאלה וויכטיג‪,‬‬ ‫וויבאלד דער תכלית פון א זאך איז דאך דער תפקיד‬ ‫פון דער זאך און דער משמעות דערפון‪ .‬ווי אין דעם‬ ‫משל פון דעם טיש‪ ,‬דער תכלית פון דעם טיש איז‬ ‫אז מען זאל עס קענען נוצן צו עסן דערביי‪ ,‬און‬ ‫טאמער איז דא א טיש וואס מען קען נישט נוצן ווי‬ ‫מען נוצט א טיש‪ ,‬האט דער טיש קיין פשט נישט‪.‬‬ ‫דאס זעלבע ווען מענטשן פרעגן ‪ -‬ווי עס איז דער‬ ‫מער‪-‬מאדערנער נוסח פון דער שאלה וואס עס‬ ‫פרעגט זיך ווען מען עפענט די אויגן ‪ -‬וואס איז דער‬ ‫מיינונג פון עקזיסטענץ? וואס איז דער משמעות?‬ ‫וואס מיינט דאס אלעס? אין אנדערע ווערטער‬ ‫פרעגט מען די שאלה‪ ,‬וואס איז דער תכלית פון‬ ‫דער וועלט? דער תכלית איז דאך דער פשט פון‬ ‫דער וועלט‪ .‬און לויט וויאזוי עס פארשטייט א‬ ‫מענטש דעם תירוץ אויף דער שאלה‪ ,‬אזוי וועט‬ ‫ער פראבירן צו פירן זיין לעבן אויף אן אופן וואס‬ ‫עס האט א משמעות‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬די‬ ‫שאלה איז נישט נאר א מופשט'דיגע פילאזאפישע‬ ‫חקירה‪ ,‬נאר א פראקטישע לעבעדיגע חקירה וואס‬ ‫טייטשט זיך איבער אין דעם וועג וויאזוי א מענטש‬ ‫וועט פירן זיין לעבן‪ .‬די תשובה וואס א מענטש‬ ‫נעמט אן‪ ,‬אפילו טאמער איז זי נישט ריכטיג אדער‬ ‫ריכטיג אינגאנצן‪ ,‬איז משפיע אויף זיין גאנצן בליק‬ ‫און משמעות אין זיין לעבן‪.‬‬

‫ג‪-‬‬‫דברי חז"ל ודעת הרמב"ם‪ :‬בריאת‬ ‫העולם למענו ית'‬ ‫אין די דברי חז"ל טרעפן מיר אסאך מאמרים‬ ‫וואס רעדן לכאורה ארום וועגן דער סיבה פארוואס‬ ‫דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט‪ ,‬ווי‬ ‫למשל‪" ,‬בראשית‪ ,‬בשביל התורה שנקראה ראשית‬ ‫ובשביל ישראל שנקרא ראשית‪ ".‬אדער אזוינע‬ ‫מאמרים בנוסח‪" ,‬כל העולם לא נברא אלא וכו'‪".‬‬ ‫עס איז נישט דא דער פלאץ צו מעיין זיין און חוקר‬ ‫זיין אין יעדן פסוק און מאמר חז"ל וואס עס מיינט‬ ‫און צו וועלכער שיטה עס שטימט בעסער‪ ,‬וואס‬ ‫דאס דארף אסאך עיון אינעווייניג און לויט אלע‬ ‫צדדים‪ .‬איך וויל נאר מציין זיין א חשוב'ער מראה‬ ‫מקום וואס איז דער שענסטער עוסק אין דער‬ ‫נושא פון דער בחינה‪ ,‬וואס דאס איז הרב אריה‬ ‫קאפלאן ז"ל‪ ,‬אין זיין ספר "מורה אור"‪ ,‬שער א'‪.‬‬ ‫דער רושם וואס מיר האבן פון רוב מאמרי‬ ‫‪ / 90‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫חז"ל‪ ,‬איז אז דער תכלית פון דער בריאה איז‬ ‫כדי עס זאלן זיין אידן אדער מענטשן וואס זאלן‬ ‫דינען דעם אויבערשטן‪ .‬איין זאך קענען מיר אבער‬ ‫פארשטיין‪ ,‬לויט וואס מיר האבן מסביר געווען‬ ‫אין דעם פריערדיגן אות‪ ,‬אז עס איז למעשה דא‬ ‫א חילוק אין וועלכער מדרגה מען רעדט‪ .‬דהיינו‪,‬‬ ‫עס קען זיין אז איינער זאל זאגן אז דער תכלית‪,‬‬ ‫דער משמעות‪ ,‬פון דעם מענטש איז צו טון עבודת‬ ‫השם‪ ,‬און אין דעם מובן זאגט ער אז דאס איז דער‬ ‫תכלית פון דער וועלט‪ .‬אבער ער מיינט נישט ממש‬ ‫אז דאס איז דער תכלית פון דער וועלט מצד דעם‬ ‫בורא וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט‪ ,‬ער‬ ‫רעדט נאר צו דעם מענטש אין א געוויסן צושטאנד‬ ‫און זאגט אז דיין תפקיד פון עקזיסטענץ יעצט איז‬ ‫צו טון אזוי און אזוי‪ ,‬און בדרך הכללה זאגט ער אז‬ ‫דאס איז דער תכלית פון דער בריאה‪ ,‬וויבאלד וואו‬ ‫דער מענטש שטייט יעצט איז דאס טאקע אין דעם‬ ‫פרט דער תכלית‪ .‬עס מיינט אבער נישט אז דאס‬ ‫איז דער תכלית האחרונה אדער תכלית הכי כללית‬ ‫פון דער בריאה‪ .‬אזוי דארף מען לכאורה פארשטיין‬ ‫אסאך מאמרי חז"ל וואס לויפן אויף דעם נוסח פון‬ ‫"כל העולם לא נברא אלא וכו'‪".‬‬ ‫מער דאס מסביר צו זיין‪ ,‬דארף מען ברענגען‬ ‫די ווערטער פון רמב"ם‪ .‬דער רמב"ם (אין "מורה‬ ‫נבוכים"‪ ,‬חלק א'‪ ,‬פרק ס"ט) איז מסביר‪ ,‬אז ווען‬ ‫מען ענטפערט אז דער תכלית פון א זאך איז אזוי‬ ‫און אזוי‪ ,‬קען מען גלייך פרעגן‪ ,‬נו‪ ,‬און וואס איז דער‬ ‫תכלית פון דעם‪ .‬ווי ער גיט א משל‪ ,‬אז מען זעט א‬ ‫שיינעם שטול‪ ,‬פרעגט מען‪ ,‬וואס איז דער תכלית‬ ‫פארוואס דער סטאליער האט דאס געמאכט?‬ ‫ענטפערט מען אז ער האט דאס געמאכט אז מען‬ ‫זאל קענען זיצן דערויף‪ .‬און וואס איז דער תכלית‬ ‫פון זיצן דערויף? אז דער זיצער זאל אויסזען הויך‬ ‫און מכובד‪ .‬און וואס איז דער תכלית פון דעם? כדי‬ ‫מענטשן זאלן אים מכבד זיין‪ .‬און דער תכלית פון‬ ‫דעם? אז זיי זאלן אים פאלגן‪ .‬און פון דעם? אז זיי‬ ‫זאלן זיך נישט מזיק זיין איינער דעם צווייטן‪ .‬און‬ ‫פון דעם? אזוי קען מען פרעגן אויף יעדער זאך אין‬ ‫דער וועלט ביז אין סוף‪.‬‬ ‫דאס זעלבע‪ ,‬זאגט דער רמב"ם (אין חלק ג'‪,‬‬ ‫פרק י"ג)‪ ,‬אז מען וועט זאגן אז די גאנצע וועלט‬ ‫איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטש‪ .‬און‬ ‫דער מענטש? ער זאל זיין עובד השם? און דער‬ ‫תכלית פון דעם? קען מען דאך נישט זאגן אז דער‬


