Page 1

‫בונים היכל לד'‬

‫בית המדרש הגדול‬

‫דחסידי באבוב‬ ‫מאנסי יע”א‬

‫שע“י‬


‫בס”ד‬

‫אל כבוד ידידנו היקר והנכבד‬ ‫מחשובי אנשי שלומינו הי”ו‬ ‫מיט דאנק און לויב צו השי”ת זענען מיר צופרידן אייך צו אינטערעסירן‬ ‫מיט אוזנער ניי אויפגייענדער פראיעקט‪,‬‬

‫דאס בויען פון דעם צענטראלן און גרויסן‬

‫בית המדרש לאנ”ש אין מאנסי‪,‬‬ ‫צו וועלכן מיר האבן שוין צוגעטראטן בשעה טובה ומוצלחת‪.‬‬ ‫ווי איר ווייסט האט באבוב אין מאנסי‪ ,‬אין די לעצטע עטליכע יארן‪ ,‬געהאט א גאר‬ ‫גרויסע הצלחה און א באדייטענדן אויפשטייג בכמות ובאיכות בסיעתא דשמיא‬ ‫נפלאה‪ .‬אויסער דאס בית המדרש מיט טעגליכע מנינים און שיעורי תורה ערב ובוקר‬ ‫פאר איבער הונדערט יונגעלייט כי”ר‪ ,‬זענען אויך דא א ריי מוסדות‪ ,‬ווי א תלמוד‬ ‫תורה‪ ,‬א ישיבה קטנה‪ ,‬א כולל און נאך‪ .‬יעדער מוסד פאר זיך איז ראוי לברכה‪ ,‬און‬ ‫האט א זעלטענעם שם טוב אין די שטאט‪ .‬דאס בית המדרש ווי די מוסדות הק’ האבן‬ ‫געוואלדיג געהויבן דעם כבוד פון באבוב‪ ,‬און עס איז היינט אין מאנסי א שטאלץ צו‬ ‫זיין א מיטגליד פון אונזער קהלה קדושה‪.‬‬ ‫ווען רבינו הקוה”ט זצוק”ל האט מייסד געווען די באבוב’ער קהלה אין מאנסי‪ ,‬האט‬ ‫ער ברוח קדשו פאראויסגעזען פאר איר א גרויסן און גלענצענדן צוקונפט‪ ,‬און‬ ‫נישט איינמאל זיך אויסגעדרוקט מיט לשונות וואס מען האט זיי בשעתו נישט אזוי‬ ‫פארשטאנען‪ .‬פון טאג צו טאג‪ ,‬און פון יאר צו יאר‪ ,‬ווערן זייינע הייליגע דיבורים מער‬ ‫און מער מקוים‪,‬‬ ‫>‬


‫<‬

‫און באבוב אין מאנסי איז היינט פון די שענסטע היימישע ווינקלען‪,‬‬ ‫מחוץ לחצר הקודש‪ ,‬א מקום תורה וחסידות במדרגה נשגבה‪,‬‬ ‫און אן ארט צו וואו עיניו ולבו פון כ”ק מרן אדמו”ר שליט”א‬ ‫זענען געוואנדן יומם ולילה‪ ,‬מיט א באזונדערן קשר אהבה‪.‬‬ ‫די נייע אונטערנעמונג זאגט פאר צו זיין בעזהי”ת א מאסיווע‪ .‬עס וועט אויפגעשטעלט‬ ‫ווערן א ריזיגער בנין פון דריי שטאק‪ ,‬וועלכע וועלן ענטהאלטן א גרויסער בית המדרש‪ ,‬א‬ ‫עזרת נשים‪ ,‬חדרי תפלה‪ ,‬היכל הכולל‪ ,‬מקוה מפוארה‪ ,‬אוצר הספרים א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬

