Yiddish Tribune 34: From California to The Land of Israel

Page 1

‫די גרעסטע‬ ‫קאנטעינער שיף אין‬ ‫דער וועלט‬

‫עממע מיערסק‬ ‫נייע פארזעצונג‬

‫די געוואגטע‬ ‫אקציע‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪1‬‬


‫‪esterdesign.com‬‬

‫בס‘‘ד‬

‫מבצע שבוע הספר‬ ‫"אוצר החכמה"‬

‫איר האט יעצט‬

‫איז היינט אויפגעכאפט ביי טויזנטער בני תורה ושוחרי ספר‪,‬‬ ‫און געפינט זיך אין אומצאליגע בתי מדרשות‪ ,‬ישיבות און‬ ‫כוללים‪ ,‬זייענדיג א גאר ווערדפולער אוצר וואס טוט אסאך‬ ‫צוהעלפן צו לימוד התורה‪.‬‬

‫די גאלדענע געלעגנהייט צו קענען איינהאנדלן דעם "אוצר‬ ‫החכמה פראגראם" מיט אן אויסוואל פון פארשידענע‬ ‫צענדליגער וויכטיגע ספרים‪ ,‬לויט אייער באגער‪ ,‬אלעס פאר‬ ‫א גאר ביליגע פרייז‪ ,‬מיט גרינגע פעימענט אפציעס‪.‬‬

‫גענוי ווי די דרוק ערפינדונג‬

‫זענט איר נאך אלץ מסופק?‬

‫פאר ‪ 500‬יאר צוריק האט פאראורזאכט א מעכטיגע‬ ‫רעוואלוציע אין דער עולם התורה‪ ,‬טוט בדורינו "אוצר‬ ‫החכמה" ווידעראמאל פארווירקליכן א מהפכה אין אלע‬ ‫געביטן פון לימוד התורה‪ .‬דורך א קלאפ אינעם קאמפיוטער‬ ‫קענט איר טרעפן פילצאליגע מקורות אין די ראשונים און‬ ‫אחרונים‪ ,‬מיט א געוואלדיגער ברייטער היקף‪ ,‬פילפאכיג מער‬ ‫ווי קלעטערן נאך א ספר און דאס בלעטערן ביז'ן טרעפן וואס‬ ‫פארשפארט "אוצר החכמה" פיל טייערע‬ ‫ָ‬ ‫מ'זוכט‪ .‬איבערהויפט‬ ‫צייט פון דעם לומד יקר וואס ווערט פארוואסערט ביים זוכן‬ ‫אין די עצם ספרים‪.‬‬

‫אדרבה קלערט נאכאמאל איבער די גאלדענע געלעגנהייט‬ ‫וואס ליגט פאר אייך! די יארן לויפן‪ ,‬בלייבט נישט אינדרויסן‪,‬‬ ‫כאפט אייך מיט מיט די פילצאליגע אידן וועלכע פארמאגן‬ ‫שוין אין זייער באזיץ א ריזיגער אוצר פון אזויפיל ווי "זיבעציג‬ ‫טויזנט! ספרים"‪ ,‬צו וואס זיי קענען צוקומען אונטער א רגע!‬ ‫אלעס פאטאגראפירט מיט'ן אריגינעלן דפוס ראשון‪ ,‬הערליך‬ ‫און קלארבאר‬ ‫אויפגעזעצט!‬

‫פארפאסט נישט די געלעגנהייט!‬

‫שבוע הספר‬

‫יד' ‪ -‬ל' סיון תשע"ה | ‪1-17/6/2015‬‬ ‫‪U.S.A: D. Rabinowitz 917-538-0812‬‬ ‫‪Canada: A. Sela 438-878-7674‬‬

‫’אוצר החכמה‘ ‪ -‬איז א "קאמפיוטערייזד לייברערי" וואס אנטהאלט ‪ 70,000‬ספרי‬ ‫קודש מיט'ן ארגינעלן צורת הדף‪ .‬די לייברערי אנטהאלט אלע ספרי היסוד און‬ ‫רוב ספרים וואס לומדים באנוצן זיך דערמיט‪ ,‬טויזנטער נייע ספרים פון היינטיגע‬ ‫זעלטענע ספרים‪ ,‬קונטריסים‪ ,‬תורה'דיגע‬ ‫אלטע און‬ ‫תשע"ה‬ ‫מחברים‪ 2‬אינאיינעם מיט שלח‬ ‫קובצים‪ ,‬ערשטע דרוקן‪ ,‬און נאך‪ .‬דער אוצר החכמה האט גאר א פארגעשריטענע‬ ‫"סוירטש" פראגראם‪ ,‬צו זוכן וואס איר ווילט‪ ,‬וואס איז די בעסטע פון איר סארט‪.‬‬


ifrtoom g e fre ry bed

OUR NEW LO

1105 McdonaCAlTIdON Av ACROSS SHO PRITE AND e. AMA

e eve with purchasnen set r i of l arber o e c i cho M ben b nte '48 FRO eleg'3a 9 '44 for

ZING SAVING S

Dart Design | 845.782.6558

» LOCATION » SHOWROOM » FURNITURE » SERVICE DEPT. »» ‫»חתן כלה‬PACKAGES 2 1/2 BLOCKS FROM THE WMSBG. / BP BUS STOP

B11

1105 Mcdonald Ave. Brooklyn, New York

3

the name that signifies the very best

‫שלח תשע"ה‬

718.853.6900


‫ שלח תשע"ה‬/ 34 ‫נומער‬ YIDDISH TRIBUNE 5014 16th Avenue #422 Brooklyn NY 11204 646.355.6187 mail@ytribune.net www.yiddishtribune.com ~

ADVERTISING ads@ytribune.net

‫דזשורזי סיטי‬

18

COORDINATOR D. Steinfeld, 347.374.1432 DIRECTOR C. Unger, 347.792.9742 MONSEY Yitzchuk Schwartz, 845.579.5890 ~

30

24

6 7 8 12 14

:‫כשרות ווינקל‬ :‫ביזנעס ווינקל‬ :‫זכרונות פון די אמאליגע היים‬ ‫ הרב זלמן סופר‬:‫די אנטוויקלונג פונעם צורת הדף‬ ‫ נחמן סעלצער‬:‫אמת'ע געשיכטעס אין אונזער צייט‬

34 36 33 35 38

‫ וואלף‬:'‫מה רבו מעשיך ה‬

‫הגה"צ הרב המכשיר שליט"א‬

‫בילדער פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א‬ ‫געשמאקע רעסעפיס‬ ‫קאמיקס‬ ‫ אסתר מארקאוויטש‬:‫פארזעצונג‬

‫מזל טוב‬ ‫ברכותינו שגורות בזה מול ידידינו היקר הרה”ח‬ :‫וואונטשט די‬

‫ר’ שמואל ארי’ מיללער הי”ו‬

‫בעל הפירמע המפורסם מיללער שטריימלעך‬ ‫לרגל נישואי בתו למזל טוב ובשעטומ”צ‬

Cover Design YP GRAPHICS

ypgraphicsdesign@gmail.com

‫תורה‬ ‫רובריקן‬ ‫וועלטליכע‬ ‫רובריקן‬ © All Rights Reserved Yiddish Tribune is published by Tribune Inc. All rights reserved. Yiddish Tribune assumes no responsibility for the content of articles or advertisements in the publication. Reproduction in whole or part in any form without prior written permission from the publisher is prohibited. ‫שלח תשע"ה‬

4


‫‪Pr‬‬ ‫‪e‬‬‫‪S‬‬ ‫‪fo umm‬‬ ‫‪rC e‬‬ ‫‪or‬‬ ‫‪dir‬‬ ‫‪am r S‬‬ ‫‪ec Avai‬‬ ‫‪tf‬‬ ‫‪ro lable‬‬ ‫‪ps toc‬‬ ‫‪m‬‬ ‫‪th at‬‬ ‫‪& k‬‬ ‫‪e d yo‬‬ ‫‪ istribuurtolocal SColo-up Sp‬די נייע דרשו חומש צווייטע אויפלאגע שטעלט פאר‬ ‫‪e‬‬ ‫‪r.‬‬ ‫‪Off fori nie ec‬‬ ‫א גענצליך נייע סטאנדארט אין בית המדרש חומשים!‬ ‫‪er m s‬‬ ‫‪ial‬‬ ‫!‪ex to s‬‬ ‫‪pi re‬‬ ‫‪/1‬‬

‫‪16‬‬

‫‪5‬‬

‫‪7/‬‬

‫שיין‪ ,‬קלאר‪ ,‬א עונג‬ ‫רוחני צו נוצן!‬

‫‪re‬‬ ‫‪s‬‬

‫תרגום אונקלס‪ :‬באארבעט‬ ‫לויט די קראנטסע נוסחאות‪,‬‬ ‫ערשיינט פאראלעל מיט‬ ‫די פסוקים גאר פראקטיש‬ ‫ביים מעביר סדרה זיין‬ ‫(מיט זעלטענע ווערטער‬ ‫איבערגעטייטשט צו גרינגע‬ ‫לשון קודש)‬

‫ד‬ ‫עלו‬ ‫ק‬ ‫ס‬ ‫סייז‬ ‫סט‬ ‫אנד‬ ‫א‬ ‫רט‬ ‫סייז‬

‫נקודות וטעמי המקרא‪:‬‬ ‫אקוראט באארבעט דורך‬ ‫מומחים ספעציעל קלאר‬ ‫און שיין‬

‫די מעלות וואס מאכט די חומש‬ ‫אזא העכערע סטאנדארט‪:‬‬ ‫חומש רש״י‪ :‬באותיות מאירות עיניים‬ ‫וואס איז מרחיב דעת הלומדים‬ ‫עיקר שפתי חכמים‪ :‬גענצליך פריש‬ ‫באארבעט און געעפנט אלע ראשי‬ ‫תיבות‪ ,‬פנים חדשות באו לכאן‬ ‫רמב״ן‪:‬‬ ‫איינציגע שול – חומש אין‬ ‫וועלכע ס'איז אריינגעדרוקט‬ ‫רמב״ן וואס מאכט עס‬ ‫געאייגנט אויך צו לערנען‬

‫תולדות אהרן‪:‬‬ ‫אלע מובאות פון די גמרא‬ ‫פריש מוגה דורך תלמידי‬ ‫חכמים און ערשיינט סוף‬ ‫פון יעדע קאפיטל‬

‫בעל הטורים‬

‫הפטורת וחמש מגילות‪:‬‬ ‫א ארבעט איז אויך‬ ‫אריינגעלייגט געווארן אין די‬ ‫הפטורת און די חמש מגילות‬

‫— פנים חדשות‬ ‫באו לכאן!‬ ‫!‪Now Available in 2 Convenient Sizes‬‬ ‫)”¾‪STANDARD-SIZE (6¾” x 9‬‬

‫)”¼‪DELUXE-SIZE (8¼” x 10‬‬

‫‪List Price‬‬ ‫‪$‬‬ ‫‪13.95‬‬

‫‪List Price‬‬ ‫‪$‬‬ ‫‪16.95‬‬

‫‪10.45‬‬

‫‪only $‬‬

‫‪12.‬‬

‫‪70‬‬

‫‪only $‬‬

‫‪SPECIAL‬‬ ‫!‪PRICING‬‬

‫‪Bottom Line Marketing Group: 718.377.4567‬‬

‫כמה מעלות טובות – די ספעציעליטעט פון די דרשו שול חומש‪:‬‬ ‫• רייך‪ :‬מיט די מערסט געלערנטע מפרשי המקרא‬ ‫ווי רמב״ן און עיקר שפתי חכמים‬ ‫• שיין‪ :‬א כלילת יופי און אויג פארכאפנדע אויסשטעל‬ ‫• קלאר‪ :‬די קלארסטע און שארפסט פאנט די בעסטע פאר'ן אויג‬ ‫• פראקטיש‪ :‬גאר דויערהאפטיג שטארקע פאפיר און גוט געבינדן‬ ‫• באטעמט‪ :‬א פראקטישע מאס צו האלטן אין די האנט‬ ‫• ביליג‪ :‬א גוטע פרייז‪ ,‬געאייגענט צו קענען מנדב זיין אין שולן‬ ‫• מסודר‪ :‬די חומש קומט אויף איין זייט און אלע מפרשים אויף די אנדערע‪.‬‬

‫‪888-536-7427‬‬

‫‪Distributed by‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪5‬‬


‫כשרות ווינקל‬ ‫הגה"צ הרב המכשיר שליט"א‬

‫ווען א דעליווערי גוי ברענגט א כשר'ע נאכטמאל (‪)2‬‬ ‫פאריגע וואך האבן מיר אנגעהויבן בארירן די טעמע‪ ,‬וואס‬ ‫געשעט ווען א גוי ברענגט א נאכטמאל פאר א איד‪ ,‬און די‬ ‫נאכטמאל האט נישט אויף זיך קיין שום כשר'ע סטעמפל אדער‬ ‫סימן אז עס איז כשר‪ ,‬צי מען מעג עסן דאס פלייש?‬ ‫מיר האבן באטאנט אז די פראגע איז נוגע אסאך ווייטער‬ ‫און ברייטער‪ .‬עס בארירט אויך די רעסטוראנטן‪ ,‬פלייש געשעפטן‪,‬‬ ‫וואס האבן גוים וואס זענען איינגעשטעלט דארט‪ .‬וואס וואלט‬ ‫איר געטאן ווען איר קומט אריין אין א כשר'ע רעסטוראנט און‬ ‫געטראפן נאר גוי'אישע איינגעשטעלטע און קיין איין איד איז‬ ‫נישט אנוועזענד‪ ,‬און דער גוי שטייט גרייט אייך צו סערווירן? צי‬ ‫מעג מען עסן דאס פלייש‪ ,‬צי נישט?‬ ‫כדי צו קענען ערקלערן אלע דעטאלן וואס איז נוגע גאר‬ ‫שטארק‪ ,‬דארף מען קודם אביסל ארומרעדן איבערן ענין פון 'בשר‬ ‫שנתעלם מן העין'‪ .‬רוב מענטשן קענען דעם הלכה'דיגער באגריף‬ ‫פון 'בשר שנתעלם מן העין'‪ ,‬און זאגן עס אפילו איבער‪ ,‬אבער‬ ‫דער אמת איז אז ווען מען באקענט זיך אביסל נענטער מיט דעם‬ ‫באגריף‪ ,‬ווערט באלד א גרויסער חילוק אין די הלכה‪ ,‬וואס האט‬ ‫סיי אן אויסווירקונג לחומרא און סיי לקולא‪.‬‬ ‫דער ערשטער זאך וואס מען דארף מדייק זיין איז דער ווארט‬ ‫'נתעלם מן העין' און אין אידיש גערעדט‪ :‬פארהוילן פון אויג‪ .‬ווען‬ ‫מען נעמט די ווערטער אריין אין א היינטיגן פראפאראציע‪ ,‬הערט‬ ‫זיך דער באגריף אביסל פרעמד‪ .‬היינטיגע צייטן בינדט יעדער צו‬ ‫דער איסור פון נתעלם מן העין צו גוים‪ ,‬דהיינו אז דער איסור איז‬ ‫געזאגט געווארן פאר א איד‪ ,‬ווייל מען האט מורא פון א גוי‪ ,‬אז‬ ‫ער האט פארטוישט דאס כשר פלייש מיט טריפה פלייש‪ ,‬אדער אז‬ ‫די גוי'אישע דינסט האט אריינגעמישט מילך אין דעם טשאלאנט‬ ‫טאפ און אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫אבער ווען מען קוקט אריין אין חז"ל זעט מען אז עס איז דא‬ ‫א שטארקע חילוק צווישן א גוי און דער דין פון בשר שנעלם מן‬ ‫העין‪ .‬חז"ל האבן אפגעטיילט די צוויי הלכות‪ ,‬און אוועקגעשטעלט‬ ‫באזונדערע הלכות פאר די חשש אז גוים האבן זיך ארומגעשפילט‬ ‫מיט'ן פלייש‪ ,‬און באזונדערע פאר די חשש פון בשר שנתעלם מן‬ ‫העין‪.‬‬ ‫וואספארא חשש האבן חז"ל חושש געווען ביי בשר שנתעלם‬ ‫מן העין? צו פארשטיין לאמיר דערציילן צוויי מעשיות וואס די‬ ‫גמרא ברענגט צו אז עס האט פאסירט ביי דעם הייליגן אמורא רב‪,‬‬ ‫און פון דעם האט רב גע'אסר'ט פארהוילענע פלייש ָאן דעם וואס‬ ‫עס זאל האבן שייכות מיט א גוי‪.‬‬ ‫די ערשטע מעשה דערציילט די גמרא האט פאסירט ביים‬ ‫טייך‪ ,‬ווען רב איז געשטאנען ביי א טייך און ער האט געזען ווי‬ ‫א מענטש קומט צוגיין מיט א קאפ פון א כשר'ע בהמה וואס איז‬ ‫‪6‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫נארוואס גע'שחט'ן געווארן‪ ,‬און ער נידערט עס אראפ אין וואסער‬ ‫און וואשט אויס דעם קאפ אין טייך עס צו קענען אפקאכן‪ .‬אזוי‬ ‫שטייענדיג ביים טייך און עס האלטנדיג אינמיטן וואשן‪ ,‬האט זיך‬ ‫די קאפ ארויס געגליטשט פון זיין האנט און עס איז אריינגעפאלן‬ ‫אין טייך‪ .‬איז דער מענטש געלאפן זוכן א קארב ארויסצונעמען‬ ‫די קאפ‪ .‬ער האט געטראפן א קארב און דעם קארב אריינגעלייגט‬ ‫אין וואסער און געוואלט ארויסציען די קאפ פון וואסער‪ ,‬אבער‬ ‫ווען ער האט עס ארויסגעצויגן איז ארויסגעקומען אנשטאט איין‬ ‫קאפ‪ ,‬צוויי קעפ‪ ,‬און דער מענטש האט עס געוואלט גיין עסן‪ .‬האט‬ ‫אים רב געזאגט אז ניין‪ ,‬עס איז אסור און מען מעג עס נישט עסן‪.‬‬ ‫נאך א מעשה וואס די גמרא דערציילט האט פאסירט ווען‬ ‫רב איז געקומען אויף א באזוך צו זיין איידעם‪ ,‬און ער האט‬ ‫ארייגעקלאפט אין טיר אריין און די משפחה איז ארויסגעקומען‬ ‫אים מקבל פנים זיין‪ .‬שטייענדיג ביים טיר האט דער הייליגער‬ ‫אמורא רב אריינגעזען ווי אין שטוב ליגט א בהמה‪ ,‬און ווען די‬ ‫משפחה איז ארויסגעקומען האט רב נישט אראפגענומען זיינע‬ ‫הייליגע אויגן פון די בהמה‪ ,‬נישט וועלענדיג אז די בהמה זאל‬ ‫ווערן פארהוילן פון זיינע אויגן‪ ,‬און ווערן נתעלם מן העין‪.‬‬ ‫אויב טראכט מען אריין זעט מען אז ביים לעצטן געשעעניש‬ ‫איז נישט דא קיין חשש פון א גוי זאל אריינקומען אין שטוב און‬ ‫פארטוישן דאס פלייש‪ ,‬און אויך האט עס פאסירט ביי איינעם‬ ‫אינדערהיים‪ ,‬און נישט אין גאס‪ ,‬און מיט דעם אלעם האט רב‬ ‫חושש געווען אויף בשר שנתעלם מן העין‪.‬‬ ‫זעען מיר פון דעם קלאר אז בשר שנתעלם מן העין איז נישט‬ ‫דירעקט געבינדן מיט גוים‪ ,‬אדער ווען מען טרעפט פלייש אין‬ ‫גאס‪ ,‬עס איז געבינדן מיט דער עצם באגריף פון פארהוילן ווערן‪,‬‬ ‫און דאס איז שייך אויך אינמיטן שטוב‪ .‬אויך לערנט מען ארויס פון‬ ‫די מעשה אז נישט בלויז איז דער גזירה דא ווען מען גייט אין גאס‪,‬‬ ‫נאר אויך ווען לאזט פלייש אין שטוב אומבאהיטן‪.‬‬ ‫לויט די צוויי יסודות וואס מיר האבן אצינד אראפגעלייגט‬ ‫קומט אויס גרויסע חומרות ווען מען רעדט פון עסן פלייש‪ .‬די‬ ‫פלייש וואס מען עסט דארף זיין געהיטענע פלייש‪ ,‬אדער פלייש‬ ‫וואס מען דערקענט‪ ,‬און ווי די גמרא דערציילט שפעטער האט רב‬ ‫געגעסן נאר ווען עס איז געווען אנגעצייכנט אדער אז ער האט‬ ‫דערקענט די פלייש‪.‬‬ ‫למעשה נעמט מען נישט אן להלכה די חומרא‪ ,‬ווייל אויב יא‬ ‫וואלט מען נישט געקענט האלטן די פלייש אין פריזער ווען מען‬ ‫זעט עס נישט‪ .‬להלכה איז נאר ווען עס איז דא באווייזן אז דאס‬ ‫פלייש איז געטשעפעט געווארן איז עס אסור‪ .‬אבער דאס האט‬ ‫נישט קיין שום שייכות מיט די פאל ווען א גוי דעליווערט פלייש‪.‬‬ ‫(פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה)‬


MEGA TZITZIS

SALE | COTTON | WOOL | POLYCOTTON

FREE GARTEL

WITH TZITZIS PURCHASE*

7

3919 13th Ave. 718.436.0707 ‫שלח תשע"ה‬

WILLIAMSBURG

BORO PARK

ENDS JUNE 29 500 Flushing Ave. 718.243.9001


‫‪1‬‬

‫זכרונות‬

‫א בחור'ל פארט פון איין שטאט צום אנדערן‬ ‫דערציילט דורך הישיש רבי יוסף מאיר מארקאוויטש פון וויליאמסבורג‪ ,‬פון די לעצט פארבליבענע וואס האבן נאך זוכה געווען‬ ‫צו זען העולם בבנינה‪ ,‬פארן צוזען דעם גרויזאמען חורבן‪ ,‬און זוכה געווען צו זען דאס ווידערבוי פון יהדות החרדית אין אמעריקע‬