‫אויבערשטער‬ ‫האט עפעס פון‬ ‫דעם‪ .‬וויבאלד דאס‬ ‫הייסט אז דער אויבערשטער‬ ‫דארף צוקומען צו עפעס‪ ,‬איז ער דאך נישט‬ ‫שלם בתכלית השלימות נאר האט א חסרון‪ ,‬וועט‬ ‫מען מוזן זאגן אז דער תכלית איז אז דער מענטש‬ ‫זאל צוקומען צו שלימות‪ .‬נו‪ ,‬און דער תכלית פון‬ ‫דעם?‬ ‫למעשה‪ ,‬פירט דער רמב"ם אויס‪ ,‬האבן מיר‬ ‫נישט קיין תירוץ נאר צו זאגן‪" ,‬אזוי האט דער‬ ‫אויבערשטער געוואלט‪ ",‬אדער "כך גזרה חכמתו‪".‬‬ ‫אין אנדערע ווערטער‪ :‬מיר ווייסן נישט‪ .‬מיר ווייסן‬ ‫נאר אז אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט‪,‬‬ ‫וויבאלד צום סוף קומט מען אלץ אן צו דעם‪ .‬קומט‬ ‫אויס אז שיטת הרמב"ם איז אז דער אויבערשטער‬ ‫האט באשאפן די וועלט "ווייל ער האט געוואלט‪",‬‬ ‫און מער פון דעם קען מען בהכרח נישט זאגן‪.‬‬ ‫אגב‪ ,‬אן אינטערעסאנטע מעשה דערציילט‬ ‫מען אין בריסק‪ ,‬אז ווען ר' חיים בריסקער האט‬ ‫געלערנט דעם "תניא"‪ ,‬און האט געזען אז דארט‬ ‫שטייט אז דער טעם הבריאה איז ווייל "נתאווה‬ ‫הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים‪ ",‬האט ער זיך‬ ‫אנגערופן‪" ,‬ניין‪ ,‬דער טעם הבריאה איז נישט‬ ‫פאר דעם‪ ,‬אדער למען טובו ווי אנדערע זאגן‪,‬‬ ‫נאר ברצונו‪ ".‬דאס הייסט‪ ,‬דאס איז נישט געווען‬ ‫א תאווה מיט א געוויסן ציל‪ ,‬נאר אזוי האט ער‬ ‫געוואלט‪ ,‬אן קיין פארוואס‪ .‬דאס הייסט אז ר'‬ ‫חיים האט אנגענומען דעם רמב"מ'ס שיטה אויף‬ ‫למעשה‪.‬‬ ‫עס איז אבער דא א טיפן קנייטש מוסיף צו זיין‬ ‫דא‪ ,‬אז אין א טיפערן זין שטימט דווקא יא דער‬

‫רמב"ם‬ ‫מ י ט‬ ‫ד ע ם‬ ‫פשטות פון‬ ‫דברי חז"ל‬ ‫אז די וועלט איז‬ ‫באשאפן געווארן‬ ‫צוליב עבודת השם‪.‬‬ ‫דער רמב"ם זאגט אז נאך אלע‬ ‫פשט'לעך האט די וועלט למעשה איין תכלית‪,‬‬ ‫און דער תכלית איז גאט‪ .‬ווי זיין לשון (אין ח"א‪,‬‬ ‫ס"ט)‪" :‬שהוא יתעלה הוא התכלית האחרונה‬ ‫של כל דבר‪ ".‬אויב ליינט מען דאס אויף מער א‬ ‫פאעטישן אופן‪ ,‬איז דאס ממש דער טיפער מכוון‬ ‫פון עבודת השם‪ .‬דהיינו‪ ,‬עצמותו יתעלה ‪ -‬אן‬ ‫צולייגן קיין ווארט‪ .‬נאר נישט באופן פשוט אז‬ ‫גאט האט עפעס פון מענטשן וואס דינען אים‪,‬‬ ‫נאר טאקע גאט אליין‪ .‬און ווי מיר וועלן מסביר זיין‬ ‫ווייטער האט דאס נאך א טיפערן באדייט וואס מען‬ ‫קען דא אריינלערנען‪ .‬דער רמב"ם אליין זאגט אז‬ ‫דאס איז טייטש אין פסוק "כל פעל השם למענהו"‪.‬‬ ‫פאר אים – דער פועל‪ ,‬דער אויבערשטער – אליין‪.‬‬ ‫א צווייטער פשט זאגט דער רמב"ם אין דעם‬ ‫פסוק "כל פעל השם למענהו‪ ",‬אז "למענהו"‬ ‫גייט גאר אויף דער פעול – דער נברא וואס איז‬ ‫באשאפן געווארן‪ .‬דאס איז ווייל דער רמב"ם איז‬ ‫מאריך דארט מוכיח צו זיין אז מען קען נישט זאגן‬ ‫אז קיין שום נברא איז באשאפן געווארן צוליב אן‬ ‫אנדערע נברא‪ ,‬וויבאלד דער אויבערשטער וואלט‬ ‫דאך געקענט פונקט אזוי מאכן דעם נברא אן דעם‬ ‫וואס ער זאל דארפן דעם צווייטן‪ ,‬איז דאס דאך‬ ‫נישט קיין גוטער טעם‪ .‬נאר די מטרה פון יעדער‬ ‫זאך איז אים אליין‪ .‬און דאס איז טייטש למענהו‪,‬‬ ‫פאר אים‪ ,‬דער פעול‪ ,‬נישט פאר קיין צווייטן‪ .‬לויט‬ ‫דעם טייטש זאגט זיך אז די סיבה פארוואס דער‬ ‫אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט‪ ,‬איז‬ ‫כדי עס זאל זיין די גאנצע וועלט‪ .‬דהיינו ווייל דאס‬ ‫האט ער געוואלט‪ ,‬אבער נישט לצורך דבר אחר‪ ,‬נאר‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪91 /‬‬


‫‪On the Main Line‬‬

‫עכו"ם‪ :‬עובדי כוכבים ומזלות‪ ,‬אדער עובדי כריסטוס ומרים?‬ ‫הג"ר שבתי באס‪ ,‬דער מחבר פון "שפתי‬ ‫חכמים" אויף רש"י‪ ,‬איז געווען א דרוקער‪ ,‬משורר‪,‬‬ ‫תלמיד חכם‪ ,‬פעדאגאג‪ ,‬און דער מחבר פון דער‬ ‫ערשטער ספרים‪-‬ביבליאגראפיע געשריבן‬ ‫דורך א איד‪" ,‬שפתי ישנים"‪ .‬בערוב ימיו איז ער‬ ‫ארעסטירט געווארן אין פראג צוזאמען מיט זיין‬ ‫זון דורך יעזואיטן אויף קלאגעס אז ער האט‬ ‫געדרוקט א ספר פול מיט לעסטעריי קעגן דער‬ ‫קריסטליכער רעליגיע‪.‬‬ ‫די ערשטע קלאגע איז געווען אז ער האט‬ ‫גענוצט דעם ווארט "עכו"ם"‪ ,‬וואס זיי האבן‬ ‫אויסגעטייטשט אויף "עובדי כריסטוס ומרים" ‪-‬‬ ‫די קריסטן‪.‬‬ ‫די מעשה איז געווען אז אין יאר תנ"ב האט‬ ‫רבי שבתי געדרוקט א צווייטע מהדורא פון ספר‬ ‫"שערי ציון" פון הג"ר נתן נטע האנאווער‪ ,‬וואס‬ ‫‪1‬‬ ‫אנטהאלט תיקון חצות‪.‬‬ ‫‪ )1‬דאס איז דער ספר וואס האט פארשפרייט דעם ענין פון‬ ‫תיקון חצות פון איטאליע צו גאנץ אייראפע‪.‬‬

‫‪ / 118‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ּ‬

‫ּ‬


‫צו פארשטיין די לעסטערונג קלאגעס קעגן‬ ‫רבי שבתי לאמיר א בליק טאן אויף איין תפילה‬ ‫וואס ער האט געדרוקט אין דעם ספר‪ ,‬דער פיוט‬ ‫"דודי ירד לגנו"‪ ,‬געשריבן דורך רבי חיים כהן‪ ,‬א‬ ‫תלמיד פון רבי חיים וויטאל‪ .‬דער פיוט גייט מיט'ן‬ ‫סדר הא"ב‪ ,‬און איין סטאנזא‪ ,‬די פון אות נ'‪ ,‬איז‬ ‫ארויסגעשטאנען פאר די יעזואיטן‪:‬‬