‫מיר אפעלירן דעריבער צו אייך‪ ,‬ידידנו היקר והנאמן‪,‬‬ ‫אזוי ווי איר האט א ווארימער געפיל לכל קדשי באבוב‪ ,‬ביטע נעמט א טייל אין דעם‬ ‫גרויסן פראיעקט‪ ,‬און קויפט אייך איין א זכות אין דעם בנין‪ ,‬וואס וועט בלייבן א זכות‬ ‫עולם‪ ,‬פון וואס אדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא‪ .‬ווערט‬ ‫א שותף אין “בנין באבוב” אין מאנסי‪ ,‬דער לעצטער “בנין שבנה שלמה”‪ ,‬און האט א‬ ‫חלק אין די עבודת הקודש וואס עס האט אנגעפאנגען רבינו הגה”ק זצוק”ל בערוב‬ ‫ימיו‪ ,‬וואס וועט זיכער זיין לנחת רוחו הקדושה בגנזי מרומים‪.‬‬ ‫ויהי רצון אז דער זכות התורה והתפלה היראה והחסידות בקדושה ובטהרה‪ ,‬וואס וועט‬ ‫ארויסשיינען פון דעם בנין‪ ,‬וזכות רבותינו הקדושים מוסדי דור ודור זצוק”ל‪ ,‬זאל מגין‬ ‫זיין אויף אייך ועל כל הנלוים אליכם‪ ,‬איר זאלט זיין געבענשט בכל ברכות האמורות‬ ‫בתורה‪ ,‬מתוך נחת ורחבה‪ ,‬בבריות גופא ונהורא מעליא לאריכות ימים ושנים‪.‬‬ ‫ברכנוכם מבית ה’‬

‫גבאי ביהמ”ד‬


‫‘‪ ...‬וזהו שיסדו רבותינו תלמידי‬ ‫הבעש”ט זי”ע “שטיבלעך” להחסידים‬ ‫להתפלל וללמוד ולאכול ולשתות‬ ‫ביחד‪ ,‬מפני שמביא לאהבה ואחדות‬ ‫ודיבוק חברים‪ ...‬ובעת שמחנכים‬ ‫שטיבעל‪ ,‬צריכים לעורר ולזכור היטב‬ ‫את תכליתו‪ ,‬ולהעלות במחשבה את‬ ‫צורת השטיבלעך שהיו בימי קדם‬ ‫אצל צדיקים וחסידים ואנשי מעשה‪,‬‬ ‫שמקדש מעט הלז הי’ מקום מוכשר‬ ‫לתורה ועבודה בדיבוק חברים ולגמול‬ ‫חסד עם רעהו ברוחניות ובגשמיות‪,‬‬ ‫וזהו יסוד החסידות ‪’...‬‬ ‫(ספה”ק ליקוטי כרם שלמה‪ ,‬ח”ב עמ’ ש”ה)‬

‫מדברי‬

‫כ”ק מרן אדמו”ר זצוק”ל זי”ע‬


‫‘‪...‬וזה הי’ עיקר תכלית של “השטיבלעך”‬ ‫שיסדו אבותינו ורבותינו הקדושים בכל‬ ‫הדורות‪ ,‬שיתחברו איש עם רעהו בשלום‬ ‫ובשלוה ויחדיו יהיו תמים בקירוב הלבבות‪,‬‬ ‫וישתדל כל אחד בהתאמצות מרובה‬ ‫להשפיע על אחרים כל טוב‪ ,‬והקפידו‬ ‫על זה מאוד שתהי’ כל העבודה בצוותא‬ ‫חדא בין כותלי השטיבעל‪ ,‬ושמה יתאספו‬ ‫העדרים בכל עת‪ ,‬ובו יהגו יומם ולילה‬ ‫בתורה ועבודה בדיבוק חברים‪ ,‬ויתאחדו‬ ‫באגודה בלבב שלם ואיש את רעהו יעזורו‬ ‫ולאחיו יאמר חזק‪ .‬והיו אומרים שלכן‬ ‫נקרא “שטיבעל”‪ ,‬כי חדר הבית שהאדם‬ ‫דר בו נקרא “שטוב”‪ ,‬אמנם עיקר הבית‬ ‫דירה לאברך חסיד וירא שמים הוא בבית‬ ‫המדרש‪ ,‬לכן מכנים אותו בלשון חיבה‪,‬‬ ‫“שטיבעל”‪ ,‬כי שם עיקר ביתו ומקומו‪ ,‬ושם‬ ‫נעשים דבוקים בהשי”ת ‪’...‬‬ ‫(קובץ אמרי קודש לפסח תשס”ה‪ ,‬קונ’ ב’ עמ’ י”ח)‬

‫מדברי‬

‫כ”ק מרן אדמו”ר שליט”א‬


‫ויסדו הבונים את היכל ד’‬

‫(עזרא ג‪ ,‬י)‬

‫היכל בית המדרש הגדול‬ ‫היכל בית המדרש השני‬ ‫והיכל הכולל‬ ‫אוצר הספרים‬ ‫שער בית המדרש‬ ‫אולם כניסה מפואר‬ ‫כניסה לאנשים‬ ‫כניסה לנשים‬ ‫כניסה ראשית‬