‫פארווארט‬ ‫"פיר הונדערט יום כיפור'ס האב איך געפאסט"‪ ,‬דרוקט ער זיך אויס‬ ‫אין זיין שמועס מיטן 'טריביון'‪ .‬ארויסברענגענדיג די צאל טעג וואס‬ ‫ער האט געדארפט פאסטן‪ ,‬און רעדנדיג פון נאך זקנים וואס זענען‬ ‫איבערגעבליבן‪ ,‬מאכט ער גאנץ קלאר אז דאס מערהייט חברים זיינער‬ ‫זענען ליידער שוין נישט געווען בין החיים נאכן קריג‪.‬‬ ‫שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך‪ .‬טראץ זיין הויכן עלטער‪ ,‬היבש העכער‬ ‫די ניינציג‪ ,‬געדענקט נאך ר' יוסף מאיר שליט"א זאכן וואס האבן פאסירט‬ ‫אכציג יאר צוריק‪ ,‬ווי עס וואלט פאסירט נעכטן‪ ,‬ביזן קלענסטן דעטאל‪,‬‬ ‫זייענדיג א קוואל פון אינפארמאציע סיפורים און עובדות וואס האבן‬ ‫זיך אפגעשפילט אין פארשידענע שטעט פארן קריג‪ ,‬וואס ער דערציילט‬ ‫טאקע ביי יעדע געלעגענהייט פאר זיינע הונדערטער אייניקלעך קע"ה‪.‬‬ ‫די אלע זכרונות פארמאגט א באזונדערע חשיבות צוליב וואס ר'‬ ‫יוסף מאיר שליט"א האט געלערנט אין פארשידענע שטעט‪ ,‬און האט‬ ‫בייגעוואוינט דאס הלך ילך און דאס לעבנסשטייגער באגלייט מיט אן‬ ‫א צאל אנעקדאטן פון יעדען ארט‪ ,‬וואס לאזט דעם אויסהערער טיף‬ ‫באאיינדרוקט און שלעפט אים צוריק מיט כמעט הונדערט יאר צוריק‪.‬‬ ‫‪8‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫זיין חשובער אייניקל הרב יואל טויב שליט"א האט במשך א לענגערע‬ ‫תקופה רעקארדירט די אלע זכרונות פון זיין חשובער זיידן און עס‬ ‫ארויסגעגעבן אין א הערליכע בוך "דריי וועלטן"‪ ,‬ווי עס ווערט באריכות‬ ‫געשילדערט אלע איבערלעבענישן פארן קריג‪ ,‬און מיר טוען זיך באדאנקן‬ ‫בשם די חשובע ליינער‪ ,‬פארן גיבן רשות צו דרוקן געציילטע קאפיטלעך‬ ‫דערפון‪ ,‬וואס רעדט זיך פון בלויז צוויי ערטער ווי ער איז געווען‪,‬‬ ‫מישקאלץ און סענדרא (די גאנצע הערליכע און גאר אינהאלטסרייכע‬ ‫בוך איז דא צו באקומען אין אלע געשעפטן)‪.‬‬

‫הוה גולה למקום תורה‬ ‫ניסן תרצ"ד לפ"ק‬ ‫"הוה גולה למקום תורה!" די ווערטער האט מיר דער טאטע ע"ה געזאגט‬ ‫בין הזמנים חודש ניסן‪ ,‬ווען איך בין אלט געווען בערך צוועלף א האלב יאר‪.‬‬ ‫אין מאקאווע גופא איז געווען א גרויסע ישיבה פון בערך צוויי הונדערט בחורים‬ ‫אונטער די הנהגה והשפעה פון דעם מאקאווער רב זצ"ל‪ ,‬און אין מיינע יארן‪,‬‬ ‫וויבאלד דער רב איז שוין געווען אין די עלטערע יארן‪ ,‬איז דאס געפירט געווארן‬ ‫דורך זיין איידעם הגה"צ רבי אפרים ראזענפעלד זצ"ל‪ ,‬אב"ד סענדרא‪.‬‬


‫צושפרייט יעדער צו זיין ריכטונג‪ ,‬אבער איך אינגעלע‪ ,‬האב נישט געהאט קיין‬ ‫איך וואלט געקענט גרינגערהייט בלייבן לערנען אינדערהיים‪ ,‬אבער מיין‬ ‫ספעציעלע אדרעס‪ ,‬נאר דאס איך זאל גיין צום אידישן קווארטל‪.‬‬ ‫טאטע ע"ה האט נישט געוואלט איך זאל לערנען אינדערהיים‪ ,‬וואו מען‬ ‫אזוי ווי ס'איז געווען אינמיטן די נאכט‪ ,‬און נישט וועלנדיג אויפוועקן סתם‬ ‫קען געשטערט ווערן פונעם לערנען‪ ,‬און אפילו אין א דערנעבנדיג שטעטל‪,‬‬ ‫אזוי מענטשן אן קיין חשבון‪ ,‬דערפאר האב איך אויסגעקליבן זיך אראפצולייגן‬ ‫צום ביישפיל קאביטשאהאז‪ ,‬סאנטעב‪ ,‬וואו עס זענען געווען ישיבות‪ ,‬אבער‬ ‫אויף א באנק אין די באן סטאנציע‪ ,‬צומארגנס‪ ,‬מיט פרישע כוחות‪ ,‬וועל איך‬ ‫מען האט גרינג געקענט אהיימקומען פאר סיי וואס פאר א סיבה‪ .‬מיין גורל‬ ‫זיך גיין באקענען מיט די שטאט און איר ישיבה‪.‬‬ ‫איז געפאלן צו פארן לערנען אין די ווייטע‬ ‫ווי פארשטענדליך בין איך באלד אנטשלאפן‬ ‫מישקאלץ‪ ,‬וואו ס'איז דאן געווען אב"ד ור"מ‬ ‫געווארן אין די שטילע סטאנציע נאך אזא לאנגע‬ ‫הגה"צ בעל יגל יעקב זצ"ל‪.‬‬ ‫אפמאטערנדיגער טאג‪ .‬פלוצלונג דערוועק איך‬ ‫צו פארן פון מאקאווע קיין מישקאלץ האט‬ ‫זיך און איך הער ווי עמיצער רופט מיין נאמען‪...‬‬ ‫מען זיך געדארפט שלעפן מיט זיבן באנען‪.‬‬ ‫"קלאנער מארקאוויטש‪ ,‬קלאנער מארקאוויטש"‪.‬‬ ‫דער טאטע האט מיר אראפגעשריבן אין א‬ ‫מיט וואונדער עפען איך די אויגן‪ ,‬א ליידיגע‬ ‫ביכעלע דער גאנצער סדר פון די באנען‪ .‬קודם‬ ‫סטאנציע‪ ,‬די באן שטייט שטיל‪ ,‬און פונדערווייטנס‬ ‫פון מאקאווע קיין וואשערהעי‪ ,‬פון דארט קיין‬ ‫רופט מען מיין נאמען‪ .‬ביז דער אויסרופער‬ ‫סעגעד‪ ,‬פון דארט קיין סאנאק‪ ,‬סענטעש‪,‬‬ ‫איז צוגעקומען צו מיר און פרעגט "דו ביסט‬ ‫סויאן‪ ,‬האטאוואן‪ ,‬מישקאלץ‪.‬‬ ‫מארקאוויטש? ביסט היצעל'עס א קינד?"‬ ‫ער האט געשריבן פונקטליך די צייט‪,‬‬ ‫זעענדיג מיין שטילע צושטימונג זאגט ער‬ ‫און אויף וועלכע פלאטפארמע די באן‬ ‫ווייטער‪" :‬אויב אזוי קום צו מיר אהיים‪ ,‬מיין‬ ‫וועט שטיין‪ .‬איך האב זיך איינגעפאקט‬ ‫נאמען איז ליפא קעלנער‪ ,‬דיין מאמע'ס א‬ ‫אביסל ארימע קליידונג ווי צום ביישפיל‬ ‫שוועסטער קינד"‪ ...‬זעט אויס‪ ,‬אז נאך מיין‬ ‫"צוויי פאר שטרימפ" (מיר קינדער זענען‬ ‫אפפארן‪ ,‬האבן זיך מיינע עלטערן דערמאנט‪,‬‬ ‫געגאנגען מיט האלבע הויזן און לאנגע‬ ‫אז זיי פארמאגן א קרוב אין מישקאלץ‪,‬‬ ‫שטרימפ)‪ ,‬און כדי איך זאל פארן מיט‬ ‫און זיי האבן געשיקט א טעלעגראם אים‬ ‫שמחה און חשק‪ ,‬האט מיר די מאמע ע"ה‬ ‫איינצומעלדן פון מיין אנקום‪.‬‬ ‫צוגעגרייט א געשמאקע צדה לדרך‪ ,‬א‬ ‫ר' ליפא איז געווען ל"ע א קינדערלאזער איד‪,‬‬ ‫סענדוויטש פון צוויי שטיקלעך ברויט און‬ ‫און האט זיך געפריידט מיט מיר‪ .‬ער האט‬ ‫א שטיקעלע פלייש דערינען‪.‬‬ ‫הר"ר יוסף מאיר שליט"א ביים שמועס מיטן‬ ‫געדינגען א "פיאקער" אונז אריינצופירן אין‬ ‫מיין טאטע איז געגאנגען און ספעציעל‬ ‫'טריביון'‬ ‫שטעטל‪ .‬א "פיאקער" איז געווען א חשובער‬ ‫געבארגט געלט צו קענען קויפן פאר‬ ‫וואגן‪ ,‬וואס נאר בעל בתי'שע אידן האבן זיך ערלויבט‪ .‬דער חשיבות האט מיר‬ ‫מיר א בילעט צו פארן מיט די באן‪ ,‬און די גאנצע משפחה האט מיר‬ ‫אביסל מחזק געווען‪ ,‬נאכן אפפארן מבית אבי ומארץ מולדתי עלנד אליין‪.‬‬ ‫ארויסבאגלייט צו די באן‪.‬‬ ‫די מאמע ע"ה האט געוויינט‪ ,‬פארט בין איך געווען א יונג קינד פאר די‬ ‫בר מצוה‪ ,‬און זי שיקט מיר אוועק אויף אזא לאנגע שרעקעדיגע נסיעה‪,‬‬ ‫אין א לאנד וואו אנטיסעמיטיזם איז לעגאל יושר'דיג‪.‬‬ ‫מיר זענען צוגעפארן צו זיין שטוב‪ ,‬און ער האט מיר מכבד געווען מיט‬ ‫וגם צדה לא עשו להם‪ ,‬איך ווייס נאכנישט וואו איך גיי עסן‪ .‬איין עצה‬ ‫ברויט און קאווע‪ .‬די שווארצע קאווע איז אבער געווען זייער שטארק‬ ‫האט מען מיט מיר מיטגעשיקט אויף שפעזן‪ ,‬דאס אונגאריש ווערטל‬ ‫ביטער‪ .‬איך האב זיך פרובירט צוצוגעוואוינען דערצו‪ ,‬אבער נאך צוויי וואכן‬ ‫"צא האסאב"‪ ,‬אויף דעם וועג פון מויל‪ ,‬דו וועסט פרעגן און בעטן ביז‬ ‫טרונקען די ביטערע קאווע‪ ,‬האב איך איינמאל געגעבן א טרונק אויס דאס‬ ‫דו וועסט דיר דערשלאגן צו א געלעגער מיט עסן‪.‬‬ ‫לעצטע ביסל קאווע‪ ,‬און‪ ...‬אכן נודע הדבר! די קאווע האט יא צוקער דערין‪,‬‬ ‫זעענדיג איר צער האט זיך מיין טאטע אנגערופן‪" :‬וויין נישט‪ ,‬מיין הארץ‬ ‫אבער מען דארף עס בלויז אויסמישן כדי עס זאל ווערן זיס‪.‬‬ ‫זאגט מיר אז מיר וועלן פון יוסף מאיר זען פיל פיל נחת!"‬ ‫אין אונזער געגענט פלעגט מען זיך נישט באנוצן פאר די טאג טעגליכע‬ ‫מיר האבן זיך אפגעזעגענט‪ ,‬און מיט מזל בין איך ארויסגעפארן פון‬ ‫געברויכן מיט געהעריגע שטויב צוקער‪ ,‬נאר מיט קאנדל צוקער‪ ,‬אזא סארט‬ ‫מאקאווע צווישן אכט און ניין אזייגער‪ .‬די באן האט זיך שווערליך‬ ‫זיסע וואסערל וואס מען האט אריינגעשווערצט פון רומעניע‪ ,‬מען האט‬ ‫געשלעפט‪ ,‬און איך בין איבערגעשטיגן פון באן צו באן‪ ,‬און געלאפן פון‬ ‫דערפון אריינגעלייגט אין די קאווע און אזוי ווי ס'איז געווען א פליסיגקייט‬ ‫איין פלאטפארמע צו די אנדערע זוכנדיג מיין באן‪ .‬ביי איין פאל האט‬ ‫האט מען דאס נישט געברויכט אויסמישן‪ ,‬אבער דא אין מישקאלץ דארף‬ ‫מיר א פאליציי אפיציר אפגעהאלטן‪ ,‬שרייענדיג "אינגאלע וואס לויפסטו‬ ‫מען צו מישן‪ .‬אבער‪ ,‬אז מען זאגט מיר נישט‪ ,‬ווייס איך נישט‪.‬‬ ‫דא ארום?" איך אינגעלע האב צוריקגעשריגן צו אים‪...‬‬ ‫מען האט געזאגט א ווערטל‪ ,‬ס'איז פארהאן א שווערע חקירה‪ ,‬וואס מאכט‬ ‫צו מאל בין איך געשטאנען און געווארט א לאנגע צייט די באן זאל אנקומען‪.‬‬ ‫זיס די קאווע‪ ,‬די צוקער אדער דאס מישן מיטן לעפל‪ .‬וועט איר זאגן די‬ ‫צוקער‪ ,‬דאן צו וואס ברויך מען מישן‪ ,‬איי וועט איר זאגן דאס מישן מאכט‬ ‫זיס‪ ,‬דאן צו וואס לייגן די צוקער? נאר וואסזשע דען‪ ,‬לעולם דאס מישן‬ ‫מיטן לעפל מאכט זיס‪ ,‬איי צו וואס דארף מען אריינלייגן די צוקער‪ ,‬כדי מען‬ ‫שפעט ביינאכט‪ ,‬צווישן איינס און צוויי אזייגער‪ ,‬האט ענדליך די באן‬ ‫זאל וויסן ווען אויפצוהערן צו מישן‪...‬‬ ‫דערגרייכט די מישקאלצער סטאנציע‪ .‬אלע פאסאזשירן זענען אויסגעשטיגן‪,‬‬ ‫(פארזעצונג קומט אי"ה)‬ ‫און איך צווישן זיי‪ .‬דער חילוק איז אבער געווען‪ ,‬אז זיי האבן זיך באלד‬

‫די ביטערע קאווע‪...‬‬

‫דער קבלת פנים אין מישקאלץ‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪9‬‬


‫(‪)34‬‬

‫די אנטוויקלונג פונעם 'צורת הדף' אין‬

‫תלמוד בבלי‬ ‫(פארזעצונג פון פריער)‬

‫עם‪-‬פי פרעס‬ ‫(נאך אן איבעררייס פון עטליכע וואכן וואס מיר האבן‬ ‫געדרוקט די גאר אינטהאלטסרייכע אינטערוויו מיט הגאון ר' יוסף‬ ‫סאמעט שליט"א עורך ראשי פון די באקאנטע 'עוז והדר' ש"ס‪,‬‬ ‫קערן מיר זיך צוריק צום כראנאלאגישער סדר פון די דרוקערייען‪,‬‬ ‫מיר האבן געהאלטן אינמיטן באשרייבן די דרוק פון ר' מנחם‬ ‫פאלאק‪ ,‬ווי אזוי ער האט אנגעהויבן צו דרוקן זיין בארימטער‬ ‫ש"ס‪ ,‬און ווי אזוי עס איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן אין‬ ‫די אידישע שטובער ביז פאר צוואנציג יאר צוריק)‪.‬‬ ‫די הצלחה פון דעם ש"ס האט געגעבן חשק און חיזוק פאר‬ ‫ר' מנחם פאלאק צו דרוקן נאך ספרים‪ .‬ביז דאן פלעגט דער‬ ‫שלחן ערוך ווערן געדרוקט און צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע‬ ‫סארטן דרוקערייען‪ ,‬ווען 'יורה דעה' איז געווען פון דער ווילנא‬ ‫דרוק‪ ,‬און 'אורח חיים' פון דער לעמבערג'ער דרוק‪ ,‬אא"וו‪.‬‬ ‫ר' מנחם האט געבראכן היסטאריע מיטן דרוקן דאס ערשטע‬ ‫גאנצע סעט פון שלחן ערוך – צען בענדער‪ ,‬און אלע בענדער‬ ‫זענען געווען די זעלבע פארמאט‪ ,‬ענליך צום ש"ס‪ .‬דערנאך איז‬ ‫געקומען א זעקס בענדער'דיגע רמב"ם‪ ,‬א גאנצער סעט פון טור‪,‬‬ ‫און תלמוד ירושלמי‪.‬‬

‫‪10‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫אויך האט ר' מנחם איבערגעדרוקט די באקאנטע משניות‬ ‫'יכין ובועז'‪ .‬באזונדער האט ער זיך בארימט געמאכט מיט די‬ ‫באקאנטער בלויער חומש 'מקראות גדולות'‪ .‬יעדער וואס איז‬ ‫נאר העכער צוואנציג יאר געדענקט געוויס די חומשים‪ .‬נאך‬ ‫דרוקערייען‪ ,‬א שטייגער ווי די גראס ברודערס און 'זונדל‬ ‫בערמאן' האבן אויך אנגעהויבן צו דרוקן זייערע ספרים‪ ,‬אבער‬ ‫פאר לאנגע יארן זענען די גרויסע בענדער פון די ש"ס און תנ"ך‬ ‫געווען אויסשליסליך פון די מ‪.‬פ‪ .‬פרעס דרוקעריי‪.‬‬ ‫דורכאויס די תש"כ יארן האט פאלאק אפילו געשיקט זיינע‬ ‫ספרים קיין ארץ ישראל‪ ,‬כאטש עס זענען געווען דרוקערייען‬ ‫אין ארץ ישראל (ווי דערמאנט)‪ ,‬אבער די קוואליטעט איז ווייט‬ ‫נישט געווען אזוי גוט און שטארק אז עס זאל זיין ענליך צו הויכע‬ ‫קוואליטעט פון זיין דרוק‪ .‬אין יאר תשכ"ב האט דער פירמע זיך‬ ‫אריבערגעצויגן צו דעם אנדערן זייט האדסאן ריווער קיין ניו‬ ‫זשערסי‪ ,‬ווי עס איז שוין פארבליבן פון דאן אן‪.‬‬ ‫א הויכפונקט פון מנחם'ס קאריערע איז געווען אין יאר‬ ‫תשמ"ה ווען די סאוויעטן פארבאנד האט געעפענט זייערע טויערן‬ ‫פאר אן אינטערנאציאנאלער בוך פעיר אין מאסקאווע‪ .‬די בודקע‬ ‫נעבן מר‪ .‬פאלאק האט רעפרעזענטירט בעלגיע‪-‬לוקסעמבורג‪ ,‬און‬ ‫האט געהאט א פופציג פיסיגע עפענונג‪ .‬ווידער מנחם פאלאק'ס‬ ‫(פארזעצונג אויף זייט ‪)12‬‬


You can’t make everyone happy. You’re not a tub of ice cream.