‫נקם אלביש ושלהבתיה‪ .‬ואשרוף בית עכו"ם‬ ‫ובית המצרית‬ ‫אשכיר חצי מדם חלל ושביה‪ .‬ותהי זאת‬ ‫נחמתי‬ ‫איך וועל מיך באקליידן מיט נקמה‪ ,‬מיט‬ ‫גאט'ס פלאם‪,‬‬ ‫און איך וועל פארברענען דעם הויז פון‬ ‫עכו"ם‪ ,‬און די וואס פייניגן‪.‬‬ ‫איך וועל צוריקצאלן האלב דאס בלוט פון‬ ‫די אומגעברענגטע און פארכאפטע‪,‬‬ ‫און דאס וועט זיין מיין טרייסט‪.‬‬

‫די יעזואיטן האבן דאס געזען ווי אן אטאקע‬ ‫אויף קריסטן און זייערע קירכעס אין ארץ ישראל‪.‬‬ ‫און דער אמת איז אז אויב האט עס נישט‬ ‫געמיינט די קריסטן‪ ,‬האט עס זיכער געמיינט די‬ ‫מוסולמענער אין ארץ ישראל‪ .‬איך שפעקוליר אז‬ ‫"בית המצרית"‪ ,‬וואס מיינט "די וואס פייניגן"‪,‬‬ ‫איז משתמע לתרי אנפין און ס'מיינט אויך די‬ ‫מוסולמענער היות "מצרית" קען מיינען א‬ ‫מענטש פון מצרים‪ .‬דער וועג וויאזוי עס איז‬ ‫געשריבן פאראלעל צו "בית עכו"ם" ברענגט א‬ ‫חשש אז ס'מיינט קירכעס און מעטשעטן‪.‬‬ ‫האט רבי שבתי זיך געטראפן ארעסטירט‪,‬‬ ‫זיינע ספרים קאנפיסקירט‪ ,‬און געצוואונגען זיך צו‬ ‫פארטיידיגן‪ .‬ווי דערמאנט איז די ערשטע קלאגע‬ ‫געווען אז "עכו"ם" מיינט "עובדי כריסטוס ומרים"‪,‬‬ ‫אבער רבי שבתי האט פארשטייט זיך גע'טענה'ט‬ ‫אז עס מיינט "עובדי כוכבים ומזלות‪ ".‬אלע‬ ‫אנדערע קלאגעס האט ער אויך אפגעענטפערט‪,‬‬

‫מיט דעטאלירטע ארגומענטן וועגן לשון‪-‬הקודש‬ ‫באנוצט מיט ראיות פון פסוקי התורה‪.‬‬ ‫די ריכטער האבן נישט אליין פארשטאנען‬ ‫גענוי די נושא‪ ,‬האבן זיי געגעבן רבי שבתי'ס‬ ‫עדות'שאפט צו צוויי מומחים‪ .‬איין עקספערט‬ ‫איז געווען גאטפריעד פאהל‪ ,‬א קריסטליכער‬ ‫העברעאיסט‪ ,‬און ער האט גע'פסק'נט אז דער‬ ‫ספר וואס רבי שבתי‬ ‫געדרוקט‬ ‫האט‬ ‫פארמאגט נישט קיין‬ ‫שום רעפערענצן צו‬ ‫קריסטן‪ .‬ער האט‬ ‫אויך אנגעוויזן אז בימיו האבן די אטאמאנישע‬ ‫טערקן‪ ,‬נישט די קריסטן‪ ,‬געהערשט אויף‬ ‫ירושלים‪ ,‬ממילא איז נישט מסתבר אז עכו"ם‬ ‫זאל מיינען עובדי כריסטוס ומרים‪ .‬צו דעם האט‬ ‫ער צוגעלייגט אז אויב וואלט עכו"ם געמיינט די‬ ‫קריסטן‪ ,‬וואלט געדארפט שטיין "עקו"ם" פאר‬ ‫קריסטוס מיט א ק'‪ ,‬נישט א כ'‪.‬‬ ‫פאהל האט אויך אנגעצייכנט אז "עכו"ם" איז‬ ‫גענוצט געווארן אין דעם פראנקפורטער תלמוד‬ ‫בבלי‪ ,‬וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך דעם‬ ‫קייזער אליין ‪ -‬דער וואס האט לכתחילה געהייסן‬ ‫אז מ'זאל עפענען די אויספארשונג אויף רבי‬ ‫שבתי‪.‬‬ ‫עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ס'איז מעגליך‬ ‫אז פאהל האט גאנץ גוט געוואוסט אז רבי שבתי‬ ‫האט אפשר יא געמיינט די קריסטן און קירכעס‬ ‫וועלכע זענען געווען אין ירושלים‪ ,‬אבער אפילו‬ ‫אין ‪ 1712‬זענען געווען הומאניסטישע מענטשן‬ ‫וועלכע האבן פארשטאנען אז דער גאנצער‬ ‫עסק איז נישט קיין יושר ‪ -‬און עס ווייזט אויס‬ ‫אז פאהל איז געווען אזא סארט מענטש‪ .‬רבי‬ ‫שבתי איז פרייגעשפראכן געווארן ביים משפט‪,‬‬ ‫צוליב זיין אייגענער עדות'שאפט און אויך צוליב‬ ‫די עדות'שאפטן פון אויפריכטיגע קריסטליכע‬ ‫עקספערטן אויף רבנישער ליטעראטור‪ ,‬וועלכע‬ ‫‪2‬‬ ‫זענען געקומען צו זיין פארטיידיגונג‪.‬‬ ‫כאטש רבי שבתי און זיין זון זענען באפרייט‬ ‫געווארן און האבן ווייטער געקענט דרוקן און‬ ‫פארקויפן זייערע ספרים‪ ,‬זענען נאך ווייטער‬ ‫‪ )2‬די גאנצע געשיכטע‪ ,‬באגלייט מיט די געריכט‬

‫טראנסקריפטן‪ ,‬געפונט זיך אין ‪R. Sabbathai Bassista‬‬ ‫‪.und sein Prozess Leipzig 1858‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪119 /‬‬


‫מסכת‬

‫סגולות‬ ‫אמר הצעיר יהודה אריה די‪-‬מדינה‪,‬‬ ‫אספר בגילה וברינה‪ ,‬כי מאיטליה של יון‬ ‫יצאתי‪ ,‬ובעיירה חרסון האדומי נמצאתי‪,‬‬ ‫ובין הררי כתבי הגניזה החרסונית‪ ,‬מצאה‬ ‫עיני הבלשונית‪ ,‬מסכתא אשר שאבתי‬ ‫ממצולות‪ ,‬הוא ניהו מסכת סגולות‪ ,‬וארא‬ ‫כי טובה היא לעינים‪ ,‬ואמיתיתו כסיפורי‬ ‫מחנים‪ ,‬אי לכן העתקתי מסכת זו היפה‪,‬‬ ‫נפה אחר נפה‪ ,‬ואגש אותו כשולחן ערוך‬ ‫ומוכן‪ ,‬לברך עליו כעל הדוכן‪.‬‬