‫ויתנו כסף ‪ ...‬לנצח על מלאכת בית ד’‬

‫(עזרא ג‪ ,‬ז‪-‬ח)‬

‫מקוה מפוארה‬ ‫אהלי תורה ותפלה‬ ‫בית התבשיל‬ ‫קאווע שטוב‬ ‫פרוזדור‬


‫אנחנו יחד נבנה לד’ אלקי ישראל‬

‫(עזרא ד‪ ,‬ג)‬

‫עזרת נשים‬ ‫אפיס הקהלה‬ ‫חדר רבינו שליט”א‬ ‫פרוזדור‬


‫גדול יהי’ כבוד‬ ‫הבית הזה‬ ‫(חגי ב‪ ,‬ט)‬

‫שם‬ ‫הבנין‬ ‫‪$2,000,000‬‬ ‫דער נאמען פון דעם‬ ‫בנין הגדול והמפואר‬ ‫בית שמגדלין בו תורה ותפלה‬ ‫וואס על שמו פון דעם חשוב’ן נדבן‬ ‫וועט דער בנין‬ ‫גערופען ווערן לעולמי עד‪.‬‬


‫ובהיכלו כולו‬ ‫אומר כבוד‬ ‫(תהלים כט‪ ,‬ט)‬

‫היכל בית‬ ‫המדרש‬ ‫‪$1,000,000‬‬ ‫דער נאמען פון דער‬ ‫היכל ביהמ”ד‪,‬‬ ‫וואס אנשי שלומנו‪,‬‬ ‫חסידים ואנשי מעשה‬ ‫וועלן קובע זיין אלס‬ ‫זייער מקום תורה ותפלה‬


‫מקוה ישראל‬ ‫מושיעו‬ ‫(ירמי’ יד‪ ,‬ח)‬

‫מקוה‬ ‫מפוארה‬ ‫‪$720,000‬‬ ‫א שיינע פראכטפולע מקוה‬ ‫איינגעריכטעט מיט אלע‬ ‫באקוועמליכקייטן און צוגעהערן‬ ‫צו באדינען דעם‬ ‫ברייטן ציבור מדי יום ביומו‬


‫תנו את ארון הקודש בבית אשר בנה שלמה‬

‫ארון‬ ‫הקודש‬

‫(ד”ה ב’ לה‪ ,‬ג)‬

‫‪$720,000‬‬ ‫דער נאמען פון דער חשובע נדבן פון דער ארון הקודש‬ ‫אין דעם היכל הבית המדרש הגדול וועט פאראייביגט‬ ‫ווערן אין דעם מקום קדוש לעולמי עד ולזכרון עולם‬


‫לחזות בנועם ד’ ולבקר בהיכלו‬

‫היכל‬ ‫בית המדרש‬ ‫השני‬

‫(תהלים כז‪ ,‬ד)‬

‫‪$500,000‬‬ ‫דער נאמען פון דער קלענערע ביהמ”ד‪ ,‬וואס וועט דינען ווי נאך‬ ‫א מקום תורה ותפלה‪ .‬ווי אויך וועט עס דינען אלס דער היכל הכולל‬ ‫און וועט אי”ה זיין א מקום תורה מן הבוקר עד הערב‬


‫פתח שער בית ד’ החדש‬

‫שער‬ ‫הבנין‬

‫(ירמי’ לו‪ ,‬י)‬

‫‪$500,000‬‬ ‫דער נאמען פון דער מייעסטעטישען טויער‬ ‫און הויפט אריינגאנג צום בנין‪.‬‬


‫מה טובו אוהליך‬

‫אהלי‬ ‫תפלה‬ ‫תורה‬ ‫‪-2-‬‬

‫(במדבר כד‪ ,‬ה)‬

‫‪$500,000‬‬ ‫דער נאמען פון די צוויי שטיבל’עך‬ ‫וואס וועלן זיין צוגעשטעלט צום דאווענען‬ ‫און צום לערנען בכל עת מצוא‬


‫אוהב ד’ שערי ציון‬

‫שער כניסה‬ ‫לאנשים‬

‫(תהלים פז‪ ,‬ב)‬

‫‪$360,000‬‬ ‫דער נאמען פון דעם שער ביי דער זייטיגע אריינגאנג‬ ‫וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך דורך די מתפללים‬ ‫און לומדי ביהמ”ד‬