11

‫שלח תשע"ה‬


‫(פארזעצונג פון זייט ‪)10‬‬ ‫בודקע‪ ,‬האט פארמאגט בלויז א ‪ 15‬פיסיגע עפענונג‪ ,‬און לויט ווי‬ ‫די 'ניו יארק טיימס' האט באריכטעט האט עס געצויגן אזויפיל‬ ‫ווי צען טויזנט באזוכער!‬ ‫ר' מנחם האט עווענטועל פארקויפט זיין פירמע אין יאר‬ ‫תש"ס‪ ,‬און האט איבערגעלאזט פאר די נייערע דרוקערייען זיי‬ ‫זאלן איבערנעמען זיין ראלע אין דרוקן דעם ש"ס‪ ,‬און ער דרוקט‬ ‫אויס א צופרידענהייט איבער די הערליכע נייע דרוקערייען‬ ‫וואס מען געפינט היינט‪ ,‬ספעציעל 'עוז והדר'‪ ,‬אבער זיין ראלע‬ ‫וועט אריינגיין אין די אידישע היסטאריע אלס איינער וואס‬ ‫האט געהאלפן איבערפלאנצן לימוד התורה פון אייראפע קיין‬ ‫אמעריקע נאך דעם ביטערן חורבן‪.‬‬ ‫נצח ישראל לא ישקר!‬

‫מהדורת מאורות‬ ‫נאך א דרוק אין אמעריקע איז אויפגעקומען עטליכע יארן‬ ‫נאכן קריג‪ ,‬מיטן נאמען 'מאורות' (און איז געווען א קאנקורענץ‬ ‫פון מ‪.‬פ‪ .‬פרעס)‪ .‬טייל ליינער וועלן געוויס דערקענען די ש"סין‬ ‫פון וואס מיר רעדן דא‪ .‬פאר ‪ 30‬יאר צוריק איז דאס געווען דער‬ ‫הערליכע חתן ש"ס‪...‬‬ ‫דער מאורות דרוק איז געדרוקט געווארן דורך הרב נתן גור‬ ‫אריה‪ ,‬דער דרוק האט זיך אויסגעצייכנט מיט די גאר גוטע פאפיר‬ ‫אויף וואס מען האט עס געדרוקט‪ ,‬עס האט דאן געהייסן אן‬ ‫אויסגעצייכנטער ש"ס‪ ,‬און אפילו נאך היינט קען מען טרעפן‬ ‫דא דארט די גרויסע דיקע בענדער פון דער ש"ס‪ .‬לויט ווי דער‬ ‫ארויסגעבער שרייבט אין די הקדמה האט ער צוגעלייגט מער פון‬ ‫‪ 150‬הוספות אויף די ווילנא דרוק‪.‬‬ ‫די הוספות‪ ,‬וואס זענען באארבייט געווארן דורך הגאון הגדול‬ ‫רבי חנניה יו"ט ליפא גאלדמאן זצ"ל אבד"ק נייפעסט‪ ,‬זענען בדרך‬ ‫כלל צוטיילט געווארן‪ ,‬א טייל נאך די גמרא‪ ,‬ווי מען האט צוגעלייגט‬ ‫פארשידענע ספרים‪ ,‬א ספעציעלע ליקוט פון שו"ת ספרים פון די‬ ‫גאונים‪ ,‬לויט די סדר וואס עס איז נוגע פאר די מסכת‪ ,‬ליקוטים‬ ‫פון נאך אחרונים‪ ,‬ווי דער מהר"ל‪ ,‬תשובת חוות יאיר‪ ,‬שו"ת חכם‬ ‫צבי‪ ,‬און נאך אסאך‪.‬‬ ‫אויך האבן זיין פארראכטן איין שטארקער פראבלעם וואס די‬ ‫‪12‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫ווילנא דרוק האט געהאט‪,‬‬ ‫נעמליך‪ ,‬די מפרשים ביים‬ ‫סוף פון די גמרא פלעגט‬ ‫אסאך מאל נישט ווערן‬ ‫געדרוקט אין די פאסיגע‬ ‫באנד‪ .‬מפרשים אויף מסכת‬ ‫נדרים‪ ,‬האט געקענט זיין‬ ‫אין די באנד פון מסכת‬ ‫גיטין‪ ,‬אא"וו‪ ,‬ווער עס האט‬ ‫נאר אמאל געזען די אלטע‬ ‫ווילנא בענדער פארשטייט‬ ‫געוויס און געדענקט דעם‬ ‫פראבלעם‪ ,‬און דער אורזאך‬ ‫דערפון איז ווארשיינליך‬ ‫צוליב וואס דאס דרוקן‬ ‫די תלמוד בבלי האט זיך‬ ‫פארצויגן א שיינע פאר יאר‪ ,‬און צווישן יעדע באנד איז געשען‬ ‫טוישונגען‪ ,‬און מען האט באקומען נייע זאכן אד"ג‪.‬‬ ‫די גרעסטע חידוש פון די מאורות ש"ס איז געוויס די טויזנטער‬ ‫הוספות אין די צורת הדף אליינס‪ ,‬מען האט צוגעלייגט אויף‬ ‫די עמוד גמרא אליינס טוישונגען פון די גירסא‪ ,‬צוזאמגעקליבן‬ ‫פון די מהרש"ל מהרש"א אד"ג‪ ,‬און זענען צום ערשטן מאל‬ ‫אריינגעלייגט געווארן אין די עמוד גמרא‪.‬‬ ‫ווי פארשטענדליך‪ ,‬וויבאלד דער עצם עמוד גמרא איז דאך‬ ‫יא געווען א קאפיע פון די ווילנא דרוק‪ ,‬האט זיך געמאכט‬ ‫פראבלעמען ווען מען האט צוגעלייגט די אלע הוספות‪ ,‬און מען‬ ‫קען דערקענען די פראבלעמען מיט וואס דער דרוקער האט זיך‬ ‫געמוטשעט‪ ,‬און צומאל איז אפילו דער הוספה געדרוקט פון‬ ‫"אויבן אראפ"‪ ,‬אדער האט מען עס צוגעלייגט אונטן דעם עמוד‪,‬‬ ‫ווען ביי די שטיקל ווי עס באלאנגט האט מען צוגעלייגט א *‪,‬‬ ‫דאס אלעס האט פארשווערט פארן לערנער‪.‬‬ ‫אבער טראץ די אלע שוועריקייטן‪ ,‬איז דאס אין זיינער צייט‬ ‫געווען דער פאפולערסטער ש"ס‪ ,‬און יעדער מחותן וואס האט זיך‬ ‫געוואלט אהערשטעלן האט געקויפט פאר זיין חתן א 'מאורות'‬ ‫ש"ס‪ .‬מיט די יארן‪ ,‬ווען די נייע דרוקערייען זענען ערשינען האט‬ ‫עס ווי פארשטענדליך פארלוירן דאס גלאנץ‪ ,‬און היינט קען מען‬ ‫עס כמעט נישט טרעפן אין ערגעץ‪.‬‬ ‫(פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה)‬

‫‪ATTENTION‬‬ ‫‪CAMPS & COLONIES:‬‬ ‫‪Serving Brooklyn & the Mountains‬‬ ‫‪We have Water Slides,‬‬ ‫‪Bubble Pits & much‬‬ ‫‪much more‬‬

‫‪Dovid Weltin 845-729-9221‬‬


The vacation of your dreams up to $10,000! Here’s how it works:

BUY SEND WIN!

Purchase 8 of any Mehadrin ice cream or ices products.

Email receipt images to: win@mehadrinfan.com

Scan or snap a photo of your receipt(s), or hold onto them.

Or mail the receipts to: Mehadrin Win, 694 Myrtle Ave, Suite 389, Brooklyn, NY 11205

Receipts must show proof of purchase of 8 Mehadrin ice cream or ices products.* Multiple entries welcome

13

‫שלח תשע"ה‬

Every submission must have a clearly visible name, address and phone number

*Promotion applies only to ice cream tubs or family box of any ices or ice cream bars

Choose the destination of your dreams, pack your bags, and bon voyage! Yup, that simple. Now don’t turn up your nose with a “I never win” THIS TIME YOU JUST MIGHT!


‫אמת'ע געשיכטעס אין אונזער צייט‬ ‫נחמן סעלצער‬

‫דער משכיל‬ ‫‪14‬‬

‫שלח תשע"ה‬


‫(פארזעצונג פון פאריגער וואך)‬ ‫דערנאך וואס דער גר"א האט איבערגעהאקט דעם שמועס און מער‬ ‫נישט געוואלט רעדן מיט אים‪ ,‬האט ער מער נישט געהאט דארט וואס צו‬ ‫זוכן‪ .‬עס איז געווען א שאד די צייט ער זאל דארט בלייבן שטיין ווען דער‬ ‫גר"א טוט אים גענצליך איגנארירן‪.‬‬ ‫ער האט אן קיין ברירות פארלאזט דעם קלויז אינגאנצן צוטומלט‪.‬‬ ‫ער האט זיך געפילט ווי א חוזק‪ .‬דא האט ער אזוי געהאפט צו מאכן א‬ ‫גוטן איינדרוק אויפ'ן גאון‪ ,‬ער האט אזויפיל אינוועסטירט אין דעם באזוך‪,‬‬ ‫געקומען צו פארן אזא ווייטן וועג און אזוי געגארט אז דער גר"א זאל זאגאר‬ ‫כאפן התפעלות פון דעם איטאליענער תלמיד חכם‪ ,‬און יעצט אזא דורכפאל‪.‬‬ ‫ער האט שווער געקענט צוזיך קומען פון זיין נידערלאגע‪.‬‬ ‫זיין מח האט אייינמאל און נאכאמאל אויפגעשפילט דעם שמועס וואס ער‬ ‫האט געהאט מיט'ן גר"א‪ .‬זיינע געפילן זענען געווען צומישט‪ .‬פון איין זייט האט‬ ‫ער זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון דעם גדלות בתורה פונעם גרויסן‬ ‫תורה‪-‬לייב‪ ,‬ער איז געווען אויסער זיך פון איבערראשונג פון דעם איבערלעבענישן‬ ‫וואס איז אים געווען אזא פארגעניגן‪ .‬אבער טיף אין הארצן האט אים גענאגט א‬ ‫פחד‪ ,‬ער האט געוואוסט אינערליך ביי זיך אז ער האט זיך פארזינדיגט מיט זיינע‬ ‫רייד‪ .‬ער האט מורא געהאט אז ער קען געשטראפט ווערן דערפאר אן עונש מן‬ ‫השמים און אפשר גאר אן עונש אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫ער איז אנגעקומען צוריק אין זיין האטעל צימער‪ ,‬א שווערע געוויכט‬ ‫האט געוואויגן אויף זיין הארץ און האט אים נישט געגעבן קיין מנוחה‪ ,‬וואס‬ ‫גייט דא זיין ווייטער‪.‬‬ ‫די הויט האט אים געברענט‪ ,‬ער איז נישט געווען באקוועם מיט זיך‪ .‬דאס‬ ‫פלאץ איז נישט געמאכט פאר אים‪ ,‬דא אין ווילנא איז נישט זיין ארט וואו ער‬ ‫באלאנגט‪ .‬ער האט געפילט ווי ער וויל פארלאזן די שטאט ווילנא אבער שוין‪,‬‬ ‫אויף דער סעקונדע‪ .‬ער וויל שוין נישט וויילן דא אפילו איין מינוט מער‪.‬‬ ‫זיין שטאלץ האט אים אבער נישט געלאזט‪ .‬ער קען נישט אנטלויפן‬ ‫פון דער שטאט ווי א גנב צו דער טונקלקייט פון דער נאכט‪ ,‬און נאכדערצו‬ ‫אזא חשוב'ער פערזענליכקייט ווי אים וואס האט געהאט די זכי' צו ווערן‬ ‫אויפגענומען דורכ'ן גר"א אליין‪ ...‬אזא מענטש אנטלויפט נישט‪ .‬ער מוז זיך‬ ‫אויפפירן בכבוד'יג‪ .‬ער וועט צואווארטן ביז'ן זון אויפשיין און דעמאלט וועט‬ ‫ער פארלאזן די שטאט איינמאל און פאר אלעמאל‪.‬‬ ‫אינדערצייט וואס ער איז געווען אזוי פארזינקען אין זיינע אוממוטיגע‬ ‫געדאנקען‪ ,‬הערט זיך פלוצלים א שטארקן קלאפ אין טיר‪.‬‬ ‫ער האט אויפגעעפענט דעם טיר און ביים שוועל זענען געשטאנען‬ ‫צוויי שליחים פונעם ארטיגן בית דין אין ווילנא‪ .‬פון זייער געזיכט האט זיך‬ ‫אראפגעליינט אן אפשיי און אן אנטריסונג‪.‬‬ ‫"זענט איר דער גאסט וואס האט זיך אויסגעדרוקט פאר'ן גרויסן גר"א‬ ‫מיט א זלזול קעגן איינער פון די ראשונים?"‬ ‫ער האט געפילט ווי זיין בלוט זאל אים פארגליווערט ווערן‪ .‬וואס קומט‬ ‫יעצט? נאך דאס פעלט אים יעצט אויס‪ .‬וואס פאר א סארט שטאט איז דאס‪.‬‬ ‫די צוויי שליחים האבן זיך נישט גערירט פון ארט‪ .‬זיי זענען דארט געשטאנען‬ ‫און געווארט אומגעדולדיג פאר אן ענטפער‪.‬‬ ‫"איך בין נישט געווען אומדרך‪-‬ארץ'דיג‪ ",‬האט ער פראטעסטירט און זיך‬ ‫פרובירט אפשאקלען פון דער באשולדיגונג‪ .‬איך האב בלויז געזאגט אז רש"י האלט‬ ‫זיך נישט אלעמאל צו דעם גענויען בוכשטעבליכן אפטייטש פון דעם ווארט‪.‬‬ ‫"יא יא‪ ",‬האבן זיי זיך צוגעכאפט צו זיינע ווערטער‪" ,‬טאקע אייך זוכן‬ ‫מיר‪ ...‬מיר האבן אנגעטראפן דעם ריכטיגן אדרעס‪ .‬מיר ווייסן זייער גוט‬ ‫וואס איר האט געזאגט‪ ,‬דער גר"א האט אלעס איבערגעגעבן‪ .‬זייט מוחל‪,‬‬ ‫הייבט אייך שוין אויף פון ארט און איר זענט געלאדנט מיטצוקומען מיט‬ ‫אונז צום בית דין‪".‬‬ ‫"איך האלט נישט ביים גיין‪ ",‬האט ער קאטאגאריש צוריקגעענטפערט‪.‬‬

‫‪2‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪15‬‬


‫"דו האסט נישט קיין גרויסע ברירות‪ .‬צי דו ווילסט יא צי‬ ‫נישט‪ ,‬בית דין האט געהייסן און אז בית דין הייסט פאלגט מען‬ ‫דא‪ .‬דו מוזט קומען‪".‬‬ ‫אן קיין גרויסע אויסוואלן איז ער מיטגעגאנגען מיט די צוויי‬ ‫שליחים‪ .‬ער האט נישט געוואלט איינשטעלן און עובר זיין אויף‬ ‫דעם באפעל פון בית דין‪ ,‬א ברירה האט ער דען געהאט?!‬ ‫כאטש די שפעטע שעה זענען נאך די גאסן געווען היבש‬ ‫פול מיט דורכגייער‪ .‬פון אלע ווינקלען האט מען זיך צוגעקוקט‬ ‫מיט אינטערעסע און נייגער צו דעם מאדנעם ספעקטאקל‪ ,‬ווי‬ ‫די צוויי שליחי בית דין באגלייטן עפעס א פרעמדן איד צום‬ ‫בית דין שטיבל‪ .‬די אלץ‪-‬ווייסערס און נייעס‪-‬פארציילער זענען‬ ‫געשטאנען ארום גרעסערע קופקעס פון אנגעשפיצטע נייגעריגע‬ ‫אויערן און געוואוסט פונקטליך צו פארציילן וואס דא גייט פאר‪.‬‬ ‫די שמועה אז איינער האט זיך מתחצף געווען קעגן די ראשונים‬ ‫אין קעגנווארט פונעם גר"א האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט‪ .‬די‬ ‫שטאט האט געקאכט‪ .‬ער האט געמיינט ער זינקט איין פאר בושה‪.‬‬ ‫זיינע אויגן האבן אראפגעגלאצט אויף די שטיינערנע פאדלאגע‬ ‫אוועקוואנדערנדיג פון די נייגעריגע בליקן פון די ארומיגע‪ ,‬ווי זיי‬ ‫זאלן ווען זוכן א וועג ארויס פון דעם פלאנטער און אן ארט‬ ‫צו באהאלטן די בושה‪ .‬ער איז געווען אין א שלעכטע גיסטע‪,‬‬ ‫זיין פנים האט געפלאקערט פון בושה און זיין קאלמוטנע מינע‬ ‫האט דערציילט איבער דער שאנדע ער דארף מיטלעבן איבער די‬ ‫ווילנער גאסן‪.‬‬ ‫*‬ ‫דער בית דין איז געווען סטאנציאנירט אין א קליין שטיינערנער‬ ‫געביידע‪ ,‬געבויעט פון ציגל און ליים‪ ,‬אן אלטע הייזקע וואס שטייט‬ ‫שוין אויפ'ן זעלבן ארט פאר הונדערטער יארן‪ .‬דארט איז געזעסן‬ ‫דער בית דין וואס האט געפירט אלע דיני תורות אין שטאט ועל‬ ‫פיהם יושק‪ .‬זיי זענען געווען דער העכסטער אויטאריטעט איבער‬ ‫ווילנא און זייערס א ווארט האט אלעמען מחייב געווען‪ .‬א גרופע‬ ‫מענטשן זענען געווען פארזאמלט ארום דעם בית דין שטיבל‪,‬‬ ‫וועלנדיג מיטהאלטן וואס עס גייט דא אלץ אפשפילן‪.‬‬ ‫אנקומענדיג צום בית דין צימער זענען שוין די דיינים געזעסן‬ ‫אויף זייערע ערטער‪ .‬א חרדת דין האט געהערשט אויף דעם ארט‪.‬‬ ‫דער אלקים נצב בעדת קל האט זיך געקענט טאפן אין דער לופטן‪.‬‬ ‫דער משכיל איז געשטעלט געווארן קעגן די דריי דיינים‪ ,‬דריי‬ ‫גדולי תורה מיט פרעכטיג רבנישע צורות און לאנגע ווייסע בערד‪,‬‬ ‫כולו אומר הדרת כבוד‪.‬‬ ‫דער אב בית דין האט דער ערשטער אנגעהויבן צו רעדן‬ ‫נעמענדיג דאס ווארט‪" .‬וואס זענען דיינע טענות?" האט ער זיך‬ ‫געוואנדן צום משכיל‪.‬‬ ‫דער משכיל האט זיך נישט געפוילט און ווידעראמאל באטאנט‪,‬‬ ‫אז לויט אים האט ער זיך נישט אויסגעדרוקט מיט זלזול אדער‬ ‫חלילה גרינגשעצונג קעגן רש"י הקדוש‪.‬‬ ‫"ווארט אינדרויסן" איז געקומען דער אנטווארט פונעם אב‬ ‫בית דין נאכ'ן הערן זיין שטעלונג‪.‬‬ ‫די מינוטן האבן זיך פאר אים געציילט ווי שעות פאר‬ ‫נערוועזקייט‪ .‬ער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס ס'ווארט אים‬ ‫אפ און וואס דער פסק וועט זיין‪ ,‬גינסטיג פאר אים אדער קעגן‬ ‫אים‪ .‬דער זייגער איז געלאפן אזוי שטייט אז ער האט געמיינט‬ ‫ער פלאצט‪ .‬ענדליך נאכ'ן ווארטן א צייט אפשניט וואס האט‬ ‫אויסגעזען אין זיינע אויגן ווי אן אייביגקייט‪ ,‬איז ער צוריקגערופן‬ ‫געווארן אריין אין בית דין שטיבל פארנט פונעם בית דין‪.‬‬ ‫‪16‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫דער אב בית דין האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעלייגט דעם‬ ‫פסק ווי פאלגנד‪:‬‬ ‫"דער פסק פונעם בית דין פון ווילנא לויטעט‪ ,‬אז צוליב וואס‬ ‫דו האסט געהאט די עזות און חוצפא צו רעדן לשון הרע אויף‬ ‫רש"י הקדוש זי"ע‪ ,‬וועסטו מוזן הארב באשטראפט ווערן‪.‬‬ ‫דו וועסט דארפן שטיין פארנט פון דער הויפט שול פון‬ ‫דער שטאט פונקט ביי מנחה צייט‪ ,‬ווען די גאנצע שטאט גייט‬ ‫דעמאלט דורך‪ .‬דו וועסט מוזן האלטן א טאוול אין דער האנט‪,‬‬ ‫וואס וועט דערציילן אז דו האסט געטון די נידערטרעכטיגע אקט‬ ‫פון מזלזל זיין אין דעם כבוד פון איינער פון די גדולי הראשונים‬ ‫דער רבי פון גאנץ כלל ישראל‪ ,‬דער הייליגער רש"י‪ .‬יעדער איד‬ ‫וואס וועט דיר דורכגיין מיט'ן טאוול אין דער האנט‪ ,‬וועט מוזן‬ ‫אויסשרייען די ווערטער‪" ,‬פושעי ישראל" דער זינדיגער איד‪ ,‬און‬ ‫איז באאויפטראגט דיר צו שפייען אין פנים אריין‪ .‬דאס איז דער‬ ‫פסק פונעם בית דין פון ווילנא‪".‬‬ ‫*‬ ‫ציטאט פונעם בריוו צו משה מענדלסאהן (שר"י)‪:‬‬ ‫יא מיין פריינט‪ ,‬דאס איז געווען אקוראט וואס האט מיט‬ ‫מיר פאסירט‪ .‬זיי האבן אויסגעטון מיין היטל און באזייטיגט מיין‬ ‫טייערן מאנטל‪ .‬עס האט מיר גארנישט געהאלפן און עס האט‬ ‫זיך קיינער נישט אנגענומען פאר מיר‪ .‬עס איז נישט געווען ווער‬ ‫עס זאל קעמפן פאר מיין כבוד‪ .‬דער פסק איז הונדערט פראצענט‬ ‫אויסגעפירט געווארן‪.‬‬ ‫איך האב פארפירט און פראטעסטירט אבער עס איז געווען‬ ‫א פארלוירענער קאמף‪ .‬די שליחים פונעם בית דין פון ווילנא‬ ‫האבן מיך געשטעלט פארנט פונעם בית המדרש הגדול‪ ,‬פונקט‬ ‫פאר מנחה צייט‪ ,‬ווען די גאס איז געפאקט מיט דורכגייער‪ ,‬אלע‬ ‫פארבייגייער האבן זיך אפגעשטעלט ליינען דעם שאנדפולן טאוול‬ ‫וואס איך האב געמוזט האלטן אין דער האנט‪ ,‬און האבן הויך‬ ‫ארויסגעליינט דערפון און אויסגעשריגן‪ :‬פושעי ישראל! מיט א‬ ‫ברען און מיט כוונה ווי זיי זאלן ווען מאכן א ברכה‪ ...‬דערנאך האט‬ ‫מען מיר מכבד געווען מיט א געזונטן שפיי אין פנים אריין‪ .‬דער‬ ‫ציבור האט געהאלטן אין איין וואקסן‪ ,‬נאך און נאך מענטשן האבן‬ ‫מיר באשריגן און באשפיגן‪ ,‬אז עווענטועל האב איך פארלוירן‬ ‫חשבון‪ .‬איך האב שוין נישט געקענט ציילן וויפיל אידן האבן מיר‬ ‫אזוי אנגעשפיגן‪.‬‬ ‫זאלסט דאס גוט ארייננעמען אין געדאנק‪ ,‬ווילנא איז נישט‬ ‫בערלין‪ ,‬ניטאמאל ענליך מיט א האר‪ ,‬אין ווילנא קומט יעדער אין‬ ‫שול‪ .‬עס איז נישטא קיין איין איד וואס פארפאסט צו דאווענען‬ ‫מנחה‪ ,‬און יעדער איד האט דעריבער געהאט די געלעגנהייט מיך‬ ‫אנצושפייען‪ .‬פון אזויפיל שפייערייען האט זיך געשאפן א טייך‬ ‫ארום מיר‪...‬‬ ‫אבער‪ ,‬כאטש וואס איך האב אזויפיל געליטן און געדארפט‬ ‫דורכגיין אזעלכע בזיונות‪ ,‬און אלץ צוליב דעם גר"א‪ ,‬האב איך‬ ‫נישט קיין פאראיבל אויף אים‪ .‬איך בין נישט ברוגז‪ ,‬און איך וואלט‬ ‫אלץ דורכגעגאנגען נאכאמאל אבי צו קענען ווידעראמאל שטיין‬ ‫אין זיין קעגנווארט ווער רעדט נאך קומען אין ווארט מיט דעם‬ ‫גרויסן גאון און צוענדיגן אונזער ערשטן שמועס‪ .‬ווייל ער איז‬ ‫דער אורים ותומים אליין‪ ,‬וואס לייכט מיט א תורה'דיגן ליכט‪ ,‬און‬ ‫אזאנס ווי דער גרויסער גאון איז נישטא צו טרעפן איבער דער‬ ‫גאנצער וועלט!‬ ‫ווי עס שרייבט צו אייך‪" ,‬דער רב פון איטאליע"‪.‬‬ ‫(די געשיכטע ווערט אראפגעברענגט אין ספר עליות אלי')‬