‫יהודה אריה די‪-‬מדינה‬

‫‪ / 124‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מתני'‪.‬‬

‫ב‬

‫מסכת סגולות‬

‫מאימתי מתחילין לסגל בסגולות‪.‬‬

‫מאימתי מתחילין לסגל בסגולות‪ .‬שהרי‬ ‫בשנים האחרונות הלכו בעלי המסגלים סגולות‪ ,‬והרבו‬ ‫להוציא סגולות שונות לעם הארץ‪ :‬משעה שהשעה‬ ‫דוחקת לו להאדם‪ .‬הרי‬ ‫האדם נאחז בחבלי קש‪,‬‬ ‫בכדי לעמוד לו בשעת‬ ‫דוחקו‪ ,‬ובאמת לית ביה ולא‬ ‫מידי‪ :‬משעה שעמדו ישראל‬ ‫על הר סיני‪ .‬שהרי ישראל‬ ‫אומר‪ .‬שמעתי מרבי‪,‬‬ ‫עם קדושים לא יבדו דבר‬ ‫שבמסכתא זו כל‬ ‫מלבם‪ ,‬אלא הכל יסודתם‬ ‫בהררי קודש‪ :‬כך מקובלני‬ ‫השמות של התנאים‬ ‫מזקנים שבבני ברק‪ .‬הני‬ ‫מורים‬ ‫ואמוראים‬ ‫זקנים‪ ,‬בגמ' מפרש לה‪:‬‬ ‫על מה שאמרו‪.‬‬ ‫שבבני ברק‪ .‬שם מקום‪ :‬ה"ג‬ ‫ואפרש הכוונה עד‬ ‫מתחילין לסגל בסגולות? ר' נהוראי‬ ‫אמר ר' לטויס‪ .‬ולא גרסינן‬ ‫מקום שידינו מגעת‪.‬‬ ‫לויטס‪ ,‬דהא תנא זה מאנשי‬ ‫לו‬ ‫דוחקת‬ ‫שהשעה‬ ‫משעה‬ ‫אומר‪,‬‬ ‫ר' נהוראי נקרא‬ ‫ליטא הוא‪ :‬אין הסגולות‬ ‫להאדם‪ .‬ר' חסדאי אומר‪ ,‬משעה שעמדו‬ ‫כן‪ ,‬על שם שמנהיר‬ ‫מתחילות אלא מקופת‬ ‫עיני חכמים‪ .‬כי כל‬ ‫ישראל על הר סיני‪ .‬אמר ר' לויטס‪ ,‬כך‬ ‫אותה העיר‪ .‬כלומר‪ ,‬אין‬ ‫הסגולות מתחילות להנחיל‬ ‫החכמים יודעים שאין‬ ‫מקובלני מפי הזקנים שבבני ברק‪ ,‬אין‬ ‫בלב העם אלא לאחר‬ ‫הסגולה מוצאת מקום‬ ‫הסגולות מתחילות אלא מקופת אותה‬ ‫שנשתרשה בלבם קופת‬ ‫בלב האדם אלא‬ ‫העיר‪ .‬אחרים אומרים‪ ,‬לאו סגולות‬ ‫אותה העיר‪ ,‬שהרי בוודאי‬ ‫בשעת דוחקו‪.‬‬ ‫עד אז גם כן היו סגולות‬ ‫מנא‬ ‫אלא סגולה אחת ישן נושן‪.‬‬ ‫מצויות לכל דורש ומבקש‪:‬‬ ‫הני מילי? דת"ר חייב כל אדם להיות‬ ‫מקופת אותה העיר‪ .‬של‬ ‫אומר‪ .‬ר' חסדאי‬ ‫בני ברק‪ :‬לאו סגולות אלא‬ ‫מסובב במצוות כל היום‪ .‬במצוות מאי‬ ‫נקרא כן על שם כת‬ ‫סגולה אחת ישן נושן‪.‬‬ ‫קמ"ל? והא מקרא מלא הוא דכתיב‪:‬‬ ‫החסידים‪ ,‬שמרבים‬ ‫אחרים חולק על כולהו‪,‬‬ ‫ולהאמין‬ ‫להשתמש‬ ‫"למען תזכרו ועשיתם את כל מצוותי" א)‪,‬‬ ‫וס"ל שכל הסגולות אינן‬ ‫מסגולות‬ ‫בסגולות‬ ‫חשובות‪ ,‬אלא סגולה אחת‬ ‫אמר רב סובבאי לאו מצוות קתני אלא‬ ‫שונות‪.‬‬ ‫ישן נושן‪ ,‬ובגמ' מפרש מאי‬ ‫סגולות‪ ,‬והא קא אמרינן "מצוות"‪ ,‬אלא‬ ‫נינהו‪ .‬גמ'‪ .‬מנא הני מילי‪.‬‬ ‫אומר‪.‬‬ ‫ה"ט דהא מצוה גדולה לסגל בסגולות‪.‬‬ ‫דאיכא מציאות של סגולות‪,‬‬ ‫פי' הקונטרס דגרסינן‬ ‫כמאן‪ ,‬כר' חסדאי‪ .‬אמר מר‪ ,‬לאו מצוות‬ ‫והא אפשר שאין כאן שום‬ ‫לטויס‪ ,‬דתנא זה‬ ‫חיוב ושום ענין‪ :‬חייב כל‬ ‫קתני אלא סגולות‪ .‬איבעיא ליה לאמימר‪,‬‬ ‫מאנשי ליטא היה‪.‬‬ ‫אדם להיות מסובב במצוות‪.‬‬ ‫בשלמא לר' חסדאי‪ ,‬אלא לר' נהוראי‬ ‫והכי אמרינן במנחות פרק‬ ‫ואינו מחוור‪ ,‬דהרבה‬ ‫מאי איכא למימר‪ .‬אמר רב פאפא‪,‬‬ ‫התכלת (מ"ג ע"ב)‪ ,‬חביבין‬ ‫פעמים מצאנו ר'‬ ‫ישראל שסיבבן הקב"ה‬ ‫לויטס בתלמוד‪ ,‬ולא‬ ‫במצוות‪ :‬ועשיתם את כל‬ ‫מצאנו לתנא בשם‬ ‫מצותי‪ .‬וא"כ מאי רבותא‬ ‫לטויס‪ .‬ונראה שאנשי ליטא המעוקמים עיקמו‬ ‫איכא בהא דתנו רבנן‪ ,‬והא הכתוב כבר מזהיר לעשות‬ ‫גם שמו של תנא זה‪.‬‬ ‫________ כל המצוות‪ :‬והא קא אמרינן מצוות‪ .‬ולא סגולות קתני‪,‬‬ ‫________ ולמה פירש רב סובבאי דקאי אסגולות‪ :‬בשלמא לר'‬ ‫תורה אור‬ ‫אומרים לאו סגולות אלא סגולה‬ ‫א) לְ ַמ ַען ִתּזְ כְ ּרּו חסדאי‪ .‬דס"ל שקיבלו על עצמן בסיני לסגל בסגולות‪,‬‬ ‫אחת ישן נושן‪ .‬ובגמ' מפרש לה אדר' מאיר‬ ‫וַכָ ֲעּל ִש ֶׂיתם ִמ ְצ ֶו‍ ָאֹתית בודאי מצוה הוא‪ :‬אלא לר' נהוראי מאי איכא למימר‪.‬‬

‫למה נסמכה מסכתא זו למסכת ע"ז‪ ,‬אומר ר"י דכיון‬ ‫דדרכי אמורי נאסרה מחשש שמא עשו כן לשם‬ ‫גילוליהם‪ ,‬וכן סגולות‬ ‫יש האוסרים מטעם זה‪,‬‬ ‫שהוא מדרכי האמורי‪,‬‬ ‫לכן נסמכה למסכת ע"ז‪.‬‬

‫מאימתי‬

‫גמ'‪.‬‬

‫ר'‬

‫נהוראי‬

‫ר'‬

‫חסדאי‬

‫ר' לויטס‬

‫אחרים‬

‫וִ ְהיִ ֶיתם ְקד ִֹשׁים דהא ס"ל שאין האדם נוהג בסגולות אלא בשעת‬ ‫לֵ א ֹל ֵ‬ ‫(במדברקטו‪,‬י כֶמ)‪ .‬ם דוחקו‪ ,‬וא"כ בודאי אינו עושה כן לשם מצוה‪:‬‬ ‫בשעה שהשעה דוחקת לו לאדם שעתו ספק‬

‫דנקרא אחרים‪ .‬וא"ת‪ ,‬היכי מצי למימר דר'‬ ‫מאיר הוא‪ ,‬והא ר' מאיר הוא ר' נהוראי‪,‬‬ ‫כדאיתא בפ"ק דעירובין (י"ג ע"ב) לא רבי מאיר‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪125 /‬‬