‫הביאו את כל המעשר בית האוצר‬

‫אוצר‬ ‫הספרים‬

‫(מלאכי ג‪ ,‬י)‬

‫‪$360,000‬‬ ‫דער אוצר הספרים וועט אי”ה זיין א גרויסע און רייכע אוצר הספרים מיט פילע‬ ‫טויזנטער ספרים צוגעשטעלט אין א באקוועמע שטוב מיט טישן און בענקלעך‬ ‫און אין א אנגענעמע אטמאספערע לכבודם פון די לומדי ביהמ”ד‪.‬‬


‫חכמות נשים בנתה ביתה‬

‫עזרת‬ ‫נשים‬

‫(משלי יד‪ ,‬א)‬

‫‪$360,000‬‬ ‫א שיינע הערליכע עזרת נשים אויף א גאלעריע אויף די צווייטע שטאק‬ ‫פון דער ביהמ”ד צוגעשטעלט פאר די נשים צדקניות‬ ‫וואס קומען דאווענען בשבתות ומועדי השנה‬


‫אוהב ד’ שערי ציון‬

‫(תהלים פז‪ ,‬ב)‬

‫שער כניסה לנשים‬ ‫דער נאמען פון דעם שער‬ ‫פון די עזרת נשים ביי דער זייטיגע אריינגאנג‬ ‫וואס וועט גענוצט ווערן דורך די נשים צדקניות‬ ‫יעדן שבת און יום טוב‬

‫‪$180,000‬‬

‫וחלונות סביב סביב‬

‫(יחזקאל מ‪ ,‬טז)‬

‫כל חלוני הבנין‬ ‫די פענסטערס פון דער בנין ברענגען אריין‬ ‫גשמיות’דיגע ליכטיגקייט פון דרויסן איז אויך‬ ‫דער עפענונג דורך וועלכע עס שיינט ארויס דער‬ ‫רוחניות’דיגע אור פון אונזער הייליגער בית המדרש‬

‫‪$180,000‬‬


‫אש תמיד תוקד‪...‬‬ ‫(ויקרא ו‪ ,‬ו)‬

‫במקום אשר יבחר תקרא את התורה‬ ‫(דברים לא‪ ,‬יא)‬

‫נר תמיד‬ ‫דער נר תמיד וואס וועט שטענדיג‬ ‫לייכטן און ברענען אין ביהמ”ד‪,‬‬ ‫וועט שטענדיג זיין א זכות‬ ‫פאר דער חשובע נדבן לֵ אור באור החיים‬

‫בימה‬ ‫‪$180,000‬‬

‫דער נאמען פון דער חשובע נדבן פון די בימה‬ ‫אין דעם היכל הבית המדרש הגדול וועט‬ ‫פאראייביגט ווערן אין דעם מקום קדוש‬ ‫לזכרון עולם בהיכל ד’‬

‫‪$180,000‬‬


‫לשאת את ארון ברית ד’‬ ‫(דברים י‪ ,‬ח)‬

‫ארונות הספרים‬ ‫די ספרים שענק אין ביהמ”ד‬ ‫פאר די טויזנטער ספרי קודש‬ ‫וועלן אי”ה זיין שיינע הערליכע שענק‬ ‫כראוי לכבוד התורה ולומדי’‬

‫‪$180,000‬‬

‫וכסף לשלחנות‬ ‫(ד”ה א’ כח‪ ,‬טז)‬

‫שלחנות וספסלים‬ ‫די טישן און בענק אין ביהמ”ד‬ ‫וועלן אי”ה באשיינען דאס ביהמ”ד‬ ‫כראוי למקום קדוש‬

‫‪$180,000‬‬


‫זאת קומתך‬

‫קומת‬ ‫בית המדרש‬

‫(שה”ש ז‪ ,‬ח)‬

‫‪$180,000‬‬ ‫דער נאמען פון דעם פאהר‪-‬צימער‪,‬‬ ‫און די גאנצע שטאק פון דער ביהמ”ד‬ ‫וואס וועט דינען ווי דער ‘פרוזדור’ צום ‘טרקלין’‬


‫שתו ממתקים‬

‫חדר‬ ‫הקאווע‬

‫(נחמי’ ח‪ ,‬י)‬

‫‪$100,000‬‬ ‫א שיינע און באקוועמע קאווע שטוב צו באדינען די חשובע ציבור זיך דערקוויקן‬ ‫מיט א גלעזל קאווע דער חשובע נדבן וועט האבן א חלק אין אלע ברכות‬ ‫ראשונות ואחרונות וואס וועלן געזאגט ווערן אין דעם שטוב בכוונה הראוי’‬