‫שלח תשע"ה‬

‫‪17‬‬


‫‪18‬‬

‫שלח תשע"ה‬


‫הרב י‪ .‬הלוי‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪19‬‬


‫אריינפיר‬ ‫א קריזיס ברענגט נייע געלעגנהייטן! און ווי גרעסער די‬ ‫קריזיס איז אלס בעסער זענען די געלעגנהייטן‪ .‬דאס קומט אויפן‬ ‫געדאנק ווען מען רעדט און טראכט פון די נייע ווינט וואס האט זיך‬ ‫געשאפן ביים ציבור זיך אריבערצוציען קיין דזשורזי סיטי‪ ,‬ויסעו‬ ‫מברוקלין ויחנו בניו דזשורזי‪.‬‬ ‫עס איז גענצליך איבעריג ארויסצוברענגן די האוזינג קריזיס‬ ‫ביים היימישן ציבור אין די שטאט‪ ,‬יעדע נאכט קומען פאר‬ ‫חתונות אין אלע זאלן אין וויליאמסבורג און בארא פארק‪ ,‬און די‬ ‫מחותנים האבן פשוט נישט ווי צו לייגן די פרישע פָארפעלקער‪,‬‬ ‫מען זוכט א דַאך איבערן קאפ‪ ,‬און קוים מיט צרות טרעפט מען‬ ‫א לעכל ערגעצוואו אין א טיפן בעיסמענט‪ ,‬פארשטייט זיך פאר א‬ ‫געשוואלענער פרייז‪.‬‬ ‫פארשידענע געדאנקען זענען ארויפגעקומען אויפן סדר היום‬ ‫דורכאויס די לעצטערע חדשים און יארן‪ ,‬און די 'טריביון' זעלבסט‬ ‫האט שוין באשריבן איבער עטליכע פון זיי‪ ,‬אריינגערעכנט די נייע‬ ‫ישובים אין 'בלומינגבורג' און אין 'לעיקוואוד'‪ ,‬און כלל ישראל‬ ‫קוקט ארויס בכליון עינים אז אלע געפלאנטע ישובים זאלן זיך‬ ‫עווענטועל אויסלאזן אלס א פאקט און פארן אויף די ריכטיגע‬ ‫רעלסן‪ ,‬ווארום די נאכפראגע פאר דירות אין וויליאמסבורג און‬ ‫בארא פארק איז אזוי גרויס‪ ,‬אז מען קען גרינגערהייט אנפילן‬ ‫עטליכע געגענטער מיט גענוג און נאך איינוואוינער‪.‬‬ ‫אזוי ווי עס איז לעצטנס געווארן א ווינט ביים ציבור איבער‬ ‫א נייע אידישע געגנט אין דזשורזי סיטי‪ ,‬האבן מיר זיך פארבינדן‬ ‫מיט איינער פון די הויפט עסקנים וואס איז עוסק דערין‪ ,‬צו‬ ‫ברענגען פארן ציבור מער דעטאלן און נייעס איבערן פראיעקט‪.‬‬ ‫בייטאג ארבעט ער אהיימצוברענגען פרנסה אין שטוב‪ ,‬אבער‬ ‫אין די פרייע צייט גיבט ער זיך אוועק בלב ובנפש פארן הצלחה‬ ‫פון די נייע [אידישע] ישוב‪ ,‬און טראצדעם וואס ער וויל נישט‬ ‫מיר זאלן דערמאנען זיין נאמען‪ ,‬טוען מיר אים באדאנקען פאר‬ ‫זיין טייערע צייט וואס ער האט אוועקגעגעבן לטובת אונזערע‬ ‫חשובע ליינער‪.‬‬ ‫מיר מוזן באטאנען אין אנהויב‪ ,‬אז מיר האבן נישט‬ ‫ארויפגעברענגט מערערע פונקטן וואס זענען שוין דורכגעשמועסט‬ ‫און דעבאטירט געווארן אין אלע שולן די לעצטערע וואכן און‬

‫‪20‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫חדשים‪ ,‬מיר האבן זיך בעיקר באצויגן צו פרישע דעטאלן וואס די‬ ‫עסקנים האבן אונז אויפגעדעקט‪.‬‬

‫דער היימישער ישוב אין דזשורזי‬ ‫סיטי‬ ‫פ‪ :‬ווי אזוי האט זיך אלעס אנגעהויבן?‬ ‫ע‪ :‬אנגעפאנגען האט זיך דער גאנצער פלאן דורך א חשובער‬ ‫באקאנטער איד מיטן נאמען ר' עמרם וויינשטאק הי"ו‪ .‬ער פלעגט‬ ‫צו וואוינען אין קרית יואל‪ ,‬אבער מיט דער צייט האט ער זיך‬ ‫אריבערגעצויגן קיין וויליאמסבורג‪ ,‬און ער ארבייט שוין לאנגע‬ ‫יארן אין יענער געגענט אין דזשורזי סיטי‪ .‬מיט דער צייט האט‬ ‫ער אנגעהויבן איינזען די געוואלדיגע מעגליכקייטן וואס די געגנט‬ ‫פארמאגט‪ ,‬און אז עס וואלט געווען א געוואלדיגער פלאן דאס‬ ‫צו פארוואנדלען אין א אידישע ישוב פארן היימישן ציבור‪ ,‬און‬ ‫דערמיט צו לינדערן אביסל דעם שווערן דירות קריזיס אין די‬ ‫שטאט‪.‬‬ ‫שוין א לענגערע צייט וואס ער פלעגט זיך ארומדרייען‬ ‫און רעדן דערפון צו יעדן וועם ער האט באגעגנט‪ ,‬אבער עס‬ ‫איז גארנישט געווארן דערפון מכח אל הפועל‪ .‬הערשט דעם‬ ‫פארלאפענער יאר האט ער אנגעטראפן הרה"ג ר' בנציון‬ ‫פייערווערקער שליט"א – דער ענערגישער מנהל רוחני פון די‬ ‫סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג‪ ,‬וועלכער איז‬ ‫נתפעל געווארן פון דעם געדאנק‪ ,‬און נאכן עס אנעליזירן מיט‬ ‫עסקנים וואס זענען עוסק שוין לאנגע יארן אין דעם פעלד‪ ,‬האט‬ ‫ער זיך אריינגעלייגט דערין‪ ,‬און צוזאמען מיט נאך עסקנים האט‬ ‫ער באוויזן צו ברענגען דעם געדאנק פארן ברייטן ציבור‪ ,‬וואס‬ ‫האט עס אויפגענומען זייער פאזיטיוו‪.‬‬ ‫עס דארף באטאנט ווערן‪ ,‬אז די עסקנים האבן נישט געכאפט‬ ‫די געגנט באלד אין די ערשטע מינוט‪ ,‬צום ערשט איז מען‬ ‫ארומגעגאנגען צו נאך אסאך געגענטער‪ ,‬פארזיכטיג באטראכט‬ ‫אלע אפציעס אין אלע ווינקלען פון די טריי‪-‬סטעיט עריע וואס‬ ‫קען זיך לייגן אויפן געדאנק‪ ,‬אבער זיי זענען צוריק געקומען צו‬ ‫דזשורזי סיטי‪ ,‬וויבאלד זי פארמאגט א זעלטענע קאמבינאציע פון‬ ‫מערערע מעלות‪ ,‬וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר געאייגנט‬ ‫פאר א געוויסע סארט קליענטעל‬ ‫פונעם היימישן ציבור‪ ,‬וואס זיי כאפן‬ ‫זיך טאקע צו דערצו‪.‬‬ ‫פ‪ :‬זענען די עסקנים איבערראשט‬ ‫פון די רעאקאציע פונעם ציבור? און‬ ‫וואס איז טאקע די אורזאך דערצו?‬ ‫ע‪ :‬מען קען נישט זאגן אז מיר‬ ‫זענען ממש איבערראשט‪ ,‬ווייל נאך‬ ‫אלעמען איז מען ממש דערשטיקט אין‬ ‫וויליאמסבורג און בארא פארק‪ ,‬מען‬ ‫קען זיך נישט רירן‪ .‬אבער נאכדעם‬ ‫וואס אזויפיל פלענער האבן זיך נישט‬ ‫אויסגעארבעט‪ ,‬קען מען עס יא אנרופן‬ ‫א שטיקל איבערראשונג‪ ,‬אז א שיינע‬ ‫צאל משפחות האבן זיך אנגערופן און‬ ‫אנגעפאנגען צו קויפן הייזער אין די‬ ‫געגנט‪.‬‬


‫ביים קלאפן מזוזות אויף נייע הייזער אין דזשורזי סיטי‪ :‬דער רב הקהילה הגה"צ ר' מנשה מאיער‪ ,‬הרה"ג ר' בנציון פייערווערקער‪ ,‬און א איינוואוינער‬

‫זעלבסטפארשטענדליך אז די אורזאך דערצו איז געוויס די‬ ‫גרויסע מעלות פון די געגנט (וואס מיר וועלן באלד אויסשמועסן)‪,‬‬ ‫וואס פארגרינגערט פאר איינעם וואס וויל קויפן א הויז און ער‬ ‫קען זיך עס נישט ערלויבן אין ברוקלין‪ ,‬און דא האט ער עס חצי‬ ‫בחינם‪ ,‬אבער עס דארף באטאנט ווערן אז די בלומינגבורג'ער‬ ‫דעוואלאפמענט האט אסאך צוגעגעבן‪ ,‬עס האט געעפענט די אויגן‬ ‫פארן היימישן עולם אז עס איז צייט זיך אויפצוהייבן און מופן‪,‬‬ ‫און נאכן רעדן אזויפיל פון אוועקמופן פון די סיטי האט עס אויך‬ ‫געהאלפן פאר דזשורזי סיטי‪ ,‬אז אויך דאס זאל זיך אויסארבייטן‪.‬‬

‫פרישע דעטאלן איבערן ישוב‬ ‫פ‪ :‬אלזא‪ ,‬לאמיר הערן אין קורצן די פרייזן פון וואס מען רעדט‬ ‫דא‪ ,‬פאר וויפיל מען קען קויפן א הויז? וויפיל דארף צו קאסטן די‬ ‫רענאוואציעס? די יערליכע פראפערטי טעקס אא"וו?‬ ‫ע‪ :‬מען קען האבן שיינע לייטישע הייזער פאר אזוי ביליג ווי‬ ‫‪ 150-200‬טויזנט דאלאר‪ ,‬און די פראפערטי טעקס דערויף איז צווישן‬ ‫‪ 3,500‬און ‪ 6,500‬דאלאר‪ ,‬געוואנדן אין די הויז‪.‬‬ ‫איינער וואס קויפט א הויז פאר ‪ 200‬טויזנט דאלער‪ ,‬דארף‬ ‫קענען זיך אריינציען אינעם הויז מיטן רענאווירן פאר אונטער‬ ‫צוואנציג טויזנט דאלאר! וויבאלד מען דארף נישט דורכפירן‬ ‫ערנסטע קאנסטרוקציע ארבייט‪ ,‬בלויז פעינטן און איבערמאכן‬ ‫דאס הויז עס זאל באקומען א היימישער אויסזען‪ ,‬ווי מען רופט עס‬ ‫'קאסמעטישע' רענאוואציעס‪ .‬פארשטייט זיך אז אויב איינער וויל‬ ‫מער איבערבויען דאן וועט עס אריינציען אין גרעסערע הוצאות‪ ,‬און‬ ‫דאס קען מען נישט גענוי פאראויסשאצן‪ ,‬אבער איך בין קאנפידענט‬ ‫מיטן אויבנדערמאנטן פרייז‪ ,‬אז פאר ווייניגער ווי צוואנציג טויזנט‬ ‫דאלאר קען מען זיך רואיג אריינציען אהין‪.‬‬

‫פ‪ :‬וואס איז דער מצב מיט פרנסה דארט?‬ ‫ע‪ :‬דאס קען אייך יעדער וואס ווייסט פון די געגנט ענטפערן‪:‬‬ ‫דער מצב פון פרנסה איז אסאך לייכטער ווי אין ברוקלין‪ .‬דאס‬ ‫קומט וויבאלד מערערע היימישע אינגעלייט האבן גרויסע פירמעס‬ ‫אין יענע געגענט‪ .‬נישט בלויז אין די אומגעגענט פון דזשורזי סיטי‪,‬‬ ‫ווי עליזאבעט און נאך‪ ,‬נאר אפילו אין דזשורזי סיטי אליינס איז‬ ‫דא פיל היימישע געגענטער וואס מען קען דארטן גרינגער טרעפן‬ ‫גוטע פאזיציעס‪.‬‬ ‫עס גייט אזוי ווייט אז עטליכע אינגעלייט וואס ארבעטן שוין‬ ‫דארט האבן אונז טעלעפאנירט אז זיי זענען ערנסט אינטרעסירט‬ ‫צו קויפן הייזער אין דזשורזי סיטי‪ ,‬וויבאלד עס קומט זיי אויס‬ ‫זייער גרינג און פראקטיש צוליב זייער ארבעט אין די געגענט‪.‬‬ ‫פ‪ :‬פון וויפיל מענטשן רעדט מען יעצט? וויפיל האבן שוין‬ ‫געקויפט? וויפיל האלטן ערנסט ביים קויפן?‬ ‫ע‪ :‬דורך 'יעזורו' האבן שוין פופצן מענטשן 'געקויפט' הייזער‪,‬‬ ‫אבער מיר ווייסן פון נאך עטליכע אינגעלייט וואס האבן געקויפט‬ ‫הייזער אין די געגנט‪ ,‬אן דעם וואס זיי זאלן קאנטאקטן יעזורו‪ .‬זיי‬ ‫האבן אליינס אנגערופן א בראקער און געקויפט א הויז‪ .‬די גענויע‬ ‫ציפער ווייסן מיר נישט‪.‬‬ ‫דאס איז איבער וויפיל האבן שוין פאקטיש געקויפט‪ ,‬אבער‬ ‫חוץ פון דעם ארבעטן מיר יעצט מיט איבער פופציג אינגעלייט‬ ‫וואס האלטן ערנסט ביים קויפן‪ ,‬זיי קוקן שוין הייזער‪ ,‬די שוויגער‬ ‫איז שוין געקומען קוקן דאס הויז‪ ...‬אא"וו‪.‬‬ ‫פ‪ :‬ווי עס האלט יעצט? ווען וועלן די ערשטע גרופע היימישע‬ ‫משפחות זיך אהינציען?‬ ‫ע‪ :‬די ערשטע גרופע 'נחשונים' וועלן זיך אהינציען בעזרת‬ ‫השם אויף שבת בראשית הבעל"ט‪.‬‬ ‫אויך די אינגעלייט וואס קויפן יעצט‪ ,‬אדער אין די גאר נאנטער‬ ‫שלח תשע"ה‬

‫‪21‬‬


‫צוקונפט‪ ,‬וועלן זיך קענען אהינציען נאך די ימים טובים‪ ,‬אויב זיי‬ ‫גייען נישט מאכן ערנסטע רענאוואציעס אין זייערע הייזער‪.‬‬

‫אויסקרויזן מאנהעטן‬ ‫פ‪ :‬איינס פון די עיקר זארגן איז די מוסדות פאר די טייערע‬ ‫קינדערלעך‪ ,‬וואס איז דער פלאן?‬ ‫ע‪ :‬איינמאל עס ווערט באזעצט מיט מערערע משפחות וועט‬ ‫מען בעז"ה עפענען אייגענע מוסדות‪ ,‬אבער ביזדערווייל וועט מען‬ ‫שיקן די קינדער קיין וויליאמסבורג‪ ,‬וואס איז טאקע נישט אזא‬ ‫געשמאקע זאך‪ ,‬אבער די בערך פופציג מינוט וואס עס געדויערט‬ ‫די וועג‪ ,‬איז נישט צופיל מער וואס עס נעמט פאר א קינד וואס‬ ‫וואוינט אין וויליאמסבורג אנצוקומען אין חדר‪/‬סקול‪ .‬מען דארף‬ ‫אבער נעמען אין באטראכט אז דורכצופירן די קינדער יעדן טאג‬ ‫אין מאנהעטן איז א ערנסטער פראבלעם‪.‬‬ ‫די פארלאפענע וואך ווען איך בין אהיימגעקומען פון דזשורזי‬ ‫סיטי‪ ,‬האב איך באשלאסן אויסצופרובירן א נייער וועג‪ ,‬צו זען‬ ‫ווילאנג עס דארף צו נעמען בערך די וועג פון דזשורזי סיטי קיין‬ ‫ברוקלין אויב מען פארט נישט דורך מאנהעטן‪ .‬האב איך גענומען‬ ‫דעם בעיאן ברידזש פון ניו דזשורי קיין סטעטן איילענד און פון‬ ‫דארט דעם וועראזאנא ברידזש קיין ברוקלין‪ .‬דער וועג ציט זיך‬ ‫טאקע מער מיילן‪ ,‬אבער עס איז מערסטענס אויף שאסייען וואס‬ ‫מאכט אז עס זאל נישט נעמען צופיל לענגער‪ ,‬א בחינה פון דרך‬ ‫ארוכה שהיא קצרה‪.‬‬ ‫אויפן וועג אהיים רוף איך אן מיין קאלעגע און איך זאג אים‬ ‫אז עס איז פארהאן א וועג צו נעמען די קינדער פון דזשורזי סיטי‬ ‫קיין וויליאמסבורג אן דארפן לייגן פירהענג אויף די פענסטערס‬ ‫פונעם באס‪ ,‬ענטפערט ער מיך צוריק‪" :‬יא יא‪ ,‬זיי דארפן נישט‬ ‫קיין פירהענג אויף די פענסטער נאר ביז זיי קומען אן קיין‬ ‫וויליאמסבורג‪ ."...‬און אזוי איז טאקע געווען‪ ,‬ווען איך בין‬ ‫אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אויף פרענקלין עוועניו האב איך‬ ‫באגעגנט געמיינע יונגען זיצן אויף א שרעקליכן שטייגער‪ ,‬וואס‬ ‫מיר ווילן געוויס נישט צוזען‪ ,‬שוין אפגערעדט אז די קינדער‬ ‫טארן דאס נישט זען‪...‬‬

‫פ‪ :‬אויב מען שיקט די קינדער דורך סטעטן איילענד‪ ,‬דאן קען‬ ‫מען דאך פאר די זעלבע געלט שיקן די קינדער אין א בארא פארקער‬ ‫מוסד‪ ,‬וואס ברענגט אריין די בארא פארקער אידן אינעם בילד?‬ ‫ע‪ :‬אין הכי נמי‪ .‬טראץ וואס ביז איצט האבן מיר געהאנדעלט‬ ‫מיט וויליאמסבורגער אינגעלייט‪ ,‬איז בארא פארק בכלל נישט‬ ‫אויסגעשלאסן‪.‬‬ ‫פ‪ :‬די איצטיגע פופציג אינגעלייט זענען טאקע בלויז פון‬ ‫וויליאמסבורג?‬ ‫ע‪ :‬ניין‪ .‬מערסטענס זענען טאקע פון ווילאמסבורג‪ ,‬אבער עס‬ ‫זענען אויך פארהאן געציילטע פון ב"פ און מאנסי‪ ,‬און אפילו פון‬ ‫קרית יואל‪.‬‬

‫טייל פון די צענדליגער הייזער אין דזשורזי סיטי וואס זענען אפגעקויפט געווארן דורך היימישע אינגעלייט‬

‫‪22‬‬

‫שלח תשע"ה‬


‫אן אסיפה פון נייע איינוואוינער אינעם בית המדרש אין דזשורזי סיטי ‪ -‬לינקס‪ :‬די בנין הבית המדרש פונדרויסן‬

‫א הויז פאר בלויז "זעקס טויזנט‬ ‫דאלאר"‬ ‫פ‪ :‬וואס איז די מעשה מיט די ‪ FHA‬לאונס פראגראם?‬ ‫ע‪ :‬מען האט דאס שוין ברייט ארומגערעדט ביי מערערע‬ ‫געלעגנהייטן‪ ,‬עס גיבט די אויסערגעווענליכע מעגליכקייט פאר א‬ ‫אינגערמאן צו קענען קויפן א הויז אפילו אויב ער האט נישט‬ ‫אראפצולייגן קיין דאון פעימענט‪ .‬מען דארף בלויז האבן "זעקס‬ ‫טויזנט דאלאר"! און פאר דעם קען מען קויפן א הויז וואס קען‬ ‫ארייננעמען נאך א טענענט וואס העלפט אים אויסצוצאלן די‬ ‫מארגעטזש‪.‬‬ ‫און אז מען רעדט פון האבן א טענענט איז כדאי‬ ‫ארויסצוברענגען‪ ,‬אז מיר פרובירן אוועקצושטעלן אז די‬ ‫געווענליכע פרייז פאר איינעם צו דינגען א דירה אין דזשורזי סיטי‬ ‫זאל זיין ‪ 900‬דאלאר פאר א דריי‪-‬בעדרומ'דיגע דירה‪ 700 ,‬פאר‬ ‫א צוויי‪-‬בעדרומ'דיגע דירה‪ ,‬און ‪ 500‬פאר אן איין‪-‬בעדרומ'דיגע‬ ‫דירה‪.‬‬ ‫פ‪ :‬די גאס שמועסט איבער א פראיעקט פון הרה"ח ר'‬ ‫אברהם אהרן לעזער הי"ו‪ ,‬וואס קענט איר אונז דערציילן‬ ‫דערוועגן?‬ ‫ע‪ :‬יא! דאס איז גאר גוטע נייעס‪ ,‬און עס איז ווערט מען זאל‬ ‫רעדן דערפון‪ .‬טראצדעם וואס ער וואלט געקענט נוצן די געלט‬ ‫צו אינוועסטירן אין ברוקלין פאר גרעסערע רווחים‪ ,‬האט ר'‬ ‫אברהם אהרן הי"ו וועלנדיג אויפטון למען הכלל‪ ,‬זיך אריינגעלייגט‬ ‫אויפצובויען א פראיעקט נעבן די גרינוויל געגנט וואס מיר פאנגן‬ ‫יעצט אן צו באזעצן‪ ,‬און אויפבויען איבער הונדערט נייע דירות‬ ‫וואס ער וועט אי"ה ארויסדינגען פאר היימישע משפחות‪ .‬א שריט‬ ‫וואס דארף באגריסט ווערן‪ ,‬און עס וועט זיכער ארויסהעלפן צום‬ ‫פראיעקט‪.‬‬