‫ אין קורצן פון פריער ‪-‬‬‫די יאר איז ‪ 1923‬למספרם‪ .‬דער ראדימנער רבי‪,‬‬ ‫אויך באקאנט אלס רב אין שטאט ראדימנע‪ ,‬רייזט‬ ‫אפ דעם שווערן וועג צום ווייטן אמעריקע פאר א‬ ‫וויילע‪ ,‬איינזאמלען געלט פאר נדן פאר זיינע דריי‬ ‫אומפארהייראטע טעכטער‪ .‬דער ראדימנער רבי איז‬ ‫א חשוב'ער בנש"ק‪ ,‬אן אייניקל פון דעם הייליגן בני‬ ‫יששכר‪ ,‬קאזשניצער מגיד‪ ,‬און נאך גרויסע רבי'ס‪ .‬דא‬ ‫אין אמעריקע איז דער רבי געווארן אויפגענומען מיט‬ ‫גרויס כבוד דורך גוטע פריינט‪ ,‬שטאטס מענטשן‪ ,‬און‬ ‫סתם אזוי ערליכע אידן וואס האבן געוואוסט צו שעצן‬ ‫א צדיק‪.‬‬ ‫צווישן דעם רבינ'ס מעריצים האט דער רבי‬

‫געמאכט באקאנטשאפט מיט א איד בצלאל רובין‪,‬‬ ‫גייענדיג אים באזוכן פון צייט צו צייט‪ .‬אויף בצלאל'ס‬ ‫בקשה ליגענדיג אויפן קראנקן בעט‪ ,‬האט זיך דער רבי‬ ‫אומגעקוקט אויף זיין ווייב‪ ,‬זלאטע‪ ,‬נאך זיין פטירה‪.‬‬ ‫זלאטע האט נאך בצלאל'ס פטירה אנגעהויבן זיך‬ ‫מער דרייען ביים רבי'ן אין שטוב‪ ,‬ארויסהעלפנדיג מיט‬ ‫אלץ וואס האט זיך אויסגעפעלט‪ .‬אלץ איז געפארן‬ ‫כשורה ביז איין טאג ווען עס איז גע'חתמ'ט געווארן‬ ‫א שאקירנדן הסכם צווישן דעם רבי'ן און זלאטע רובין‪,‬‬ ‫וואו דער רבי איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט‬ ‫זלאטע'ן נאכדעם וואס זיין רעבעצין שטארבט‪ ,‬אויף‬ ‫וואס זלאטע איז זיך מתחייב צו ברענגען איר געלט און‬ ‫ממלא זיין זיין רצון אין אלע ענינים‪.‬‬

‫דער ראדימנער רב האט זיך אין אמעריקע‬ ‫אויפגעהאלטן א משך פון דריי גאנצע יאר‪ .‬דער‬ ‫ראדימנער רבי האט אינצווישן זיך איינגעהאנדלט‬ ‫פילע אנהענגער און פארערער צווישן די‬ ‫אמעריקאנער אידנטום‪ ,‬אריינגערעכנט אידן אין‬

‫נוארק‪ ,‬ניו יארק און אפילו אין פילאדעלפיע וואו דער‬ ‫רבי פלעגט אפט פארן צו זיינע מעריצים פראווען‬ ‫שבתים‪ ,‬אד"ג‪.‬‬ ‫מער ווייניגער דורך דער וואך‪ ,‬פלעגט דער רבי‬ ‫דאווענען אין דערנעבענדיגע שולן נאנט צו זיין דירה‪.‬‬

‫‪ / 146‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫אלטער חסידישער היים‪ ,‬דאס שטעטעלע‪ ,‬דעם‬ ‫צדיק‪ ,‬דאס קלויז און דעם פדיון‪ ...‬אזוי אז דער רבי‬ ‫האט געהאט א שיין געפראוועכטס צומאל ביז‬ ‫הונדערט מענטשן א טאג!‬ ‫דרייט זיך ארום א צעבראכענע זלאטע‪ .‬אן‬ ‫אלמנה שוין נישט צום ערשטן מאל‪ ,‬עלנד ווי א‬ ‫שטיין דרייט זי זיך רוב פונעם טאג אונטער די‬ ‫אויסגעשלאגענע ביימער אין "העסטער פארק"‬

‫דער ראדימנער רבי האט זיך געהאט קווארטירט אין א‬ ‫דירה אויף ‪ 263‬סטאנטאן סטריט‪ ,‬וואו דער רב פלעגט‬ ‫ע"פ רוב דאווענען אין א דערנעבענדיגער שול וואו‬ ‫עס פלעגן דאווענען די לאנצהוטער חסידים‪ .‬צומאל‬ ‫פלעגט דער רבי מאכן א מנין מנחה מעריב ביי זיך‬ ‫אין דירה‪ ,‬דארט וואו ער פלעגט רוב טאג לערנען און‬ ‫פראווען די "אמעריקאנער" ‪ -‬אבער רבי‪-‬דורשטיגע‬ ‫ אידעלעך‪.‬‬‫דער אידישער איסט סייט‬ ‫אין יענע יארן פלעגט רוישן ווי א‬ ‫דאס לעבן אין דער אידישער געטא‬ ‫קעסל‪ .‬טויזענטער אידן ארבעטן‬ ‫פון צופרי ביז שפעט אויפדערנאכט‬ ‫אלץ צו קענען פארדינען א‬ ‫גרייצער און צו קענען געניסן‬ ‫פון די רייכטום טרוימען‪ .‬די אידן‪,‬‬ ‫שווערע הונדערטער טויזענטער‬ ‫אין צאל‪ ,‬האבן דאן געוואוינט אין‬ ‫בלויז עטליכע גאסן‪ ,‬אזוי אז דער‬ ‫געגענט האט זיך קורא שם געווען‬ ‫"די אידישע געטא"‪.‬‬ ‫פארפלאגטע‬ ‫אלע‬ ‫די‬ ‫אידן‪ ,‬אפילו זיי האבן זיך‬ ‫אמעריקאניזירט‪ ,‬האבן אבער‬ ‫געבענקט און געלעכצט נאך דער‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪147 /‬‬