‫וזה שער השמים‬ ‫(בראשית כח‪ ,‬יז)‬

‫שער בית המדרש‬ ‫דער נאמען פון דעם שער‬ ‫צום היכל ביהמ”ד‪ ,‬וואס וועט גענוצט ווערן‬ ‫ערב ובוקר וצהרים דורך די מתפללים‬ ‫און לומדי ביהמ”ד‬

‫‪$100,000‬‬

‫בעמוד‪ ...‬ידבר אליהם‬ ‫(תהלים צט‪ ,‬ז)‬

‫עמוד השליח ציבור‬ ‫דער נאמען פון דער חשובע נדבן‬ ‫פון דער עמוד הש”ץ אין דעם היכל הבית‬ ‫המדרש הגדול וועט פאראייביגט ווערן אין‬ ‫דעם מקום קדוש לזכרון לפני ד’ תמיד‬

‫‪$72,000‬‬


‫הביאני המלך חדריו‬ ‫(שה”ש א‪ ,‬ד)‬

‫חדר מיוחד עבור‬

‫כ”ק מרן אדומו”ר שליט”א‬ ‫דער חדר וועט זיין אין באנוץ‬ ‫ביי די באזוכן‬ ‫פון רבינו שליט”א‬ ‫אין מאנסי‬

‫‪$72,000‬‬

‫בדעת חדרים ימלאו‬ ‫(משלי כד‪ ,‬ד)‬

‫אפיס הקהלה‬ ‫דער אפיס פון די קהלה‪ ,‬פון וואו‬ ‫עס ווערן געפירט אלע עניני הקהלה‬ ‫מיט אירע פולע לייסטונגען לטובת אנ”ש‬ ‫בסיעתא דשמיא‬

‫‪$36,000‬‬


‫ויתנו לעבודת בית האלקים ‪ ...‬חמשת אלפים‪...‬‬

‫כותלי בית המדרש יוכיחו‬ ‫קויפט אייך איין א זכות אין דעם בנין‬ ‫וואס וועט נחקק ווערן על כותלי הבית הגדול והקדוש‬

‫לזכרון עולם בהיכל ד’‬


‫‪.‬עשרת אלפים‪ ...‬ריבוא ושמונת אלפים‪...‬‬

‫בוני הבנין‬

‫(ד”ה א’ כט‪ ,‬ז)‬

‫אדני הבנין אבני הבנין‬

‫‪$5,000 $10,000 $18,000‬‬


‫אלו דברים שאדם אוכל פרותיהן בעולם הזה‪...‬‬

‫והקרן קימת לו לעולם הבא‬

‫(פאה א‪ ,‬א)‬


‫(ישעי’ כח‪ ,‬טז)‬

‫הנה נדבה רוחו של האי גברא יקירא‬ ‫רב פעלים לתורה ולתעודה‬ ‫ה”ה ידידנו היקר והנכבד‬

‫מוה”ר _________________ שיחי’‬ ‫להיות מבוני וממקימי היכל ד’ בית המדרש הגדול והמפואר דחסידי באבוב בעיר מאנסי יע”א‬ ‫על כן קיבל על עצמו הנדיב הנ”ל‬ ‫לקנות זכות _____________________________ בסך של ___________________‬ ‫ובזה יחוקק שמו בהיכל ד’ לעולמי עד‬

‫יהי הקנין הזה לו למזל ולברכה‪,‬‬ ‫ויחשב לו כאילו בנה אחת מחרבות ירושלים‪,‬‬ ‫ויעלה לרצון לפני אדון כל‪.‬‬ ‫זכות התורה והתפלה‪ ,‬וזכות רבותינו הקדושים זצוק”ל‬ ‫יגן עליו שימלא ה’ כל משאלותיו ברחמים‪,‬‬ ‫עוד ינוב בשיבה דשן ורענן‪ ,‬ויזכה לעשות מצוות ומעשים טובים‬ ‫מתוך נחת והרחבת הדעת עד ביאת ינון בב”א‪.‬‬ ‫ובזה באנו על החתום ביום ____ לחודש_______ שנת _________ לפ”ק‬ ‫_________________________‬ ‫נדיב‬ ‫____________________‬ ‫גבאי בית המדרש‬

‫____________________‬ ‫גבאי בית המדרש‬


KEREN HABINYAN Beis Hamedrash Dâ&#x20AC;&#x2122;Chasidei Bobov 18-20 Jill Lane, Monsey NY 10952 Tel. 845.202.3111 Email. kehilasbobov@gmail.com

Bobov Monsey Shul  
Advertisement