‫ופרצת ימה וקדמה‪...‬‬ ‫מיט אלע פלענער איבער נייע אידישע ישובים וועלכע קומען‬ ‫אויף‪ ,‬איז יעדער אן קיין אויסנאם שוין היינט מודה אז עס איז‬ ‫בלויז א פראגע פון צייט ביז 'אלע' פון זיי וועלן עווענטועל זיין‬ ‫א פאקט‪ ,‬און עטליכע יאר פון היינט וועט מען שוין פארן אויף‬ ‫שמחות פון ברוקלין קיין גרינוויל און בלומינגבורג און נישט‬ ‫פארקערט‪ ...‬מען דארף בלויז כאפן א בליק אויף די צענדליגער‬ ‫טויזנטער קינדער קעהי"ר וואס ווערן יעצט נתחנך אין די מוסדות‬ ‫התורה אין ברוקלין‪ ,‬און עס איז קלאר ווי דער טאג אז זיי האבן‬ ‫נישט קיין וואוין ארט אין ברוקלין‪ ,‬אפילו אויב מען נוצט יעדן‬ ‫בעיסמענט וואס האט ד' אמות‪.‬‬ ‫עס איז צום האפן אז די נייע געגענטער וועלן זיין די ריכטיגע‬ ‫ערטער ווי אידעלעך וועלן קענען וואוינען על מי מנוחות ביז משיח'ס‬ ‫טאג‪ ,‬אן קיין דאגות פון האוזינג קריזיס'ער און פארקינג טיקעטס‪...‬‬ ‫אינעווייניג אין בית המדרש‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪23‬‬


‫פון קאליפארניע קיין א‬

‫קאליפארניע פראנקרייך נארט קאראליינע און ירושלים‪ ,‬אט דאס זענען בלויז א ט‬ ‫יעריגער גר צדק האט דורכגעלעבט * די אומגלויבליכע געשיכטע פון ר’ יוסף יואל‬ ‫מיט צוויי יאר צוריק און פירט היינט א ריכטיגע היימישע לעבנסשטייגער אין ארץ‬

‫‪24‬‬

‫שלח תשע"ה‬


‫אריינפיר‬ ‫“פאר עטליכע יאר פלעג איך דאווענען דריי תפילות א טאג‬ ‫מיט מנין” זאגט ער אינמיטן זיין שמועס‪“ ,‬אבער איך האב‬ ‫שטענדיג מקפיד געווען אז עס זאל זיין צען מענטשן אויסער מיר”‪.‬‬ ‫אט דאס שפיגלט אביסל אפ די אומגלויבליכע געשיכט פון ר’‬ ‫יוסף יהודה שערמאן‪ ,‬וואס וואוינט היינט אין ארץ ישראל‪ ,‬אבער‬ ‫זיין פארגאנגענהייט איז אטעם‪-‬פארכאפענד‪“ .‬איך פלעג עסן די‬ ‫שבת’דיגע סעודות אין די הייזער פון חרדישע פאמיליעס‪ ,‬אבער‬ ‫אבאכט געגעבן נישט אנצורירן קיין וויין וואס איז נישט געווען‬ ‫מבושל‪ .‬איך פלעג היטן שבת‪ ,‬אבער שטענדיג זיכער געמאכט צו‬ ‫טון איין מלאכה במשך דעם שבת‪ ,‬זינט א נישט‪-‬איד טאר נישט‬ ‫היטן שבת”‪.‬‬ ‫אויב איר וועט אים באגעגענען אויפן גאס אין ירושלים‪,‬‬ ‫וועט נישט זיין קיין שום אורזאך צו חלומ’ן אז ער איז נישט קיין‬ ‫היימישער איד פון געבורטס אן‪ ,‬אבער אין פאקט פארקערפערט ער‬ ‫אין זיך א דראמאטישע געשיכטע וואס ווייניג גייען אדורך‪ .‬אין זיין‬ ‫קנאפע דרייסיג יאר אויף דער וועלט איז ער שוין דורכגעגאנגען‬ ‫מער ווי מאנכע גייען אדורך זייער גאנץ לעבן‪.‬‬ ‫די געשיכטע פון ר’ יוסף איז גאר א לאנגע און שפרייזט‬ ‫אדורך לענדער און קולטורן‪ .‬לעצטענס איז זיין געשיכטע געווען‬ ‫פאבליצירט אין די ארץ ישראל’דיגע פובליקאציעס‪ ,‬און ווי ער‬ ‫זאגט אונז האלט ער אויך אינמיטן שרייבן א בוך איבער זיין‬ ‫געשיכטע‪.‬‬

‫לידתו שלא בקדושה‬

‫ארץ ישראל‬

‫טייל פון די פילע סטאנציעס וואס דער ‪35‬‬ ‫ל שערמאן הי”ו וואס האט זיך מגייר געווען‬ ‫ישראל * ועל גרי הצדק ועלינו‬

‫ר’ יוסף איז געבוירן געווארן אין יאר תש”מ אין די שטאט‬ ‫קאליפארניע‪ ,‬צו א שטרענגע קריסטליכע פאמיליע וואס האט‬ ‫אים ערצויגן אויפן פרומען קריסטליכען שטייגער‪ ,‬און אפילו‬ ‫באגרעניצט זיין צוטריט צו די ‘דרויסענדע’ צולאזטע קולטור‬ ‫מיט וואס די היינטיגע גויאישע גאס איז אנגעפילט‪“ .‬קאנצערטן‪,‬‬ ‫טעאטערס אד”ג זענען געווען אסור בתכלית האיסור”‪ ,‬דערציילט‬ ‫ער היינט איבער די שטוב ווי ער איז אויפגעוואקסן‪“ .‬מיר האבן‬ ‫קיינמאל נישט צוגעהערט מוזיק‪ ,‬און אפילו אונזער צוטריט צו די‬ ‫מידיא איז געווען שטרענג צענזורירט”‪ .‬אבער דאס אלעס האט‬ ‫אים נישט געבאדערט‪ ,‬ער איז געווען נאך פון אינגווייז אן זייער‬ ‫אינטעלעקטועל‪ ,‬און האט געגליכן טיפע דברי חכמה מער ווי די‬ ‫היינטיגע מאדערנע קולטור‪.‬‬ ‫ווי וואונדערליך עס הערט זיך‪ ,‬איז זיין נאמען פון געבורט אן‬ ‫“זשאסעף זשאול שערמאן” אזש עס קען זיך דוכטן אז מען רעדט‬ ‫דא פון א וויליאמסבורגער אינגל ‘יוסף יואל’‪ ...‬אבער אין פאקט‬ ‫איז דאס טאקע געווען זיין נאמען אלס א פאלנע גוי‪“ .‬מיין מוטער‬ ‫האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן‪ .‬איינמאל האט זי‬ ‫געליינט וועגן יוסף הצדיק וואס איז געבוירן געווארן צו רחל נאך‬ ‫לאנגע יארן נישט האבן קיין קינדער‪ ,‬האט זי באשלאסן אז אויב‬ ‫זי וועט געהאלפן ווערן מיט א קינד‪ ,‬וועט זיך אים א נאמען גיבן‬ ‫יוסף‪ .‬און ‪ Joel‬איז געווען די נאמען פון זיין פאטער’ס פאטער‪,‬‬ ‫וואס ער איז טאקע געווען א איד‪ ,‬וואס איז געווארן א יתום אלס‬ ‫קליין קינד‪ ,‬און אין רעזולטאט האט ער ליידער גארנישט געוואוסט‬ ‫פון אידישקייט‪ ,‬און האט געהייראט א נישט‪-‬אידישע פרוי – זיין‬ ‫פאטער’ס מוטער – וואס איז געשטארבן ווען זיין טאטע איז אלט‬ ‫געווען בלויז פינף יאר אלט‪.‬‬ ‫שלח תשע"ה‬

‫‪25‬‬


‫זיין זיידע – וואס איז נפטר געווארן ווען ר’ יוסף איז געווען‬ ‫פופצן יאר אלט – האט דאן חתונה געהאט מיט א אידישע פרוי‪,‬‬ ‫וואס לעבט נאך ביז היינט אין סאן דיאגא‪“ .‬איך רוף איר יעדן‬ ‫ערב יום טוב‪ ,‬צו וואונטשן א גוט יום טוב‪ .‬זי ווייסט נעבעך נישט‬ ‫צופיל איבער אידישקייט‪ ,‬אבער‪ ,‬ווער ווייסט‪ ,‬אפשר איר נשמה‬ ‫ווייסט יא‪”...‬‬ ‫שערמאן איז געווען אין די צוואנציגער יארן און האט שוין‬ ‫אנגעפאנגען צו קומען אפטער אין שול‪ ,‬ווען ער האט אויסגעפינען‬ ‫נאך אן איבערראשנדער פאקט‪ ,‬נעמליך‪ ,‬זיין מאמע’ס טאטע איז‬ ‫אויך געווען אידיש! שערמאן דערציילט‪“ :‬זיין (‪-‬דער זיידע) מאמע‬ ‫איז געווען אידיש און זיין פאטער איז געווען איטאליעניש‪ .‬איך‬ ‫האב אים שטענדיג געקענט אלס דער איטאליענער זיידע‪ ,‬און דאן‬ ‫בין איך געוואויר געווארן אז ער איז גאר אן הלכה’דיגער איד!‬ ‫אזוי ארום בין איך באקאנט געווארן אז צוויי פון מיינע זיידעס‬ ‫זענען אידן – וואס גייט דא פאר? פאר מיר האט דאס געמיינט‬ ‫גאר אסאך”‪.‬‬

‫אויטאס אין די לאנד פון תנ”ך‬ ‫היינט צוטאגס ארבעט ר’ יוסף אלס א מארקעטינג‬ ‫סטראטעגיסט און איז שטארק ארויפגעקוקט און רעספעקטירט‬ ‫ביי די גרעסטע פירמעס‪ ,‬אין צוגאב צו זיין לערנען א גאנצן טאג‬ ‫אין ישיבת ‘אור שמח’ אין ירושלים‪ ,‬אבער זיין אייגנארטיגע און‬ ‫זעלטענע טאלאנטן האבן זיך שוין דערקענט ווען ער איז געווען‬ ‫גאר אינג‪.‬‬ ‫ער איז אלט געווען בלויז צען יאר‪ ,‬אין די פינפטע קלאס‪,‬‬ ‫ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן ביי א ‘פובליק הירינג’‪,‬‬ ‫איבער די גערודער ארום די ריווערסייד מיוניסיפיל עירפארט‬ ‫(נעבן זיין דעמאלסדיגע היים)‪ ,‬ער האט געשריבן און אליינס‬ ‫געגעבן זיין אייגענע דרשה צו די ארטיגע סיטי קאונסיל‬ ‫מעמבערס‪ .‬ער האט געהאט געזען א מעלדונג אז עס גייט זיין א‬ ‫פובליק הירינג איבער דעם פראבלעם וואס פלעגט אים שטערן‪,‬‬ ‫ער האט געפרעגט זיינע עלטערן וואס א פובליק הירינג מיינט‪,‬‬ ‫און זיי האבן אים ערקלערט אז יעדער איינער פון די קאמיוניטי‬ ‫קען אהין גיין און רעדן‪ ,‬צו לאזן הערן זייער מיינונג‪“ ,‬איך האב‬ ‫געטראכט צו זיך אז ‘איך בין דאך איינער פון די קאמיוניטי’‪ ,‬און‬ ‫אז ‘איך קען רעדן’‪ ,‬אלזא‪ ,‬איך האב צוזאמגעלייגט ‪ 2‬מיט ‪ ,2‬געטון‬ ‫מיין ‘האומווארק’‪ ,‬זיך אנגעגרייט צו רעדן‪ ,‬און אהינגעגאנגען‬ ‫רעדן”‪ .‬דארט האט ער ערקלערט מיט באק ציינער ווי שווער‬ ‫עס איז צו טון די היים‪-‬ארבעט ווען עראפלאנען האלטן אין איין‬ ‫פליען העכער די קאפ‪...‬‬ ‫ביז היינט צייכנט זיך יוסף אויס מיטן קענען גוט רעדן פאר‬ ‫א רבים‪ ,‬און ער שטיצט שטארק יעדן איינעם אז מען זאל זיך‬ ‫דאס אויסלערנען‪ .‬ביי די זעכצן יאר איז ער רעקרוטירט געווארן‬ ‫דורך די אוניווערזיטעט פון קאליפארניע אנטייל צו נעמען אין‬ ‫א סייענטפישע פארש פראגראם‪ ,‬ווי ער האט געארבעט אין א‬ ‫לאבאראטאריע אויפצוטרעפן געוויסע סענסארס פאר מח‬ ‫פארשונגען‪.‬‬ ‫אין צוגאב פלעגט ער גיין אין קירכע דריי מאל א וואך‪ ,‬און‬ ‫ביי די פופצן יאר איז ער געווארן א בייהילפער אין די ארטיגע‬ ‫קירכע‪ ,‬א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן פאר קנאפע צען‬ ‫יאר‪“ .‬אבער” לייגט ער צו‪“ ,‬איינמאל איך בין אנגעקומען אין די‬ ‫‪26‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫אוניווערזיטעט‪ ,‬האב איך געפינען א רייע זאכן וואס זענען ביז דאן‬ ‫געווען באהאלטן פון מיר‪ ,‬איך האב זיך באגעגנט מיט סייענטיסטן‬ ‫און קלוגע מענטשן וואס האבן אוועקגעמאכט די קריסטליכע‬ ‫רעליגיע‪ ,‬און אלעס מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן‪ .‬עס איז נישט‬ ‫געווען גרינג פאר מיר‪.‬‬ ‫און טראצדעם וואס ער פלעגט ליינען אסאך איבער דאס‬ ‫אידישע פאלק‪ ,‬האט ער זיך באגעגענט מיט אידן צום ערשטן מאל‬ ‫אין די אונווערזיטעט פון קאליפארניע‪ ,‬אין סאן דיעגא‪ ,‬און ער האט‬ ‫גלייך געשפירט א געוויסע צוגעצויגענקייט צו זיי‪ .‬ער פלעגט נאך‬ ‫אלס גיין אין קירכע‪ ,‬אבער ער פלעגט שוין אויך גיין מיט אידישע‬ ‫פריינט‪ ,‬צו זייערע פארברענגען‪ ,‬וואס איז בכלל נישט געווען קיין‬ ‫פרומע אטמאספערע‪ ,‬אבער ער האט זיך געשפירט גוט צו זיין מיט‬ ‫אידן‪ .‬דאס ביסל אידישקייט וואס מען האט דארט יא געלערנט איז‬ ‫געווען עפעס וואס האט אים אינגאנצן איבערגענומען‪ ,‬און חוץ פון‬ ‫דעם האט ער שטארק אנגעהויבן צו גלייכן לשון הקודש‪ ,‬וואס ער‬ ‫האט זיך אויסגעלערנט‪.‬‬ ‫נאכן גראדואירן מיט א דעגרי אין עטנישע שטודיעס‪ ,‬איז יוסף‬ ‫געגאנגען שטודירן אין א ביזנעס שולע אין פראנקרייך‪ .‬אלס א‬ ‫סטודענט האט ער געפינען צייט צו באזוכן לבנון‪ ,‬מאראקא‪ ,‬און‬ ‫כינע‪ .‬ער האט דאס ערשטע מאל באזוכט ארץ ישראל אין יאר‬ ‫תשס”ד‪.‬‬ ‫“איך בין געגאנגען צו די קברים פון די אבות‪ ,‬צום גליל‪ ,‬און‬ ‫נאך‪ ,‬איך געדענק ווי איך בין געווען איבערראשט צו זען דארט‬ ‫אויטאס און ראודס‪ .‬איך בין געווען זיכער אז אין די לאנד פון‬


‫דאס האט פאסירט פאר ראש השנה‪ .‬טראץ וואס ער האט נאך‬ ‫תנ”ך רייטן נאך מענטשן אויף פערד‪ .‬אזוי נאאיוו בין איך דאן‬ ‫דאן געארבעט פאר די קירכע‪ ,‬האט זיך אים פארגלוסט צו גיין‬ ‫געווען”‪ .‬דארט האט ער אויך אויסגעפינען וועגן די ‘אור שמח’‬ ‫אין א אידישע שול פאר די תפילות‪“ .‬רעפארם איז נישט געווען‬ ‫ישיבה ווי ער האט זיך באטייליגט אין די שיעורים‪.‬‬ ‫גוט פאר מיר‪ ,‬איך האב געדארפט די ריכטיגע אידישקייט‪ .‬אבער‬ ‫אויך האט אים א חבר געשלעפט צו א שיעור אין חומש‪-‬רש”י‬ ‫איך בין געווען היבש דערשראקן‪ .‬איך בין געווען א קריסט מיין‬ ‫פון הגאון רבי נתן צבי פינקל זצ”ל ראש ישיבת מיר ירושלים‪ ,‬און‬ ‫גאנצע לעבן‪ ,‬אפשר וועל איך‬ ‫ווי ר’ יוסף דערציילט אונז‬ ‫ברענען אין גיהנום פארן גיין‬ ‫היינט איז ער נאך ביז היינט‬ ‫אין שול?‪”...‬‬ ‫אונטער די טיפע איינדרוק‬ ‫דעמאלט האט שערמאן‬ ‫פון דעם אויסערגעווענליכע‬ ‫איינגעזען אז ער מוז טרעפן‬ ‫בילד וואס האט זיך‬ ‫א ריכטיגער מורה דרך‪,‬‬ ‫אנטפלעקט פאר זיינע אויגן‪,‬‬ ‫איינער וואס זאל אים‬ ‫ווי אזוי דער גרויסער גאון‬ ‫שטעלן אין פלאץ‪ .‬ער איז‬ ‫וואס האט נעבעך געליטן‬ ‫געוואויר געווארן איבער די‬ ‫אויף פארקינסאנס האט זיך‬ ‫ארטיגע חב”ד שליח פון די‬ ‫אנגעשטרענגט צו גיבן די‬ ‫דערנעבנדיגע אוניווערזיטעט‪,‬‬ ‫שיעור‪ ,‬ווען יעדעס ווארט‬ ‫ווי יוסף פארציילט ווייטער‪:‬‬ ‫איז אים אנגעקומען שווער‪.‬‬ ‫“איך בין געווען שעמוועדיג‬ ‫צו גיין אזוי אליינס צו אים‪,‬‬ ‫האב איך דעריבער געשיקט‬ ‫אן אימעיל צום חב”ד‬ ‫הויז שרייבנדיג באריכות‬ ‫אין יאר תשס”ז האט‬ ‫אלע מיינע פראגעס וועגן‬ ‫ער זיך צוריקגעקערט קיין‬ ‫אידישקייט און קריסטנום‪.‬‬ ‫נארט קארעליינע‪ ,‬ווי זיינע‬ ‫צוויי טעג שפעטער האב‬ ‫עלטערן האבן זיך דערווייל‬ ‫ער איז אן אויסגעצייכנטער רעדנער‬ ‫איך ערהאלטן א לאנגע‬ ‫געהאט אריבערגעצויגן‪ ,‬און‬ ‫דעטאלירטע ענטפער‪ ,‬אויפווייזנדיג דאס ריכטיגקייט פון‬ ‫דוקא דארט‪ ,‬ווייט אוועק פון א אידישע לעבנסשטייגער‪ ,‬איז ער‬ ‫אידישקייט”‪.‬‬ ‫דורכגעגאנגען א גייסטישע איבערקערעניש‪ .‬ער האט געארבייט פאר‬ ‫שערמאן האט דאן אנגעהויבן צו גיין צופיס יעדן שבת צום חב”ד‬ ‫די אוניווערזיטעט פון נארט קארעליינע אלס אן אדמיניסטראטאר‬ ‫הויז צו עסן דארט א סעודה‪“ .‬עס איז געווען אן אינטערעסאנטע‬ ‫פאר פארשידענע פארש פראיעקטן‪ ,‬און איז אויך אויפגענומען‬ ‫דורכגאנג‪ ,‬איך פלעג זאגן צו מיר אליינס אז איך בין אידיש פונקט‬ ‫געווארן צו זיין א רעזידענט אין די לאקאלע קירכע‪ ,‬וואס האט‬ ‫ווי אלע אנדערע געסט‪ ,‬אבער טיף אין הארצן האב איך געוואוסט‬ ‫געמיינט אז ער האט געדארפט זיין גרייט אויפן ארט ‪ 24‬שעה א טאג‪,‬‬ ‫אז איך שפיל א געים‪ .‬ווען עס האט זיך געמאכט איינמאל אז‬ ‫אבער א דאנק דעם האט ער געקריגען אן אומזיסטע דירה‪.‬‬ ‫איך האב פארפאסט א סעודה‪ ,‬האב איך געשפירט אזוי ליידיג‪ ,‬און‬ ‫“דאן איז געשען די גרויסע איבערקערעניש” דערציילט ער‪.‬‬ ‫אזוי האב איך באשיינפערליך איינגעזען ווי שטארק איך דארף דעם‬ ‫“איך האב געהאט אסאך ליידיגע צייט צו שטודירן‪ ,‬מיט א גאנצע‬ ‫שבת‪ ,‬עס איז ממש ווי אקסיגען צו אטעמען‪ .‬דעמאלט האב איך‬ ‫ריזיגע לייברערי צו מיין האנט‪ .‬האב איך אנגעהויבן צו לערנען‬ ‫באשלאסן אז איך גיי זיך מגייר זיין‪.‬‬ ‫לשון הקודש‪ ,‬און צו לערנען די ארגינעלע אידישע תנ”ך און עס‬ ‫פאגלייכן צו די איבערגעזעצטע קריסטליכע ווערסיע‪ ,‬זעענדיג‬ ‫וויפיל זאכן זענען געווארן פארדרייט און ארויסגענומען‪”.‬‬ ‫שערמאן גיבט צו אז זיין פארגאנגענהייט אין סייענטיפישע‬ ‫מיט די הילף פון הרב בלומינג פון די חב”ד הויז‪ ,‬איז שערמאן‬ ‫פארשונגען האט אים געהאלפן מיטן ארויסהאבן די ווארהייט פון‬ ‫אנגעקומען קיין ארץ ישראל‪ .‬געווען איז עס פינף יאר צוריק‪ ,‬ערב‬ ‫די אידישע רעליגיע‪“ .‬אין סייענס ווערט אלעס אנגענומען אדער‬ ‫שבועות תש”ע‪ ,‬ווען יוסף איז אנגעקומען נאכאמאל קיין ארץ‬ ‫אפגעווארפן געבויט אויף דאטא‪ .‬א סייענטיסט קען אוועקגעבן‬ ‫ישראל‪ ,‬דאס מאל מיטן פלאן זיך מגייר צו זיין‪ .‬אבער א ריכטיגע‬ ‫צוואנציג יאר צו פארשן און טרעפן א געוויסע רפואה פאר קענסער‪,‬‬ ‫גירות פראצעדור‪ ,‬איז ער געוואויר געווארן‪ ,‬איז נישט אזא פשוטע‬ ‫אדער טראכטן אז ער האט געטראפן‪ ,‬אבער די מעדיצינישע וועלט‬ ‫מעשה‪ ,‬ער איז געווען זייער אפענריכטיג מיט זיין פארגאנגענהייט‪ ,‬ער‬ ‫וועט עס נאר אננעמען אויב עס ווערט באשטעטיגט אין קלינישע‬ ‫האט פארציילט פאר די רבנים אז צוויי פון זיינע זיידעס זענען געווען‬ ‫טעסטס‪ .‬איך האב דאן באשלאסן אז רעליגיע דארף דורכגיין‬ ‫אידיש‪ ,‬ער האט זיי געוויזן עטליכע בריוון פון רבנים אין אור שמח‬ ‫די זעלבע ‘טעסט’‪ .‬ווען איך האב געלייגט די קריסטנטום צום‬ ‫ווי ער האט געלערנט‪ ,‬אבער די רבנים זענען געווען באזארגט פון זיין‬ ‫טעסט‪ ,‬איז עס דורכגעפאלן‪ .‬ווען איך האב געלייגט אידישקייט‬ ‫פארגאנגענע צוויי צענדליג יארן אין די קירכע‪ .‬זיי האבן געוואלט אז‬ ‫צום טעסט‪ ,‬האט עס באקומען הונדערט פראצענט‪ .‬אבער עס איז‬ ‫ער זאל צום ערשט לערנען אביסל מער תורה‪ ,‬צו דערטאפן אויב ער‬ ‫געווען א שטארקע שאק פאר מיר‪ ,‬מיין גאנצע וועלט האט זיך‬ ‫מיינט עס טאקע ערנסט‪ .‬יוסף איז צוריק געגאנגען צו אור שמח ווי‬ ‫פלוצלינג איבערגעדרייט”‪.‬‬