‫געווארן ַאלץ אומגליקליכער‪ ,‬און ַאז ער איז‬ ‫איז ער ָ‬ ‫שטאט פון ַאלע‪,‬‬ ‫ָאנגעקומען אין דער גרעסטער ָ‬ ‫געדאנקען‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫רשלאסן אין זיינע‬ ‫פא ָ‬ ‫האט ער זיך ַ‬ ‫ָ‬ ‫נאר טויט‪ ,‬טויט‪ ,‬און‬ ‫און נישט ַארויס פון צימער‪ָ .‬‬ ‫באדייט‪,‬‬ ‫פארלוירן דעם ַ‬ ‫האט ַ‬ ‫טויט אומעטום‪ַ .‬אלץ ָ‬ ‫האט ַא סוף‪-‬‬ ‫רשטאנען ַאז ַאלץ ָ‬ ‫פא ַ‬ ‫האט ַ‬ ‫ווייל ער ָ‬ ‫פאר אים‪ ,‬וועט‬ ‫זאכן וועלן אויסגיין ַ‬ ‫טערמין‪ :‬טייל ַ‬ ‫דאך מוזן זען ַאוועקגיין פון דער וועלט און‬ ‫ער זיי ָ‬ ‫נאך‬ ‫נאר ָ‬ ‫זאכן וועלן ַאוועק ָ‬ ‫באדויערן‪ ,‬און ס'רוב ַ‬ ‫ַ‬ ‫אויסגעגאנגען‬ ‫ַ‬ ‫וואס ער ַאליין וועט שוין זיין‬ ‫דעם ָ‬ ‫דערמאנען זיין קורץ‪-‬‬ ‫ָ‬ ‫– אויב ַאזוי‪ ,‬וועלן זיי אים‬ ‫באדויערן‪ .‬איז‬ ‫טערמיניגקייט און ווידער וועט ער ַ‬ ‫זאכן בכלל‪.‬‬ ‫דאך שוין בעסער נישט צו זען קיין ַ‬ ‫ָ‬ ‫גע'פטר'ט‬ ‫האט ּ‬ ‫וואס ער ָ‬ ‫אין ַא צייט ַארום‪ָ ,‬‬ ‫באוויינענדיג זיין כסדר‪-‬‬ ‫ַ‬ ‫זיצנדיג און‬ ‫האט ער געטרונקען ַא ביסל‬ ‫דערנענטערנדיגן סוף‪ָ ,‬‬ ‫טרא ּפעלע‬ ‫דאס ָ‬ ‫אונטערצוהאלטן ָ‬ ‫ַ‬ ‫וואסער כדי‬ ‫ַ‬ ‫וואס‬ ‫נאך געבליבן אין אים‪ .‬ווייל ָ‬ ‫וואס איז ָ‬ ‫לעבן ָ‬ ‫גראבן ַא‬ ‫בא ָ‬ ‫טאן‪ :‬אין יעדן מענטש איז ַ‬ ‫קען מען ָ‬ ‫געפאלן אויפן‬ ‫שטיקל לעבן‪ .‬טרינקענדיג‪ ,‬איז ער ַ‬ ‫סטיק‪-‬גלאז וועט בלייבן‬ ‫ָ‬ ‫לא‬ ‫נאריש ּפ ַ‬ ‫געדאנק‪ַ :‬א ַ‬ ‫לענגער פון אים‪ .‬לענגער פון ַאלע מענטשן אין‬ ‫וואס גייען‬ ‫זיין דור – לענגער פון ַאלע מענטשן ָ‬ ‫דאזיגער‬ ‫און ָאטעמען אויף דער וועלט אין דער ָ‬ ‫וואסזשע איז ַא מענטש ווערט‪ַ ,‬אז ער‬ ‫סעקונדע‪ָ .‬‬ ‫לאסטיק?‬ ‫גייט אויס גיכער ווי ַא שטיקעלע ּפ ַ‬ ‫רשטאנען‪ ,‬ווי קען זיין ַאז‬ ‫פא ַ‬ ‫האט נישט ַ‬ ‫ער ָ‬ ‫מענטשן לעבן ַאזוי פריי און מיט הנאה‪ .‬מסתמא‬ ‫געטראכט‪ ,‬און איז ַארויס‬ ‫ַ‬ ‫האט ער‬ ‫ווייסן זיי נישט‪ָ ,‬‬ ‫לאנגער תקופה אויף דער‬ ‫מאל אין ַא ַ‬ ‫צום ערשטן ָ‬ ‫רוואס זיי גייען ַארום אין‬ ‫פא ָ‬ ‫גאס‪ ,‬צו פרעגן מענטשן ַ‬ ‫ַ‬ ‫נאענט‬ ‫דרויסן‪ַ ,‬אז זייער סוף איז סיי‪-‬ווי‪-‬סיי ַאזוי ָ‬ ‫כגעגאנגען‬ ‫ַ‬ ‫נא‬ ‫און ענדגילטיג‪ .‬דער טויט איז אים ָ‬ ‫קא ּפ‪.‬‬ ‫גאס‪ ,‬זיצנדיג געמיטליך אין זיין ָ‬ ‫אין ַ‬ ‫געשטראלט‪ּ ,‬פונקט ווי אין‬ ‫ַ‬ ‫האט די זון‬ ‫אין דרויסן ָ‬ ‫מאל‬ ‫האט צום ערשטן ָ‬ ‫טאג‪ ,‬ווען ער ָ‬ ‫יענעם ווייטן ָ‬ ‫האט‬ ‫וואס דער טויט מיינט באמת‪ .‬ער ָ‬ ‫געכא ּפט ָ‬ ‫זיך ַ‬ ‫פארגעסן ווי ליכטיגקייט‬ ‫געהאט ַ‬ ‫ַ‬ ‫דערווייל שוין‬ ‫רומגעגאנגען‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫זעט אויס‪ .‬מענטשן זענען ַא‬ ‫וואס‬ ‫זאכן ָ‬ ‫אויפצוטאן ַ‬ ‫ָ‬ ‫שמייכלענדיגע‪ ,‬אויפן וועג‬ ‫וואס וועלן‬ ‫יארן‪ָ ,‬‬ ‫וועלן ָא ּפגעמעקט ווערן מיט די ָ‬ ‫פארביילויפנדיגער צייט‪.‬‬ ‫פארגעסן ווערן מיט דער ַ‬ ‫ַ‬ ‫ּפלוצים איז זי ַאריבער‪ ,‬און זיך ָא ּפגעשטעלט נעבן‬ ‫אים‪.‬‬ ‫ליבשאפט צום‬ ‫ַ‬ ‫וואס זעסטו אויס ווי דיין‬ ‫פאר ָ‬ ‫– ַ‬ ‫האט זי געפרעגט‪.‬‬ ‫געווארן? – ָ‬ ‫ָ‬ ‫וואלט נעלם‬ ‫לעבן ָ‬ ‫זאגן‪...‬‬ ‫– עס זעט נישט ַאזוי שיין אויס‪ ,‬מוז איך דיר ָ‬ ‫דאס לעבן‪ַ ,‬אז‬ ‫האבן ָ‬ ‫– ווי קען מען ליב ָ‬ ‫שטארבט גלייך ווען עס ענדיגט זיך‪ ,‬און ַא‬ ‫מען ַ‬ ‫‪ / 164‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫האט‬ ‫סטיק‪-‬גלאז בלייבט לענגער ווי דו? – ָ‬ ‫ָ‬ ‫לא‬ ‫ּפ ַ‬ ‫ער געענטפערט מיט ַא זיפץ – עס גייט ַאריבער‬ ‫ַאזוי גיך און איז ָאנגעפילט מיט ַאזוי פיל מורא‬ ‫פאר‬ ‫וואלט שוין געווען בעסער ַ‬ ‫פארן טויט‪ַ ,‬אז עס ָ‬ ‫ַ‬ ‫מיר נישט צו זיין בכלל‪...‬‬ ‫האבן פון דעם‬ ‫דארף מען מורא ָ‬ ‫רוואס ַ‬ ‫פא ָ‬ ‫– ַ‬ ‫גארנישט‬ ‫זאגסט‪ ,‬קען מען ָ‬ ‫טויט? סיי ווי סיי‪ ,‬ווי דו ָ‬ ‫זאגסט‪ ,‬קריגן מיר ַאזוי‬ ‫טאן קעגן אים‪ .‬און ווי דו ָ‬ ‫ָ‬ ‫ווייניג צייט צו זיין – ס'איז אויב ַאזוי שוין גלייכער‬ ‫זי אויסצוניצן‪ ,‬נישט ַאזוי? אויב ַאלע מענטשן‬ ‫גארנישט נישט‬ ‫וואלט ָ‬ ‫געטראכט ווי דו‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫וואלטן‬ ‫ָ‬ ‫געווארן‪ .‬שוין בעסער צו בלייבן קירצער‬ ‫ָ‬ ‫געשאפן‬ ‫ַ‬ ‫ווי ַא כלי‪ ,‬איידער נישט צו זיין בכלל‪ .‬מיינסט נישט‬ ‫ַאזוי?‬ ‫האלב צוגעהערט צו איר‪ ,‬ווייל‬ ‫נאר ַ‬ ‫האט זיך ָ‬ ‫ער ָ‬ ‫געלאזט די מחשבות‪.‬‬ ‫האט אים נישט ָא ּפ ָ‬ ‫דער טויט ָ‬ ‫גאנצן קיין‬ ‫האט נישט גערעדט אין ַ‬ ‫ָאבער נו‪ ,‬זי ָ‬ ‫האט אויך נישט אויסגעזען ַאזוי‬ ‫נארישקייטן‪ ,‬און ָ‬ ‫ַ‬ ‫האט ער זיך ַארומגעקוקט ַא ביסל ַארום‬ ‫שלעכט‪ָ .‬‬ ‫זיך‪.‬‬ ‫עס איז געווען ַאן אומגעווענליך שיינער‬ ‫סארט טעג וועלכע‬ ‫טאג – איינער פון דעם ָ‬ ‫פרילינג ָ‬ ‫סאמע‬ ‫מאדנע שמייכלען ַאפילו ביי די ַ‬ ‫רופן ַארויס ָ‬ ‫סארט‬ ‫מרה‪-‬שחורה'דיגע מענטשן‪ ,‬איינער פון דעם ָ‬ ‫זאצן‬ ‫אומלאגישע ַ‬ ‫ָ‬ ‫באשריבן מיט‬ ‫וואס ווערן ַ‬ ‫טעג ָ‬ ‫וואס זוכן‬ ‫ראסטע מענטשן‪ָ ,‬‬ ‫ווי "די זון בליט" דורך ּפ ָ‬ ‫ווארעמקייט‬ ‫באשרייבן די ַ‬ ‫ווערטער מיט וועלכע צו ַ‬ ‫נאר‬ ‫תמעוואטע הערצער‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫וואס נעמט איין זייערע‬ ‫ָ‬ ‫בולאר אויף דעם –‬ ‫קא ַ‬ ‫ווא ַ‬ ‫האבן נישט קיין ּפ ַאסיגן ָ‬ ‫ָ‬ ‫טאג‪ ,‬און זעענדיג ווי‬ ‫זא ָ‬ ‫עס איז ּפונקט געווען ַא ַ‬ ‫האט‬ ‫בלישטשענדיג און אויסערגעווענליך ַאלץ ָ‬ ‫נאר‬ ‫אויסגעזען‪ ,‬און ַאפילו וויסנדיג‪ַ ,‬אז עס איז ָ‬ ‫אויף ַא געוויסער תקופה‪ ,‬און ַאז עס וועט קומען‬ ‫האט זי‬ ‫גארנישט וועט מער נישט זיין‪ָ ,‬‬ ‫טאג ווען ָ‬ ‫ַא ָ‬ ‫דאס מזל צו זיין ַא טייל‬ ‫האט ָ‬ ‫זיך געפרייט ַאז זי ָ‬ ‫האט ּפונקט‬ ‫טאג‪ַ ,‬אז איר לעבנס‪-‬דויער ָ‬ ‫זא ָ‬ ‫פון ַא ַ‬ ‫דאזיגן‬ ‫צוגעטראפן און ַאריינגענומען אין זיך דעם ָ‬ ‫ָ‬ ‫מאמענט‪.‬‬ ‫ָ‬ ‫וואס וועט‬ ‫זעענדיג ווי זי שמייכלט‪ ,‬זי‪ָ ,‬‬ ‫דויערן ווינציגער ווי ַא גלעזל‪ ,‬ווינציגער ווי ַא‬ ‫קאכליע‪ ,‬און ווי שיין די‬ ‫העמדל‪ ,‬ווינציגער ווי ַא ַ‬ ‫געשפיגלט‬ ‫האט זיך ָא ּפ ּ‬ ‫ווארעמקײט פון דער זון ָ‬ ‫ַ‬ ‫איגנארירן‬ ‫ָ‬ ‫האט ער נישט געקענט‬ ‫אין אירע אויגן‪ָ ,‬‬ ‫שטארבן‪ ,‬און‬ ‫זיין צופרידנקײט‪ .‬נו‪ַ ,‬אז מען מוז שוין ַ‬ ‫ַאזוי צי ַאזוי לעבן זייער קורץ‪ ,‬בעסער צוצוטרעפן‬ ‫צו דער זעלבער צייט ווי ַא חנעוודיג מיידל‪ ,‬נישט‬ ‫ַאזוי?‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫פארמעסט‬ ‫געווינער‬