‫רעליגיע אויפן‬ ‫טעסט‬

‫אלס גוי קיין ארץ ישראל‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪27‬‬


‫מען האט אים גערן אויפגענומען‪ ,‬אבער אלס א נישט‪-‬איד האט ער‬ ‫נישט געמעגט וואוינען אין די דארמיטארי‪.‬‬ ‫ביי דעם פונקט האט שוין יוסף באשלאסן אנצופאנגען צו פירן‬ ‫א חסידישע לעבנסשטייגער‪ ,‬אבער עס איז אויך נישט געגאנגען‬ ‫אזוי פשוט‪“ .‬ווען איך בין געווען אין נארט קארעליינע‪ ,‬האב‬ ‫איך שטודירט ‘אלעס’‪ ,‬די מהלך פון ר’ מאיר כהנא‪ ,‬חב”ד‪ ,‬רב‬ ‫סאלאווייטשיק‪ .‬ווען איך האב אנגעהויבן צו גיין אין שול איז עס‬ ‫געווען מיט קאלירטע הויזן און נישט אזא ‘היימישע’ העמד‪ ,‬עס‬ ‫איז נישט געווען אז וויבאלד איך גלייך די חסידים וועל איך אויך‬ ‫אנטון זייער סארט לבוש‪.‬‬ ‫ער איז היינט מודה אז ווען ער האט געזען די חסידים דאס ערשטע‬ ‫מאל‪ ,‬האט ער געטראכט צו זיך ‘די מענטשן זעען דאך אויס ווי מענטשן‬ ‫פון ‪ 3000‬יאר צוריק’‪ ,‬און עס האט אים נישט אזוי געשמעקט צו גיין‬ ‫אנגעטון ווי זיי‪“ .‬אלעס‬ ‫האט זיך אבער געטוישט‬ ‫ווען מיין פאטער איז‬ ‫מיר געקומען באזוכן‬ ‫אין ארץ ישראל‪ ,‬מיר‬ ‫האבן געדינגען א קאר‪,‬‬ ‫און ווען מיין טאטע‬ ‫האט געוואלט רעדן‬ ‫מענעדזשער‪,‬‬ ‫מיטן‬ ‫איז ער ארויסגעקומען‬ ‫מיט א שיינעם אנצוג‪,‬‬ ‫אין קאנטראסט צו די‬ ‫פשוטע ארבעטער וואס‬ ‫האבן געהאט ביליגע‬ ‫טי‪-‬שורטס‪ .‬מיין פאטער‬ ‫האט דאן געלאזט‬ ‫פאלן ווערטער אז דער‬ ‫מענעדזשער דארף זיך‬ ‫אנטון בעסער וויבאלד‬ ‫ער האט אן אחריות‪.‬‬ ‫דאס האט מיר‬ ‫טראכטן‬ ‫געמאכט‬ ‫אסאך דערוועגן‪ .‬דאקטוירם האבן אזא ‘לעב קאוט’‪ ,‬אקאונטענטס‬ ‫און אדוואקאטן האבן טונקעלע סוטס‪ ,‬סטודענטן אין קאלעזש האבן‬ ‫יוניפארמס‪ .‬אין די ביזנעס שולע אין מילאן ווי איך האב געוויילט‬ ‫פאר א חודש‪ ,‬האב איך געלערנט ווי אזוי דעזיינערס לערנען אויס‬ ‫מענטשן זיך אנצוטון און אזוי ארום זיך צו אידענטיפיצירן‪ ,‬מיטן‬ ‫מאטא אז “איך בין איינער וואס טראגט דער סארט לבוש וויבאלד‬ ‫עס מאכט א סטעיטמענט איבער מיין אידענטיטעט”‪ ,‬יעדער איינער‪,‬‬ ‫פון א פרעזידענט ביז א דראג האנדלער‪ ,‬טראגן די מלבושים זייערע‬ ‫וויבאלד עס שיקט א ‘מעסעזש וואס זיי זענען און וויאזוי זיי ווילן‬ ‫זיין אנגעקוקט דורך מענטשן‪ .‬ווען איך האב דאס געכאפט‪ ,‬האב איך‬ ‫געטראכט צו מיר ‘איך וויל זיין א חלק פון די חסידישע אידן‪ ,‬אויב‬ ‫אזוי דארף איך אנטון זייערע סארט מלבושים’‪.‬‬ ‫ווי ער לייגט צו האט נאך א פאקטור צוגעגעבן אז ער זאל‬ ‫ווערן חסידיש‪“ .‬איך האב אסאך געטראכט פון מיינע זיידעס‪ .‬וואס‬ ‫האט זיי געמאכט אפצולאזן אידישקייט? וויבאלד זיי האבן נישט‬ ‫געהאט די סביבה‪ ,‬די ווארעמקייט און פריינטשאפט וואס מען‬ ‫געפינט אין א חסידישע געמיינדע”‪.‬‬ ‫‪28‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫ביים קליוולאנדער רבי‬ ‫ווען יוסף איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל‪ ,‬האט ער געזען די‬ ‫אלע סארטן שיכטן און קרייזן פון אויטענטישע אידישקיט‪ ,‬אבער‬ ‫דאן איז ער געוואויר געווארן פון די ענגליש‪-‬רעדנדער קליוולאנדער‬ ‫רבי פון רעננה‪ .‬כ”ק אדמו”ר רבי יצחק אייזיק ראזענבוים שליט”א‬ ‫האט זיך אריבערגעצויגן פון קליוולאנד צו רעננה אין יאר תשכ”ו‪,‬‬ ‫און האט באוויזן אויפצושטעלן א הערליכע חסידות אין די פרייע‬ ‫שטאט‪ .‬כאטש ער איז נאך נישט געווען קיין איד‪ ,‬האט יוסף‬ ‫אנגעפאנגען צו גיין פאר שבתים צום רבין‪.‬‬ ‫ביזדערווייל‪ ,‬זייענדיג א נישט‪-‬איד וואס קען נאך נישט וויילן‬ ‫אין די דארמיטארי‪ ,‬האט ער געדארפט שאפן געלט צו באצאלן‬ ‫די רענט פון זיין אפארטמענט און די אנדערע אויסגאבן‪ ,‬אלזא‬ ‫האט ער אנגעפאנגען צו‬ ‫נוצן זיינע מארקעטינג‬ ‫און מידיע אייגענשאפטן‬ ‫און צווישן אנדערס‬ ‫אנגעפאנגען צו ארבייטן‬ ‫פארשידענע‬ ‫פאר‬ ‫און‬ ‫ארגאנעזאציעס‪,‬‬ ‫האט אויך געארבעט‬ ‫פאר די הדסה עין כרם‬ ‫געשריבן‬ ‫שפיטאל‪,‬‬ ‫פאר די ‘זשערוסעלעם‬ ‫פאוסט’ און אנדערע‬ ‫פובליקאציעס‪ .‬און דאס‬ ‫אלעס בשעת ער האט‬ ‫געווארט צו באקומען‬ ‫דעם ‘אקעי’ דורכצוגיין‬ ‫די גירות פראצעדור‪.‬‬ ‫“די צוויי יאר זענען‬ ‫געווען גאר שווער פאר‬ ‫מיר‪ ,‬עמאציאנעל”‪ ,‬זאגט‬ ‫יוסף‪“ .‬היינט פארשטיי‬ ‫איך אז איך האב געמוזט‬ ‫דורכגיין די טשאלענזשעס‪ .‬אינדרויסן האב איך אויסגעזען ווי א‬ ‫איד‪ ,‬אבער אינעווייניג האב איך געווארט פאר עפעס וואס האט‬ ‫צומאל אויסגעזען אזוי ווייט און אוממעגליך צו דערטאפן‪ .‬היינט‬ ‫פארשטיי איך אז אזא גרויסע אינטערנעמונג טאר נישט ווערן געטון‬ ‫שנעלערהייט‪ ,‬און אז איך האב נאך געדארפט לערנען און דאווענען‬ ‫אסאך”‪ .‬אין אן אינטערוויו וואס ער האט געגעבן אינמיטן די צוויי‬ ‫יאר‪ ,‬זומער תשע”ב לפ”ק‪ ,‬האט ער געזאגט צווישן אנדערס‪“ ,‬ווי‬ ‫עס שיינט איז נאך נישט געקומען די צייט זיי זאלן מיר אננעמען‪.‬‬ ‫נאר גאט ווייסט ווען די ריכטיגע צייט איז”‪.‬‬ ‫די נידעריגסטע פונקט האט ער געהאט אין יום טוב‬ ‫פסח פאר ער האט זיך מגייר געווען‪ .‬ווי קאמיש עס הערט‬ ‫זיך האט ער געדינט דאן אלס ‘חמץ גוי’‪ ,‬פאר וועמען מען‬ ‫האט פארקויפט די חמץ‪ .‬געווען איז עס ביי די זעלבע בית‬ ‫דין צו וועמען ער האט זיך געהאט געוואנדען אז ער וויל זיך‬ ‫מגייר זיין‪ ,‬און דורכאויס די לאנגע ווארטענישן האבן זיי אים‬ ‫פארגעשלאגן צו דינען אלס דער גוי וואס קויפט די חמץ‪“ ,‬איך‬ ‫האב עס אנגעקוקט אלס א געלעגענהייט צו לערנען די הלכות‬


‫פארבינדן מיט זיין פארגאנגענהייט‪.‬‬ ‫ד “אבסטרעקט” סארטן פעינטינגס קוקן אויס אביסל‬ ‫אינטרעסאנט אויפן ערשטן מינוט‪”.‬מענטשן פרעגן מיך אפט ‘וואס‬ ‫פעינט איר?’‪ ,‬און איך ענטפער זיי אז איך פעינט איבערלעבענישן;‬ ‫איך פעינט געפילן”‪ ,‬זאגט אונז ר’ יוסף‪“ .‬פאר איין מענטש איז א‬ ‫חתונה א פרייליכע מאמענט‪ ,‬און פאר א צווייטער איז עס א בילד‬ ‫וואס דערמאנט אים ענדיגן ש”ס‪ .‬ווען איך פעינט צער און פיין‪ ,‬קען‬ ‫איינער זען די וועלט מלחמה‪ ,‬און א צווייטער זעט א פריינט וואס‬ ‫גייט רח”ל דורך די ביטערע מחלה‪ .‬קאלירן‪ ,‬שאטענעס און פארבן‪,‬‬ ‫האבן די מעגליכקייט ארויסצוזאגן ווערטער‪( .‬זעט בייגעלייגט‬ ‫בילדער פון ר’ יוסף אין די בעלגישע קאנסולאט ווי עס ווערט‬ ‫אויסגערומט זיינע פעינטינגס)‪.‬‬ ‫אויך דערמאנט ער הרב חיים דאסקאל שליט”א‪ ,‬וואס ווערט‬ ‫גערופן “ר’ חיים פון ירושלים”‪ ,‬וואס טראץ דעם וואס ער איז אן‬ ‫אייניקל פון סקולענער רבי שליט”א‪ ,‬גיבט ער זיך אוועק בלב ובנפש‬ ‫פאר קירוב‪ ,‬און ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט יעדן איינעם‪ ,‬פון‬ ‫א פרייער איד וואס האט נאך קיינמאל נישט טועם געווען שבת‪,‬‬ ‫ביז א חסידישער בחור אדער אינגערמאן וואס זוכט התחזקות אין‬ ‫עבודת השם‪.‬‬ ‫באקומענדיג אן אויסצייכענונג פאר זיינע וואונדערליכע מאלערייען‬ ‫מיט זיין רבי'ן דער קליוולאנדער רבי שליט"א‬

‫פון קנינים פון דער נאנט”‪ .‬יענעם פסח‪ ,‬דערציילט שערמאן‪,‬‬ ‫“האב איך געקראצט אלע קעבינעטס‪ ,‬גע’כשר’ט און צוגעדעקט‬ ‫אלע קאונטערס‪ ,‬עס איז נישט געווען קיין ברעקל פון חמץ‪.‬‬ ‫אבער אין איין ווינקל איז געווען א פעקל דאקומענטן וואס‬ ‫האט באשטעטיגט אז איך בין דער אייגענטומער פון א ריזיגע‬ ‫סכום פון חמץ וואס באלאנגט צו טויזנטער איינוואוינער פון‬ ‫רמת שלמה און מעלת דפנה”‪.‬‬ ‫יענעם פסח האט אים באפאלן א מורא’דיגע איינזאמקייט‪“ .‬די‬ ‫ווייטאג און פיין פון יענעם שביעי של ספח ליגט מיר נאך אין די‬ ‫בלוט”‪ ,‬זאגט ער היינט‪ ,‬געדענקענדיג ווי ער איז געווען אליינס‪,‬‬ ‫אן די מעגליכקייט פון מיטהאלטן די יום טוב’דיגע סעודות אין די‬ ‫הייזער פון אנדערע‪ ,‬צוליב די איסור על פי הלכה פון קאכן פאר א‬ ‫גוי (יום טוב קאכט מען דאך פאר די משפחה‪ ,‬אבער מען טאר נישט‬ ‫קאכן פאר גויאישע געסט‪ .‬און שבת קאכט מען דאך גארנישט‪ ,‬איז‬ ‫נישט דא דער פראבלעם)‪.‬‬

‫איינגעגלידערט אינעם עם הנבחר‬ ‫היינט שפענדט ר’ יוסף זיינע טעג אין בית מדרש פון ‘אור‬ ‫שמח’‪ ,‬און נוצט אויס זיין פארגאנגענהייט צוזאמען מיט זיינע‬ ‫זעלטענע טאלאנטן צו שרייבן א ספר אויף הלכות גירות און גרים‪.‬‬ ‫באזונדער האט ער געשריבן אן אייגענעם חיבור אויף די ‘חובת‬ ‫התלמידים’ פונעם פיאסעצנא רבי הי”ד‪ .‬און האלט זיך א חסיד‬ ‫פון קליוולאנדער רבי פון רעננה‪ ,‬אויך גייט ער צו די שיעורים פון‬ ‫הגה”צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט”א‪.‬‬ ‫ענדגנדיג אונזער שמועס דערציילט אונז ר’ יוסף אז ער האט‬ ‫אויך א שטארקע טאלאנט אין מעלערייען אין אזא סארט וואס‬ ‫רופט זיך “אבסטרעקט עקספערשאניזם”‪ ,‬וואס ער פלעגט צו‬ ‫מאלן נאך אלס בחור‪ ,‬אבער ער האט עס אויפגעהערט צו טון‬ ‫דורכאויס די לאנג פארצויגענע גירות פראצעדור‪ ,‬מיינענדיג אז‬ ‫עס איז א גויאישע זאך צו טון‪ ,‬און אז עס וועט אים האלטן‬ ‫שלח תשע"ה‬

‫‪29‬‬


‫די וועלט'ס גרעסטע קאנטע‬ ‫די וועלט'ס גרעסטע קאנטעינאר שיף איז די "עממע מיערסק"‪,‬‬ ‫וועלכע קען פירן איבער ‪ 15,000‬טראקטאר טרעילאר קאנטעינארס‪,‬‬ ‫[דאס זענען די 'בַאקסעס' פון די לאנגע טראקטאר טרעילארס‬ ‫וועלכע מיר זעען שטענדיג אויף די ראודס]‪ ,‬וועלכע זענען‬ ‫אנגעפילט מיט אלע'רליי סארט סחורה‪ ,‬אנגעהויבן פון אויטאס‪,‬‬ ‫טראקס‪ ,‬פורניטשער‪ ,‬עלעקטראניקס‪ ,‬קליידונג‪ ,‬שפילצייג‪ ,‬ביז‬ ‫צאללאזע עסווארג און מעדעצינען‪.‬‬ ‫די סארט שיפן ווערן דעזיינט צו האלטן צוואנציג פיס‬ ‫לאנגע קאנטעינארס‪ .‬נעמליך א קאנטעינאר וועלכע איז ‪20‬‬ ‫פיס לאנג‪ 8 ,‬פיס ברייט‪ ,‬און ‪ 9‬פיס און דער הייעך‪ .‬כאטש‬ ‫‪30‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫וואס רוב קאנטעינארס זענען ‪ 40‬פיס לאנג‪ ,‬פון דעסטוועגן‬ ‫ווערן די שיפן געמאסטן לויט דער גרויס פון ‪ 20‬פיס לאנג‬ ‫קאנטעינארס‪.‬‬ ‫מיט עטליכע יאר צוריק‪ ,‬איז די שיף פארטיג געווארן און אריין‬ ‫אין דינסט‪ ,‬און האט געמאכט איר ערשטע רייזע סעפטעמבער‬ ‫‪ 8‬אין יאר ‪ .2006‬נאך עטליכע חדשים פון שפעקולאציעס איבער‬ ‫די גרויסקייט פון דעם שיף‪ ,‬האט די ‪ 38‬ביליאן דאלאר קאמפאני‬ ‫'מיערסק ליין' ‪-‬די 'מייקראסאפט' אין די שיפינג אינדוסטרי‪-‬‬ ‫אפיציעל אדרעסירט דעם 'עממע מיערסק'‪ ,‬וועלכע איז איצט‬ ‫די גרעסטע קאנטעינאר שיף אויפן פלאנעט‪ .‬די שיף איז פון די‬


‫עינאר שיף‬

‫געביידע‪ .‬כאטש עס איז א סוד וויפיל עס האט געקאסט צו בויען‬ ‫די שיף‪ ,‬שאצן עקספערטן אז עס האט געקאסט פאר די קאמפאני‬ ‫ארום ‪ 145‬מיליאן דאלאר‪ .‬און כאפענדיג א בליק אויף די מאנסטער‬ ‫שיף‪ ,‬איז נישט קיין וואונדער אז "מעיד אין טשיינע" פראדוקטן‬ ‫פארשוועמען די אמעריקאנער גאסן‪ .‬מיט אזא שיף קען מען‬ ‫סופלייען א גאנץ לאנד‪.‬‬ ‫איינס פון די אינטערעסאנטסטע פאקטארן פון די שיף איז‪,‬‬ ‫דאס אז עס איז גענוג א מאנשאפט פון בלויז ‪ 13‬פאר די שיף‪,‬‬ ‫וועלכע איז גרעסער פון א עירקרעפט קעריער שיף וועלכע פירט‬ ‫איבער ‪ 5,000‬סאלדאטן‪ ,‬און דאס איז צוליב דעם וואס זי איז גאר‬ ‫א פארגעשריטענע טעכנעלאגישע שיף‪ ,‬און רוב פונקציעס ווערן‬ ‫אדורך געפירט אויטאמאטיש‪ ,‬מיט די הילף פון קאמפיוטערייזד‬ ‫סיסטעמס‪.‬‬ ‫עס כאפט א ציטער זעענדיג ווי אזא מאנסטער געביידע פון‬ ‫איבער ‪ 1,300‬פיס לאנג 'פליט' מיט א שנעלקייט פון ‪ 31‬נאטס‪.‬‬ ‫צוליב איר גרויסקייט‪ ,‬איז זי נישט דעזיינט צו קענען אדורך‬ ‫פארן דעם פאנאמא קאנאל‪ ,‬וועלכע פארקורצערט די וועג‬ ‫פאר אלע שיפן‪ .‬פון דעסטוועגן‪ ,‬וויבאלד די שיף פארמאגט‬ ‫א קרוז ספיד פון ‪ 31‬נאטס‪ ,‬וועט זי אנקומען מיט גאנצע פיר‬ ‫טאג שנעלער‪ ,‬פון כינע קיין קאליפארניע ווי א געווענליכע‬ ‫קאנטעינאר שיף‪ ,‬וועלכע פארן בדרך כלל מיט א ספיד פון‬ ‫אכצן ביז צוואנציג נאטס‪ ,‬אפילו זיי וועלן יא פארן דורך דעם‬ ‫פאנאמא קאנאל‪.‬‬ ‫די שיף פארמאגט א 'ווערטסילער סולזער' ענדשין‪ ,‬וועלכער‬ ‫איז גלייכצייטיג די וועלט'ס גרעסטע דיזעל מאטאר‪ .‬עס וועגט‬ ‫‪ 2,300‬טאן‪ ,‬און פראדוצירט א קראפט פון ‪ 109,000‬פערד קראפט‪,‬‬ ‫(דאס איז אזויפיל וויפיל ‪ 1,156‬געווענליכע אויטאס פראדוצירן‬ ‫אינאיינעם)‪ .‬די הייעך פון דעם מאטאר איז כמעט ‪ 14‬מעטער‪ ,‬און‬ ‫די לענג פונעם מאטאר איז ‪ 27‬מעטער‪.‬‬ ‫פירענדיג אזא מאסיווע 'לאוד' מיט טויזנטער קאנטעינארס‪,‬‬ ‫קען דער 'טָאטעל וועליו' וואס דער שיף פירט אויף זיך‪ ,‬דערגרייכן‪,‬‬ ‫ביז דריי הונדערט מיליאן דאלאר!‪ ...‬די אנקער פון די שיף וועגט‬ ‫‪ 29‬טאן‪ ,‬דאס איז אזויפיל ווי עס וועגן ‪ 5‬גרויסע אפריקאנער‬ ‫עלעפאנטן‪ .‬און די שיף שווימט ‪ 170‬טויזנט מייל א יאר‪ ,‬דאס איז‬ ‫בערך זיבן און א האלב מאל ארום די וועלט‪.‬‬

‫וואונדערליכסטע און גרעסטע סטרוקטורן וועלכע זענען געבויעט‬ ‫געווארן דורך מענטשליכע כוחות‪ .‬אויסער איר גרויסקייט‪,‬‬ ‫איז זי גאר א הערליכע און שיינע שיף‪ ,‬וועלכע פארכאפט דעם‬ ‫מענטשליכער אויג מיט איר פראכט און שיינקייט‪ ,‬און רופט‬ ‫גלייכצייטיג ארויס שעצונג וואו אימער זי קומט אן‪.‬‬ ‫די לענג פונעם שיף איז ‪ 1,302‬פיס לאנג‪ ,‬אין אנדערע ווערטער‬ ‫א פערטל מייל לאנג‪ ,‬לענגער פון סיי וועלכע עיר קרעפט קעריער‬ ‫מלחמה שיף‪ .‬די ברייט פון די שיף איז ‪ 207‬פיס‪ ,‬די הייעך פונעם‬ ‫שיף ‪-‬פונעם דעק ביז אונטן פונעם שיף‪ ,‬איז ‪ 98‬פיס‪ .‬די קאמאנדיר‬ ‫בריק אפטיילונג פונעם שיף איז העכער פון א צען שטאקיגע‬ ‫שלח תשע"ה‬

‫‪31‬‬


‫הייליגע שמחה ביי כינוס פון "אחינו" ברענגט ארויס‬ ‫די פלאם פון תורה און תשובה‬ ‫די מחזה הוד ווי אידן טאנצן מיט אזא עקסטאז איז געווען אומגלויבליך‪ .‬א צוקוקער וואלט ווארשיינליך געווען זיכער אז די וואס טאנצן מאכן‬ ‫דא חתונה זייער בן יחיד און זענען איבערגליקליך מיט נחת און שמחה; אין פאקט אבער איז עס א שמחה פון תורה‪ ,‬תשובה ומעשים טובים‪.‬‬ ‫הרב אריאל אלבז שליט"א‪ ,‬א מרביץ תורה אין די ישיבה האט אין זיינע רייד‬ ‫ווער קען פארשטיין די שמחה ווען מען ברענגט צוריק א פארלוירענע קינד‬ ‫הערליך ארויסגעברענגט די רגשי הכרת הטוב‪ ,‬און ווען איינער פון די תלמידים‬ ‫צו די מאמעס שויס‪ ,‬אט אזא שמחה איז געווען ביי די כינוס אין די ישיבה הקדושה‬ ‫אורזייט ‪)34‬האט געמאכט א סיום הש"ס! לכבוד די שמחה‪ ,‬האט מען געזעהן טרערן אין די‬ ‫"אחינו" אין ירושלים‪ ,‬די ישיבה ווי מען נעמט נשמות און מען ווייזט זיי‬ ‫די פון‬ ‫(פארזעצונג‬ ‫אויגן‪ ,‬פון גרויס התרגשות‪.‬‬ ‫התורה און מען הייבט זיי אויף‪.‬‬ ‫אין די דרשות פון די מגידי שיעור און בעלי שמחה האט מען געהערט די‬ ‫די כינוס האט צונויפגעברענגט די יוצאי הישיבה‪ ,‬חשובע בני תורה וואס‬ ‫געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט צו יעדן נפש‪ ,‬ווי שטארק זיי פרייען זיך מיט יעדע‬ ‫האבן געטראפן דעם ערשטן ניצוץ הקדוש אין ישיבה און זענען היינט שוין תלמידי‬ ‫בלאט גמרא וואס א תלמיד לערנט און‬ ‫חכמים חשובים בישראל‪ ,‬מיט די היינטיגע‬ ‫יעדע אור וואס די אויג הייבט אן זעהן‪.‬‬ ‫תלמידים און ראשי הישיבה‪ .‬די קשר‬ ‫די תלמידים און מרביצי תורה האבן‬ ‫צווישן די תלמידים און זייערע רבי'ס זענען‬ ‫ארויסגעברענגט די אייגענארטיגקייט פון‬ ‫אזוי שטארק און די שמחת התורה איז אזוי‬ ‫אחינו און די סוד פון איר געוואלדיגע הצלחה‬ ‫גרויס‪ ,‬אז יעדע כינוס פון אחינו איז ווי א‬ ‫אז זי איז אויסגעשטעלט אויף א פערזענליכן‬ ‫חתונה פון א בן יחיד!‬ ‫שטייגער אז יעדער זאל קענען מצליח זיין‬ ‫די ישיבה "אחינו" איז די‬ ‫אויף זיין אייגענע וועג‪ ,‬לרוחו של כל אחד‬ ‫אייגענארטיגע מקום תורה ותשובה וואס‬ ‫ואחד‪ .‬ווען איינער וואס איז פרעמד צו די‬ ‫געט די אור התורה פאר די וואס האבן‬ ‫עולם הישיבות איז זייער שווער צו טרעפן‬ ‫נאכנישט טועם געווען טעם תורה‪ ,‬און‬ ‫די וועג אריין‪ ,‬די אטמאספערע איז פרעמד‬ ‫מען ברענגט זיי אריין אין עולם התורה‬ ‫און די לימודים זענען פאר א פרעמדן ווי א‬ ‫והיהדות דורך די אור פון תורה‪ ,‬מיט א‬ ‫מיסטעריע; אחינו האט געעפנט די טויערן‬ ‫פעסטע לומדישע ישיבה'שע סדר הלימוד‪.‬‬ ‫הרב האפשטעטער שליט"א אדרעסירט די ישיבה אחינו‬ ‫פאר די אלע וואס זוכן צו מקיים זיין "טעמו‬ ‫דער ראש הישיבה‪ ,‬הרב הגאון רבי זאב‬ ‫וראו כי טוב" און זיי שענקען א טעימה אין‬ ‫האפשטעטער שליט"א און די שטאב‬ ‫תורה‪ ,‬יעדן לויט זיין מצב‪.‬‬ ‫מגידי שיעור לערנען פעסטע לומדות און‬ ‫די געוואלדיגע הצלחה פון אחינו‬ ‫הלכה ביי די תלמידים‪.‬‬ ‫ביי א דינער לטובת בוני עולם אינאיינעם מיט המזמרים‬ ‫פארזיכערט אן עתיד פאר די עולם התורה‪,‬‬ ‫"אחינו" איז א מוסד וואס שיינט‬ ‫מער ווי טויזנט קינדער ווערן יערליך מקורב‬ ‫אריין די אור התורה ביי קרייזן וואס זענען‬ ‫צו די עולם התורה און אריינגעלייגט אין‬ ‫ווייט פון תורה‪ ,‬און ביז א קורצע צייט‬ ‫פאסיגע ישיבות‪ ,‬די מערערע פראגראמען‬ ‫זענען זיי זוכה מיט סייעתא דשמיא צו‬ ‫פון אחינו איז צוגעפאסט פאר יעדן סארט‬ ‫פארוואנדלען יונגע מבקשי ה' צו ווערן‬ ‫תלמיד באזונדער‪ .‬פאר קינדער פון פרייע‬ ‫בני תורה מובהקים אין א יונגע עלטער‪.‬‬ ‫שטובער‪ ,‬פאר קינדער פון טראדיציאנעלע‬ ‫עטליכע ישיבות מיט חשובע בני תורה‬ ‫שטובער און פאר יעדע סטאנדארט‪ ,‬יעדער‬ ‫פון "אחינו" זעען אויס ווי אלע אנדערע‬ ‫באקומט די חינוך וואס וועט אים געבן די‬ ‫מקומות התורה ווי מען הארעוועט בעיון‬ ‫ריכטיגע כלים צו מצליח זיין אין תורה‪.‬‬ ‫רב אין די תורה‪ ,‬אבער איז אין פאקט‬ ‫ביי די 'פערענט דעי' אין קרית ספר‬ ‫אויסער קירוב רחוקים‪ ,‬ארבעט אחינו‬ ‫א ישיבה ווי די תלמידים האבן נישט‬ ‫מיט היימישע קינדער וואס דארפן חיזוק‪,‬‬ ‫געוואוסט קיין ווארט תורה ביז א קורצע‬ ‫די "קירוב קרובים" באוועגונג זוכט צו מחזק‬ ‫צייט‪ ,‬וישמעו רחוקים ויבואו און זיי‬ ‫זיין די וואס האבן נישט געטראפן זייער וועג‬ ‫שטייגן גאר הויך‪ .‬דאס איז גורם נחת רוח‬ ‫אין עולם התורה‪ ,‬און דארפן חיזוק‪.‬‬ ‫ביי יעדן אוהב ה' ותורתו‪ ,‬און איז מקדש‬ ‫‪Ingredients:‬‬ ‫די קירוב עקספערטן און מרביצי‬ ‫שם שמים און מגדיל כבוד התורה‪.‬‬ ‫תורה קוקן נאך יעדן תלמיד און באגלייטן‬ ‫די יעצטיגע כינוס פון תלמידים איז‬ ‫‪1 head nappa or green cabbage‬‬ ‫זיין שטייגונג‪ ,‬און זעען ב"ה א ריזיגע‬ ‫געווען א צוזאמענקום פון כבוד התורה‪,‬‬ ‫הצלחה‪ .‬איבער ניינציג פראצענט תלמידים‬ ‫לכבוד די ערשיינונג פונעם נייעם ספר‬ ‫‪1 small head purple cabbage‬‬ ‫וואקסן ריכטיגע בני תורה און יראי ה'‪.‬‬ ‫אויף הלכות בשר בחלב‪ ,‬געשריבן דורכן‬ ‫אחינו פארמאגט א טעלעפאן ליין‬ ‫ראש ישיבה שליט"א‪ ,‬ווי די תלמידים‬ ‫‪4 scallions‬‬ ‫וואס שענקט חיזוק און עצה פאר בחורים‬ ‫האבן זיך געפרייט לכבוד התורה‪ ,‬מיט‬ ‫ישיבה לצעירים‬ ‫תלמידים פון די אחינו‬ ‫‪1 cup slivered‬‬ ‫‪almonds‬‬ ‫וואס מוטשען זיך אין אידישקייט‪ ,‬די‬ ‫זייער רבי'ן און זיין ספר וואס ווערט‬ ‫עקספערטן הייבן אויף אזויפיל ווי פופצן‬ ‫נתקבל מיט גרויס הערצה אין די תורה‬ ‫‪1 cup angel hair pasta broken‬‬ ‫‪ into‬א חודש! ווי זיי זענען מחזק און מדריך בחורים וואס‬ ‫טעלעפאן רופן‬ ‫הונדערט‬ ‫אור‬ ‫דעם‬ ‫געטראפן‬ ‫נארוואס‬ ‫האבן‬ ‫וואס‬ ‫תלמידים‬ ‫וועלט‪ .‬ווי שיין איז געווען צו זעהן‬ ‫‪2 inches‬‬ ‫דארפן הילף‪.‬‬ ‫התורה‪ ,‬אבער פרייען זיך מיט אזא טיפע שמחה מיט שמחת התורה‪.‬‬ ‫‪½ cup‬‬ ‫פעולות פון דרשו זענען די חשובע ישיבות וואס אחינו‬ ‫‪ soy‬פון די‬ ‫‪ sauce‬קרוין‬ ‫די‬ ‫די שמחה איז געווארן באשיינט דורך דעם טאטע פונעם ראש ישיבה‪ ,‬דער‬ ‫פארמאגט‪ ,‬א ישיבה גדולה אין ירושלים און א ישיבה לצעירים אין קרית ספר‪ .‬הרב‬ ‫בארימטער נשיא דרשו הרב דוד האפשטעטער שליט"א‪ ,‬וועלכער האט זיך‬ ‫געפרייט‪½ cup white vinegar‬‬ ‫מיכאל בערלין שליט"א איז דער ראש ישיבה אין קרית ספר און הרב האפשטעטער‬ ‫צו זעהן דער זון גייט אין זיינע דררכים בהרבצת תורה‪ ,‬און דורך זיין זיידן‪ ,‬דער‬ ‫½ ירושלים‪ .‬די צוויי באזונדערע ישיבות דינען אנדערע‬ ‫‪ cup‬אין‬ ‫‪ sugar‬ישיבה‬ ‫איז דער ראש‬ ‫גרויסער מחזיק התורה הר"ר אברהם בלימאן שליט"א וועלכער האט געגאסן טרערן‬ ‫צרכים און אנדערע בחורים‪ ,‬אבער ביידע מיט די זעלבע מהלך פון אחינו‪ ,‬צו געבן א‬ ‫פון שמחה‪ ,‬זעענדיג ווי זיבעציג יאר נאכן ווערן באפרייט פון אוישוויץ‪ ,‬זעהט ער‬ ‫‪½ cup‬‬ ‫טעימה פון‪oil‬‬ ‫העלפן די מבקשי ה' שטייגן צו תורה ויראת ה'‪.‬‬ ‫תורה און‬ ‫אזויפיל נחת און שמחה‪.‬‬ ‫‪32‬‬

‫שלח תשע"ה‬


‫געשמאקע רעסעפיס‬ Recipes by: Shifra Klein- Joy of Kosher Magazine Call 1-855-JOY-OF-KOSHER (1855-569-6356) to Subscribe

Ingredients 1 1/2 - 2 pounds side of salmon 1/2 cup mustard 1/4 cup honey 2 tablespoons olive oil 1 bunch scallions, thinly sliced 1/2 teaspoon black pepper 1/2 cup crushed pecans or walnuts 1 cup panko crumbs

Panko-Crusted Salmon Directions:

33

This Panko Crusted Salmon gets its flavor from the mustard. Mustard and salmon are an incredible combination. You can use deli mustard, regular mustard or Dijon mustard for this crowdpleasing recipe / Servings 4

Preheat oven to 375˚F. Combine the mustard, honey, olive oil, scallions and black pepper. Brush all over salmon. Combine the pecans and panko crumbs and sprinkle on top of the salmon. ‫שלח תשע"ה‬ Bake for 25 minutes. Serve hot, warm or cold.


‫מה רבו מעשיך ה'‬ ‫יודל שטיין‬

‫טויטע וועלף האבן נישט צו קיין שום באנוץ‪ ,‬נישט‬ ‫זייער פלייש אדער ביינער זענען עפעס ווערט‪ ,‬בלויז די‬ ‫פעל פון א וואלף פארמאגט עפעס א ווערט‪ ,‬צו מאכן‬ ‫דערפון פעלצן‪.‬‬ ‫אמאל האט מען פאר די פעל אומגעברענגט הונדערטער‬ ‫טויזנטער וועלף‪.‬‬ ‫צווישן די יארן ‪ 1976‬און ‪ 1988‬האט מען אינעם סאוויעט‬ ‫יוניאן פראדוצירט‪ 30,000 ,‬פעלצן פון וועלף יאר יערליך‪.‬‬ ‫לעצטענס איז אבער די פראדוקציע היבש געפאלן‪,‬‬ ‫לעצטיגע סטאטיסטיקס ווייזן אז צווישן ‪ 6,000‬און ‪7,000‬‬ ‫שטיקער פעל פון וועלף ווערן פארקויפט יערליך‪.‬‬ ‫קאנאדא רוסלאנד מאנגאליע און כינע זענען היינט די‬ ‫גרעסטע עקספארטירער פון וועלף פעלצן‪ ,‬און אמעריקע‬ ‫און לאנדאן די גרעסטע אימפארטירער‪.‬‬ ‫אין יאר ‪ 1600‬איז געווען א פאפולאציע פון ‪ 2‬מיליאן‬ ‫וועלף איבער דער וועלט‪ ,‬היינט צוטאגס איז די וועלט'ס‬ ‫גאנצע וואלף פאפולאציע בלויז ארום ‪.150,000‬‬ ‫אין קאנאדא איז פארהאן‪ ,50,000 :‬אין אלאסקא‪:‬‬ ‫‪ ,6,500‬אין אלע איבריגע שטאטן פון אמעריקע‪ ,3,500 :‬אין‬ ‫איטאליע‪ :‬אונטער ‪ ,300‬אין שפאניע‪ ,2,000 :‬אין פוילן‪:‬‬ ‫‪ ,700‬און אין רוסלאנד‪.70,000 :‬‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אנצואווייזן‪ ,‬אז נאכדעם וואס‬ ‫מענטשן איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך אנגעשלאסן‬ ‫אין א קאמפיין אויסצושיסן הונדערטער טויזנטער וועלף‬ ‫אין די ‪ 1800‬און אנהויב ‪ 1900‬יארן‪ ,‬איז‬ ‫נאצי דייטשלאנד איז געווען די ערשטע לאנד אין די‬ ‫מאדערנע היסטאריע צו באשטימען געזעצן אין ‪1934‬‬

‫‪34‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫וואלף ‪6 -‬‬ ‫צו באשיצן די וואלף פון אונטערגיין‪ ,‬אינדערצייט‬ ‫וואס אין די גאנצע וועלט האט מען זיי געשאסן אין‬ ‫די מאסן‪.‬‬ ‫אבער עס איז שוין דאן געווען אביסל שפעט‪ ,‬און‬ ‫די גאנצע וואלף פאפולאציע איז שוין געווען כמעט‬ ‫אויסגעראטן אין אייראפע‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס דייטשלאנד און אנדערע לענדער האבן‬ ‫אנגעהויבן רודערן און באשטימען שטרענגע געזעצן‬ ‫קעגן אומברענגען די וואלף‪ ,‬האט זייער צאל צוביסלעך‬ ‫אנגעהויבן שטיייגן‪.‬‬ ‫היטלער ימ"ש וועמענס ערשטע נאמען אדאלף באדייט‬ ‫א וואלף‪-‬פירער‪ ,‬איז געווען פערזענליך איבערגענומען און‬ ‫ערשטוינט פון וועלף‪.‬‬ ‫ער האט שפעטער גענוצט די נאמען וואלף אלס א‬ ‫געהיימער קאוד פאר מערערע פון זיינע מיליטערישע‬ ‫הויפטקווארטירן‪.‬‬ ‫די וואלף ווערט דערמאנט אין די תורה (בראשית מט)‪:‬‬ ‫'בנימין זאב יטרוף'‪.‬‬ ‫אויך שטייט אין די גמרא (ברכות דף ט)‪ :‬פון ווען קען‬ ‫מען שוין ליינען קריאת שמע אינדערפרי? "תניא רבי מאיר‬ ‫אומר משיכיר בין זאב לכלב"‪ ,‬פון ווען עס איז שוין גענוג‬ ‫ליכטיג אז מען קען שוין דערקענען די חילוק צווישן א‬ ‫וואלף און א הונט‪.‬‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן דער פאקט‪ ,‬אז‬ ‫וועלף וועלן געווענליך ארויסגיין פאנגען אין די צייט פון‬ ‫טאג ווען די זון הויבט אן אויפצוגיין און אונטערגיין‪.‬‬ ‫נאך געפינען מיר‬ ‫אין נביא (ישעיה יא)‬ ‫אז ווען משיח וועט‬ ‫קומען דעמאלס וועט‬ ‫זיין‪' :‬וגר זאב עם‬ ‫כבש'‪ ,‬א וואלף וועט‬ ‫וואוינען‬ ‫קענען‬ ‫זייט‬ ‫אינאיינעם‬ ‫ביי זייט מיט א‬ ‫שעפסל‪.‬‬ ‫ירמיה‬ ‫אין‬ ‫מיר‬ ‫געפינען‬ ‫ענליך צו דעם‪ :‬אז‬ ‫דער וואלף וועט‬ ‫קענען פארברענגען‬ ‫אינאיינעם מיט א‬ ‫טלה‪.‬‬


‫‪21‬‬

‫די רייזע‬

‫צוגעשטעלט דורך‪:‬‬

‫דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג פון א תימנ’ע פאמיליע‬ ‫וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל ‪ 130‬יאר צוריק‬ ‫ִּביזְ ט ַא ִאיד‪.‬‬ ‫ֶא ֶמת?‬