‫משה הערש כהן‪ ,‬ברוקלי‪‎‬ן‬ ‫תשנ"א‪ ,‬מאנרא‬ ‫אן אייגנארטיגער חן האט דאס שולעכל‬ ‫געהאט‪ ,‬ממש ווי אריינגעברענגט מיין קינדעריש‬ ‫וועלטל לעבעדיג אין די צייטן פון אמאל‪ .‬דאס‬ ‫פלאץ איז באשטאנען פון צוויי טרעילארס מיט‬ ‫געשיילטע ווענט‪ ,‬א דומפיגער גרוך און שוואך‬ ‫באלאכטן‪ ,‬ווי די מעשה ביכלעך וואלטן שרייבעריש‬ ‫געזאגט‪ .‬עטליכע אלטע סידורים זענען געווען‬ ‫ארומגעווארפן‪ ,‬און א מישמאש פון איינצעלנע‬ ‫ספרים‪ ,‬ווי פון א שמות קאלעקציע‪.‬‬ ‫דאס שולעכל האט זיך געשאפן מחמת הכרח‪,‬‬ ‫געווען די צייטן‪ ,‬ווי מען זאגט אין ענגליש‪" ,‬דאוז‬ ‫וויר די דעיס‪ ".‬מתנגדים האט מען געווארפן פון די‬ ‫אפיציעלע שולן מיט "שייגעץ ארויס" געזאנגען‬ ‫ געבראטענע קלעפ אמאל אויך‪ .‬די פאר שול‪-‬‬‫לאזע אידן האבן פארשאפט די טרעילארס און‬ ‫געגרינדעט א בית מדרש'ל‪.‬‬ ‫ווינטער איז געווען קאלט‪ ,‬קיין הייצונג איז‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫נישט געווען‪ .‬עס איז געווען אזא גרויסער גאז‪-‬‬ ‫בלאזער וואס ווען עס האט געבלאזן‪ ,‬איז געווען‬ ‫ווארעם ארום‪ .‬מיין מנהג איז געווען צו נעמען‬ ‫א בענקל ביי דער זייט פונעם גאז‪-‬בלאזער‬ ‫מיט א ספר'ל מיטן נאמען "די שיין פון די ליכט‬ ‫ תורה'לעך אויף אידיש"‪ .‬עס האט געהאט א‬‫טעם של פעם ווי אין א שטיבל אין אלטער היים‬ ‫אונטערן אויוון‪.‬‬ ‫מיר האבן שווער מנין געהאט‪ ,‬דאווענען‬ ‫דא איז געווען אן איינשטעל פון ארויפגיין‬ ‫אויף א שווארצער ליסטע‪ .‬א האלבער מנין איז‬ ‫באשטאנען פון די "רוסישע"‪ ,‬זיי זענען נישט לאנג‬ ‫פריער ארויס פון אונטערן סאוויעטישן אייזערנעם‬ ‫פארהאנג‪ .‬זיי האבן זיך געהאלטן צוזאמען און‬ ‫האבן זיך דא אין אונזער שולעכל באזעצט‪ .‬אפנים‬ ‫דא דארף מען נישט "געהערן" און זיך אריינפאסן‪.‬‬ ‫גרשון‪ ,‬א איד מיט לאנגע רויטע פיאות און‬ ‫א צעשטרויבלטן בארד‪ ,‬זיצט ביי אונז‪ .‬מיין‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪165 /‬‬