‫אבן‪ִ ,‬איך‬ ‫ישט מו ָֹרא ָה ְּ‬ ‫אר ְפ ְסט נִ ְׁ‬ ‫ַד ְ‬ ‫אב ַה ָּכרַת ַהטוֹב צ ּו ִדי ִא ְידן‪ .‬וֶוען‬ ‫ָה ּ‬ ‫ִאיך ִּבין גֶעוֶוען ַא ִקינְ ד ִּבין ִאיך‬ ‫ָוארן ַא יָתוֹם‪ ,‬אוּן ֵמיין מו ֶּמע ָהאט‬ ‫גֶעו ְ‬ ‫ָאכ ֶדעם‬ ‫ִמיך ַא ֵריינְ גֶענו ֶּמען‪ָ ,‬א ֶּבער נ ְ‬ ‫ָואר ְפן אוּן‬ ‫ֹיסגֶעו ְ‬ ‫ָהאט זִ י ִמיך ַארו ְ‬ ‫אבן ִמיך ַא ֵריינְ גֶענו ֶּמען‬ ‫גו ֶּטע ִאידן ָה ְּ‬ ‫ֶעבן צ ּו ֶע ֶסן אוּן‬ ‫ֵייער הוֹיז‪ ,‬גֶעג ְּ‬ ‫ִאין ז ֶ‬ ‫ְק ֵליידוּנְ ג‪ִ .‬איך ְׁש ִּפיר ַפאר ַא זְ ִכיה‬ ‫ישט!‬ ‫ָארג נִ ְׁ‬ ‫על ְפן‪ ,‬ז ְ‬ ‫ִדיך צ ּו ֶה ְ‬

‫ִמיר זֶענֶען ַארוֹיס‬ ‫ַא ְלס ַא גְ רו ֶּּפע פוּן‬ ‫ימן ֵקיין ֶארֶץ‬ ‫ֵּת ָ‬ ‫ָאל‪ ,‬נָאך ַא‬ ‫ִי ְשׂר ֵ‬ ‫לַאנְ גֶע ְׁשוֶוערֶע‬ ‫וֶועג זֶענֶען ִמיר‬ ‫ָאנְ גֶעקו ֶּמען צוּם ִשיף‪.‬‬ ‫ִאיך ִּבין ַאוֶועק פוּן‬ ‫אמ ְיליֶע ַפאר‬ ‫ֵמיין ַפ ִ‬ ‫ייל ֶטע ִמינו ְּטן‪,‬‬ ‫ֶעצ ְ‬ ‫ג ֵ‬ ‫ֶעמיינְט ַאז‬ ‫אב ג ֵ‬ ‫ְכ ָ'ה ּ‬ ‫ֶעפן ִדי‬ ‫ְכ'וֶועל ְטר ְ‬ ‫ֶעלט‪ָ ,‬א ֶּבער ַדאן ִּבין‬ ‫ג ְ‬ ‫ִאיך ַארוֹיף אוֹיף ַא‬ ‫ֵוייטע ִשיף‪.‬‬ ‫ְצו ֶ‬

‫ִאיך וֶועל ִדיך‬ ‫על ְפן ָדא‬ ‫ֶה ְ‬ ‫או ְֹיפן ִשיף‬ ‫ִמיט וָואס ד ּו‬ ‫ֶועסט נָאר‬ ‫ו ְ‬ ‫ֶועלן!‬ ‫ו ְ‬

‫עטן‬ ‫ַאר ְ‬ ‫אפ ְירן פוּן ִדי ִציג ֶ‬ ‫ַאמגֶענו ֶּמען ַפאר ִדיר ַּפ ִּ‬ ‫אב צ ּוז ְ‬ ‫ַמ ָּתנָה!! ִאיך ָה ּ‬ ‫ִויל ְסט‬ ‫ייבן וָואס ד ּו ו ְ‬ ‫ֶועסט ּו ֶקענֶען ְׁש ֵר ְּ‬ ‫אטן‪ַ ,‬אזוֹי ו ְ‬ ‫אל ַד ְ‬ ‫פוּן ִדי ָס ְ‬

‫אלן‪ִ .‬איך וֶועל ְּפרו ִּּב ְירן‬ ‫אב ִל ּיב צ ּו ָמ ְ‬ ‫ִאיך ָה ּ‬ ‫אכן‬ ‫אמ ְליֶע‪ָ ,‬דאס וֶועט ַמ ְ‬ ‫אלן ֵמיין ַפ ִ‬ ‫ָאכצו ָּמ ְ‬ ‫נ ְ‬ ‫ׁאפט‬ ‫ענְק ַש ְ‬ ‫גְ ִרינְ גֶער ֵמיין ֶּב ְ‬

‫ָאכגֶעגַאנְ גֶען‪.‬‬ ‫ִאיך ִּבין ִאים נ ְ‬ ‫ֶער ִאיז ַא ווֹאוילֶער ִאינְ גֶעל‬ ‫וָואס ִאיז ְּב ָטעוּת ַארוֹיף אוֹיף‬ ‫ׁיף‪ָ .‬דאס וָואס ֶער‬ ‫אוּנְ זֶער ִש‬ ‫ּנטער זֵיין ֶּבעט ַאז‬ ‫אלט או ֶ‬ ‫ַה ְ‬ ‫ׁטא‬ ‫נִיש ָ‬ ‫ַאמלוּנְג‪ְ ,‬‬ ‫ַואטע ז ְ‬ ‫ַא ְּפ ִריו ֶ‬ ‫ָארגְ ן פוּן ִאים‪.‬‬ ‫וָואס זִיך צ ּו ז ְ‬

‫אל ְסט ַאזוֹי‬ ‫יהא‪ ..‬ד ּו ָמ ְ‬ ‫ְּפִׁש ֵ‬ ‫ֵשיין!!‬

‫יילט‬ ‫ער ֵצ ְ‬ ‫אב ֶד ְ‬ ‫פוּן וֶוען ִאיך ָה ּ‬ ‫ַפאר ֶסעם‪ִ ,‬איז ֶער ַאזוֹי גוּט צ ּו‬ ‫על ְפט ִמיך ִה ְיטן ִדי‬ ‫ִמיך‪ֶ ,‬ער ֶה ְ‬ ‫ִמ ְצווֹת‪.‬‬

‫שלח תשע"ה‬ ‫פארזעצונג קומט אי”ה‬

‫‪35‬‬


‫בילדער פון גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א‬

‫שמחת נישואין בבית אפטא‪ ,‬הארדענקא‪ ,‬טשערנאביל‪ ,‬ווערדאן‪ ,‬אודווארי‬

‫כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר באטייליגן זיך ביי שמחת בית ספינקא ראשית חכמה‬

‫‪photo credit: JDN‬‬

‫חנוכת הבית למרכז הבריתות הגר"ב לאזאר שליט"א‬ ‫‪36 36‬‬

‫תשע"התשע"ה‬ ‫שלח שלח‬

‫נישואי נכד הגר"ג ראבינאוויטש שליט"א‬

‫דינער היסוד של מוסדות וויען‬


‫בילדער פון גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א‬

‫שמחת נישואי נכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא ומוויזניץ שליט"א‬

‫כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ביי חתונה פון א אייניקל‬

‫אלפים באטייליגן זיך ביי שמחת בית בעלזא‬

‫שמחת נישואי נכד הגאון רמ"ד סלאווייטשיק שליט"א מבריסק‬

‫שמחת בית סערעט וויזניץ ‪ -‬וויזניץ‬

‫בר מצוה פון בן כ"ק אדמו"ר מדעלאטין שליט"א‬

‫הכנסת ס"ת לביהמ"ד של ר"מ ווערדיגער שליט"א‬

‫שמחת נישואי נכד הגר"מ וואלפסאן שליט"א‬

‫שמחת נישואי בן הגה"צ מהיבנוב שליט"א‬ ‫תשע"ה‬ ‫שלחשלח‬ ‫תשע"ה‬

‫‪37 37‬‬


‫די געוואגטע‬ ‫אקציע‬ ‫א דראמאטישע אקציע‬ ‫ארויסצוראטעווען‬ ‫זעקס אמעריקאנער‬ ‫דיפלאמאטן וואס זענען‬ ‫געווען אויסבאהאלטן‬ ‫אין גרויס געהיים אין‬ ‫די פיינטליכע איראן‬ ‫דורכאויס די משכונות‬ ‫קריזיס‬

‫‪1‬‬

‫‪38‬‬

‫שלח תשע"ה‬

‫מען אטאקירט!‬ ‫"גייט צוריק! אלע וועכטער גייט צוריק אונטער די שוץ פון‬ ‫דעם הויפט בילדונג!"‬ ‫די שטימע איז געווען פונעם הויפט וועכטער פון דער‬ ‫אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראן אין יאר ‪ .1979‬די אמבאסאדע‬ ‫וואס איז געווען א ריזיגער קאמפאונד מיט עטליכע געביידעס און‬ ‫צענדליגער וועכטער וועלכע זענען געשטאנען ארום‪ ,‬איז געווארן‬ ‫אטאקירט דורך א כוואליע כוליגאנעס וועלכע האבן געשטורעמט‬ ‫די אמבאסאדע‪ ,‬אלס הכרת הטוב צו אמעריקע וואס האט‬ ‫פרובירט איינשטעלן דעמאקראטיע אין לאנד‪.‬‬ ‫דאס איז געווען דער לעצטער מיטל וואס דער הויפט‬ ‫וועכטער האט געהאט‪ .‬ער האט געשריגן אז יעדער זאל זאפארט‬ ‫אריינקומען אין די הויפט געביידע‪ ,‬וואו זיי וועלן זיין אונטער‬ ‫שוץ פון די דיקע שטיינערנע מויערן‪.‬‬ ‫די געביידע פון דעם קאנסולאט‪ ,‬פון וואו מען האט ארויסגעגעבן‬ ‫וויזעס קיין אמעריקע‪ ,‬איז לעצטנס געווארן רענאווירט‪ ,‬כדי צו‬ ‫קענען אויפנעמען די פארגרעסערטע צאל איראנער וואס זענען‬ ‫געקומען אין די מאסן‪ ,‬און האבן זיך געוואלט ארויסזען פון דעם‬ ‫אונטערדרוקטן לאנד‪ .‬אין דעם קאנסולאט האבן געארבעט צען‬ ‫אמעריקאנער‪ .‬דער הויפט קאנסול איז געווען 'דיק מאורפיעלד'‪,‬‬ ‫א הויכער מאן מיט וואנצעס און דיקע אויגנברעמען‪ .‬די וויצע‬ ‫קאנסולאטן האבן געהייסן 'ריטשארד קווין' און 'דאן קוק'‪.‬‬ ‫דערנאך זענען געווען צוויי אפיצירן‪' ,‬באב אנדערס'‪ ,‬א דארער‪,‬‬ ‫ערנסטער מאן מיט בלאנדע האר און בלויע אויגן‪ ,‬און 'ראבערט‬ ‫אוד'‪ ,‬א יונגער‪ ,‬פרייליכער אפיציר וועלכער האט שטענדיג ליב‬ ‫געהאט זיי צו אונטערהאלטן מיט וויצן‪.‬‬ ‫אויסער דעם זענען געווען צוויי פארהייראטע קאפלס וועלכע‬ ‫האבן געארבעט אלס סעקרעטארן פאר די קאנסולאט‪ .‬מארק און‬ ‫קאורע ליעק‪ ,‬און דשאו און קעטי סטאפאורד‪.‬‬ ‫אויפן אויבערשטן שטאק איז באב אנדערס געווען פארנומען‬ ‫מיט אן עלטערע איראנער פרוי‪ ,‬איר ארויסצוהעלפן מיט די‬ ‫אימיגראציע אפליקאציעס‪.‬‬ ‫ווען איינער פון די ארבעטער איז ארויסגעגאנגען אין הויף‬ ‫פאר א שנעלער שפאציר און ער איז צוריקגעקומען ווייס ווי די‬ ‫וואנט‪ ,‬האט אנדערס געוואוסט אז עס איז צרות‪ .‬מיט צוהאקטע‬ ‫ווערטער האט ער איבערגעגעבן פאר די איבריגע ארבעטער אז די‬ ‫ווילדע יונגען האבן אויפגעבראכן דעם טיר און זיי יאגן זיך אריין‬ ‫אין דעם גאנצן קאמפאונד‪.‬‬ ‫אן אנדערער ארבעטער‪ ,‬דזשימי לאפעז‪ ,‬איז צוגעלאפן צום‬ ‫פענסטער‪ ,‬און געקוקט מיט שרעק ווי די מיליטאנטן צוברעכן די‬ ‫גלאז פון די פענסטער פון דעם קאנסולאט און זיי רייסן זיך אריין‪.‬‬ ‫איבערקערנדיג אלעס וואס איז זיי געשטאנען אין וועג‪ .‬לאפעז‬ ‫האט מיטאמאל געהערט ווי דער אויפזעער שרייט מיט באנומענע‬ ‫קולות‪" ,‬יעדער איינער גייט ארויף אויף דעם צווייטן שטאק!"‬ ‫אלע האבן געפאלגט מיט ציטערדיגע הערצער‪ ,‬און זענען‬ ‫ארויפגעלאפן די שטיגן‪ .‬באב אנדערס איז נאך געזעסן אויף זיין‬ ‫דרייעדיגע בענקל אין זיין אפיס‪ ,‬ווען דער טיר האט זיך געעפנט‬ ‫און זיין פריינד לאפעז האט אריינגעשטעקט זיין קאפ און אים‬ ‫שנעל געהייסן פארשפארן דעם טיר‪ .‬אנדערס האט געהייסן די‬ ‫עלטערע פרוי זאל ענדיגן אויספילן איר אפליקאציע‪ ,‬און מיט‬ ‫א ציטערדיגע האנט האט זי אונטערגעשריבן איר נאמען און‬ ‫פארלאזט די געביידע‪ .‬און אנדערס איז אריין אין דעם אנדערן‬


‫שרייענדיג קולות און חרוב מאכנדיג‬ ‫אלעס וואס איז זיי געקומען אונטער די‬ ‫האנט‪ ,‬און ער האט געמוזט מודה זיין‬ ‫אז אריבערצוגיין צו דער הויפט בילדונג‬ ‫איז נישט קיין שכל'דיגע פלאן‪ .‬ער האט‬ ‫געהייסן יעדער זאל ווארטן ביז מען וועט‬ ‫געבן ווייטערדיגע מעלדונגען‪ .‬דערווייל‬ ‫האט ער באקומען א באריכט דורך די‬ ‫ראדיא אז די מיליטאנטן האבן זיך שוין‬ ‫אריינגעבראכן אין די הויפט געביידע‪ ,‬און‬ ‫ער האט פארבראכן מיט די הענט‪.‬‬ ‫מיטאמאל איז איינגעפאלן פאר‬ ‫לאפעז אן עצה‪ .‬דער קאנסולאט האט‬ ‫געהאט א זייטיגע טירל וואס האט‬ ‫געפירט באלד ארויס פון דעם הויף און‬ ‫אריין אין דעם פארנומענעם שאסיי‪.‬‬ ‫ער האט באשלאסן אז דאס וועט יעצט‬ ‫זיין דער בעסטער וועג ארויס‪ .‬זיי האבן‬ ‫מאסן יונגאטשעס שטורעמען די אמעריקאנער אמבאסאדער קאמפלעקס אין איראן‬ ‫דעבאטירט אויב מען זאל מיטנעמען‬ ‫די זעק מיט קעש וואס זענען געלעגן‬ ‫דארט‪ .‬צום סוף האבן זיי באשלאסן אז דאס וועט ציען צופיל‬ ‫צימער ווארטנדיג צוזאמען מיט זיינע קאלעגעס אז די אטאקע‬ ‫אויפמערקזאמקייט (א באשלוס אויף וואס זיי האבן שפעטער‬ ‫זאל נאכלאזן און זיי זאלן קענען בשלום פארלאזן די אמבאסאדע‪.‬‬ ‫חרטה געהאט ווען זיי האבן זיך גענויטיגט אין דאס געלט)‪.‬‬ ‫בשעת מעשה האבן זיי געהערט ווי מען לויפט אויפ'ן דאך און‬ ‫איינער נאכ'ן צווייטן האבן זיי פארלאזט דעם קאנסולאט און‬ ‫מען האקט דערויף‪" .‬מסתם פרובירן זיי דורכצולעכערן דעם דאך"‪,‬‬ ‫זיך ארויסגעשלייכט דורך דעם טירל‪ .‬ראבערט קווין איז געווען‬ ‫האט זיך איינער אנגערופן‪.‬‬ ‫פארנט‪ ,‬און ער איז געווען איבערראשט צו זען אז דער גאס איז‬ ‫פלוצלינג האט זיך די עלקטרעציטעט אפגעהאקט‪ ,‬און זיי‬ ‫ליידיג‪ .‬בלויז עטליכע פאליציאנטן באוואכן די גאסן‪ .‬זיי האבן זיך‬ ‫זענען אלע געבליבן זיצן אין שטאק פינסטער‪ .‬א סקרוך איז דורך‬ ‫צוטיילט אין צוויי גרופעס כדי נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט‪.‬‬ ‫זייערע ביינער ווען זיי האבן געהערט ווי גלאז צוברעכט זיך‪.‬‬ ‫אין די ערשטע גרופע זענען געגאנגען זעקס פון זיי‪ ,‬מארק‪ ,‬קאורע‪,‬‬ ‫איינער פרובירט זיך אריינצובאקומען אין דעם צווייטן שטאק‪.‬‬ ‫דזשאו‪ ,‬קעטי‪ ,‬באב אוד‪ ,‬און באב אנדערס‪.‬‬ ‫לאפעז איז ארויסגעלאפן און ער האט דערזען אז דער פענסטער‬ ‫די ערשטע גרופע האט זיך העפטיג ארומגע'טענה'ט וואו מען‬ ‫פונ'ם בית הכסא איז אויסגעשאסן‪ ,‬און אן איראנער פרובירט‬ ‫זאל גיין‪ ,‬צום סוף האבן זיי באשלאסן צו גיין צו די בריטישע‬ ‫אריינצוקריכן‪ .‬לאפעז איז שטילערהייט צוגעגאנגען צו אים מיט‬ ‫אמבאסאדע וואס איז געווען בלויז עטליכע גאסן אוועק‪ .‬ווען‬ ‫אן אויסגעשטרעקטער רעוואלווער אין די האנט‪ .‬דער כוליגאן‬ ‫זיי זענען אנגעקומען אהין זענען זיי געווארן שאקירט צו זען אז‬ ‫האט זיך דערשראקן און האט אנגעהויבן צוריקציען‪ ,‬און איז צוריק‬ ‫די בריטישע אמבאסאדע האט זיך געהאט אירע אייגענע צרות‪.‬‬ ‫ארויסגעשפרינגען פונעם פענסטער‪ .‬לאפעז איז ארויס פון בית‬ ‫א גאנצע מחנה דעמאנסטראנטן זענען געשטאנען דארט‪ ,‬און‬ ‫הכסא און צוגעשפארט דעם טיר‪ .‬ער האט עס ארומגענומען מיט‬ ‫געשריגן און געהאקט אויף די פארשלאסענע טירן‪ .‬זיי האבן זיך‬ ‫עטליכע הענגערס אז זיי זאלן עס נישט קענען עפענען‪.‬‬ ‫שנעל אויסגעדרייט און צוריקגעגאנגען‪.‬‬ ‫ביזדערווייל אינעם צימער האט מאורפיעלד געזאגט פאר אלע‬ ‫בשעת זיי האבן דעבאטירט די ווייטערדיגע פלענער האבן‬ ‫פארזאמלטע‪ ,‬אז דער הויפט וועכטער האט געשיקט א מעסעדזש‬ ‫זיי אנגעהויבן ווערן אומבאקוועם‪ .‬מער און מער איראנער האבן‬ ‫אויפן ראדיא‪ ,‬אז יעדער זאל ארויסגיין פון די קלענערע געביידעס‬ ‫אנגעהויבן באטראכטן די זעקס הויכע אמעריקאנער מיט די‬ ‫ווי למשל דער קאנסולאט‪ ,‬און זיך פאראייניגן אינעם הויפט‬ ‫געקעמטע האר און געביגלטע אנצוגן‪ .‬און זיי האבן געפילט ווי די‬ ‫געביידע וואס איז פיל מער באשוצט‪.‬‬ ‫ערד ברענט אונטער זייערע פיס‪ .‬באב אנדערס האט פארגעשלאגן‬ ‫מארק האט ארויסגעקוקט פונעם פענסטער און געזען ווי עס‬ ‫אז קודם זאלן זיי גיין צו זיין הויז וואו ער איז איינגעשטאנען‪,‬‬ ‫יאווען זיך כוליגאנעס פון אלע זייטן‪ .‬ער האט זיך צוגעקוקט ווי א גרופע‬ ‫וויבאלד עס איז געווען די נענטסטע‪ ,‬און זיי זאלן זיך דארט אפרוען‬ ‫יוגנטליכע זעצן אויפן דיקן שטאלענעם טיר פון דעם הויפט געביידע‬ ‫און דיסקוטירן די ווייטערדיגע שריט‪ .‬כאטש עס איז ווייט נישט‬ ‫מיט אן אייזערנעם ביעם‪ ,‬און ער האט זיך אנגערופן‪" ,‬עס זעט מיר אויס‬ ‫געווען פארזיכערט‪ ,‬וויבאלד ער האט געוואוסט אז פריער אדער‬ ‫אז ארויסצוגיין אין דעם כאאס איז נישט אזא גוטער איינפאל‪".‬‬ ‫שפעטער וועלן די איראנער קומען זוכן אין אלע הייזער פון די‬ ‫אמעריקאנער אפיצירן‪ ,‬זען אויב איינער באהאלט זיך נישט אויס‬ ‫דארט‪ ,‬איז עס דאך געווען בעסער ווי צו שטיין ווי א נַאר אויפ'ן‬ ‫מארק אינמיטן די איראנער גאסן‪ ,‬און ציען אומגעוואונטשענע‬ ‫חשדות‪.‬‬ ‫מאורפיעלד איז גאנץ שנעל געקומען צו די זעלבע באשלוס‪.‬‬ ‫(פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה)‬ ‫יעצט זענען שוין געווען איבער טויזנט מיליטאנטן אינדרויסן‪,‬‬

‫שארן זיך ארויס‬ ‫עטליכע אמעריקאנער ַ‬ ‫אומבאמערקטערהייט‬

‫שלח תשע"ה‬

‫‪39‬‬


‫‪40‬‬

‫שלח תשע"ה‬


Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.