‫האנט האלט זיך דער לולב פיל באקוועמער און‬ ‫געשמאקער‪.‬‬ ‫אוי‪ ,‬ווי זאל איך שילדערן דעם הלל‪ ,‬איך האב‬ ‫נישט געהאלטן דעם לולב‪ ,‬נאר זיך אנגעהאלטן‬ ‫און צוגעכאפט צו דעם ווי א דערטרינקענדער צום‬ ‫רעטונגס‪-‬גארטל‪ ,‬אוי האב איך גוט פארשטאנען‬ ‫דעם מדרש וואס גלייכט צו די ד' מינים צו די‬ ‫פארשידענע איברים‪ ,‬און רופט אויס אויף דעם‬ ‫דער פסוק כל עצמותי תאמרנה ה' ‪ --‬איך האב‬ ‫באשיינפערליך געשפירט ווי פון דעם לולב‬ ‫שטראמט אריין חיות צו מיין גאנצן קערפער‪,‬‬ ‫פארהיילט אלע וואונדן און באנייט אלע גלידער‪,‬‬ ‫און אז דער איד איז אויסגעהיילט ‪ -‬ס'איז כל‬ ‫עצמותי‪ ,‬דאן איז ממילא‪ ,‬פון זיך אליין‪ ,‬תאמרנה‬ ‫ה'! די אלע פירושים און פשט'לעך וואס איך‬ ‫האב אנגעזאמלט דורך די יארן זענען מיר יעצט‬ ‫גוט צונוץ געקומען‪ ,‬יעדעס ווארט האט געהאט‬ ‫אומצאליגע טעמים‪ ,‬ווי קען איך באשרייבן דער לא‬ ‫המתים יהללו י‪-‬ה ‪ --‬וואס ווי דער ירושלמי זאגט‬ ‫גייט טאקע ארויף אויפן לולב ‪ --‬און דער מה אשיב‬ ‫לה'‪ .‬יא‪ ,‬טאקע‪ ,‬מיט אלעם און פונדעסטוועגן! אז‬ ‫ס'איז געקומען צו די נענועים האב איך לעבעדיג‬ ‫געזען דאס וואס תוספות ברענגט דער טעם‬ ‫פארוואס מען שאקלט דא צוליב'ן פסוק אז ירננו‬ ‫עצי היער‪ ,‬ס'הייסט‪ ,‬איך קען דען עפעס זאגן הודו‬ ‫מיט אנא? נאר אז די עצי היער ‪ --‬די ד' מינים ‪--‬‬ ‫טאנצן און שרייען עס‪ ,‬קען איך מיר מיטכאפן און‬ ‫מיטזינגען‪.‬‬ ‫הכלל‪ ,‬וואס האב איך מאריך צו זיין‪ ,‬איך האב‬ ‫נאך אזא הלל נישט געהאט אין מיין לעבן‪ .‬אז‬ ‫איך האב געענדיגט האבן מיינע אויסגעוואשענע‬ ‫אויגן ארויסגעקוקט אויף א פרישע דופטיגע‬ ‫וועלט‪ ,‬ווי נאך א רעגן‪ .‬מיט ליבשאפט האב איך‬ ‫אוועקגעפאקט מיינע טרייע שלאכט‪-‬קאמעראדן‪,‬‬ ‫און מיט א הרגשה פון שישו בני מעי‪ ,‬זיך געגרייט‬ ‫אראפצוקנאקן א נשמת‪ .‬יא‪ ,‬דער עולם גייט שוין‬ ‫באלד אהיים‪ ,‬אבער זאל די סעודה ווארטן‪ ,‬איך‬ ‫דאווען יעצט‪.‬‬ ‫איך גיי אריין אין א זייטיגן צימערל‪,‬‬ ‫אויפגערוימטערהייט מיש איך אויף דעם סידור'ל‪,‬‬ ‫איך הייב אן הללוי‪-‬ה און ס'הייבט מיר אן פאטשן‬ ‫אין פנים‪ .‬שווארץ אויף ווייס קוקן מיר די ווערטער‬ ‫אן‪ ,‬הללוי‪-‬ה הללו את שם ה' הללו עבדי ה' ‪ ...‬און‬ ‫איך געדענק יעצט קלאר ווי אנהייב הלל האב איך‬ ‫גענוי אזוי געזאגט‪ ,‬נישט פארקערט‪ ,‬קודם הללו‬ ‫עבדי ה' און דערנאך הללו את שם ה'‪ ...‬איך האב‪,‬‬ ‫דאן‪ ,‬אפילו פאר א רגע געקווענקלט וואס דער‬ ‫ריכטיגער סדר איז‪ ,‬אבער איך האב‪ ,‬דעמאלט‪,‬‬ ‫‪ / 170‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אינמיטן דער ברויזנדער שטורעם וואס האט‬ ‫געבוזשעוועט אין מיר‪ ,‬באשלאסן אז אזוי איז‬ ‫ריכטיג‪ .‬איך האב טאקע גלייך דעמאלט‪ ,‬זעענדיג‬ ‫דאס צערודערניש‪ ,‬באלד גענומען דעם סידור'ל אין‬ ‫האנט אריין‪ ,‬אבער אנגעהויבן האב איך שוין רם על‬ ‫כל גוים ה'‪ ,‬דארט וואו איך האב געהאלטן‪ ,‬נישט‬ ‫פון אנפאנג‪.‬‬ ‫אלזא‪ ,‬די זאך איז קלאר‪ ,‬הקורא למפרע לא‬ ‫יצא‪ ,‬איך האב נאך קיין הלל היינט נישט געזאגט‬ ‫און וועל מוזן איבערזאגן‪ ,‬און אט געט מיר א‬ ‫פרישע מחשבה א זעץ אין פנים‪ ,‬אוי‪ ,‬די ד' מינים!‬ ‫די נענועים! אויך דאס מוז איך איבערטון! ווי א‬ ‫צעפלאצטער באלאן האב איך גלייך געגעבן א‬ ‫דאווען אפ‪ .‬כ'האב נאך שנעל נאכגעקוקט אויב‬ ‫ס'איז דא עפעס אן אויסוועג‪ ,‬אן אנדערע דעה צי‬ ‫וואס‪ ,‬אבער פארפאלן‪ ,‬את הנעשה אין להשיב‪.‬‬ ‫איך קום אהיים‪ ,‬זאג די פרוי צו ווארטן אונטן אין‬ ‫סוכה‪ ,‬איך קום שוין‪ .‬איך גיי אריין אין סאלאן‪,‬‬ ‫קלאפ צו דער טיר‪ ,‬פאק אויף דעם לולב‪ ,‬עפן א‬ ‫סידור‪ ,‬און פון מויל‪ ,‬ווי מיט בליי איבערגעוואויגן‪,‬‬ ‫פאלן שווערליך ארויס די ווערטער פון הלל‪ .‬דווקא‬ ‫האב איך אין געדאנק פארשידענע רעיונות וואס‬ ‫געבן אינספיראציע אפילו און דייקא אין אזא מצב‪,‬‬ ‫אבער אז דער מאטאר איז טויט העלפט נישט קיין‬ ‫בענזין‪ .‬ס'קומט צו די נענועים‪ ,‬בשעת איך שאקל‬ ‫רעפלעקסיוו דעם לולב הין און צוריק‪ ,‬טאנצט מיר‬ ‫איראניש פאר די אויגן די פריערדיגע סצענע פון‬ ‫די ערשטע הייסע נענועים‪ .‬איך לייג אוועק דעם‬ ‫לולב‪ ,‬גיי אראפ אין סוכה און מאך קידוש מיט א‬ ‫טרוקענער טעם אין מויל‪.‬‬ ‫***‬ ‫אז איך קלער אויף צוריק‪ ,‬ווייס איך נישט‬ ‫וועלכע פון די צוויי הלל'ס האבן מיר מער געטויגט‪.‬‬ ‫מצד אחד‪ ,‬זענען מיר עבדי ה' און מחוייב צו טון‬ ‫דאס וואס דער קייסער באפעלט‪ ,‬און טאקע גענױ‬ ‫װי ער הייסט‪ .‬מצד שני‪ ,‬ווידער‪ ,‬קען איך מיר נישט‬ ‫שיידן פונעם ערשטן הלל‪ .‬נאך היינט‪ ,‬אז איך וויל‬ ‫מיך אנווארעמען ביים דאווענען‪ ,‬דערמאן איך מיר‬ ‫אין אים‪ .‬איי‪ ,‬וועט איר פרעגן‪ ,‬נעם אפשר א בעזעם‬ ‫און שאקל דערמיט? אבער‪ ,‬ניין‪ ,‬איך האב קיין‬ ‫בעזעם נישט געשאקלט‪ ,‬איך האב געשאקלט א‬ ‫לולב און געזאגט הלל פאר גאט! אבער‪ ,‬געוואלד‪,‬‬ ‫שרייט איר‪ ,‬מ'האט דאך נישט יוצא געווען?! פרעג‬ ‫איך אייך‪ :‬איז דאס אלץ‪ ,‬דערפאר בין איך דא‪ ,‬נאר‬ ‫אויף צו יוצא זיין?‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫דערציילונג‬

‫דעם זיידנ'ס‬ ‫ירושה‬ ‫יצחק וואלד‬

‫ראש השנה‪ ,‬תשל"ג‬ ‫ס'גייט דער יום הדין נאכאמאל‪ ,‬דער רבי‬ ‫איז היינט אריינגעקומען צום ערשטן מאל נאכן‬ ‫סטראוק און אפילו פארגעזאגט לדוד מזמור פארן‬ ‫עמוד‪ .‬עס איז געווען א גרויס התרגשות אין בית‬

‫מדרש‪ ,‬ר' אפרים האט זיך צעוויינט הערנדיג דעם‬ ‫רבינ'ס קול נאך אזא לאנגען צייט‪-‬אפשניט‪ .‬א‬ ‫סאטמארער בעל הבית איז ר' אפרים‪ ,‬ער ארבעט‬ ‫שווער על המחיה ועל הכלכלה‪ .‬אין קריג האט ער‬ ‫אלעס פארלוירן‪ ,‬טאטע‪ ,‬מאמע און געשוויסטער‪,‬‬ ‫ווי כמעט יעדן אין בית מדרש‪ .‬דער רבי איז אלעס‬ ‫פאר אים‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪171 /‬‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Veker 10 by Veker - Issuu