Page 1

‫דאנערשטאג פרשת יתרו‬ ‫כ״א שבט תשע״ז‬

‫‪February 16 2017‬‬ ‫‪Publication #140‬‬

‫‪ ‬‬

‫פרישע אנקעטע צייגט‪ :‬מערהייט פון אידן און‬ ‫פאלעסטינער ווילן א צוויי‪-‬שטאטן לעזונג‬ ‫אין די נייע פאליטישע רעאליטעט וואס האט זיך געפארמט אין די לעצטע וואכן זעהט‬ ‫אויס מער און מער אז די צוויי שטאטן לעזונג פאר די קאנפליקט צווישן מדינת ישראל‬ ‫און די פאלעסטינער איז אפגעשטארבן‪ .‬די לעזונג וועלכע איז געווארן אנטוויקלט דורך‬ ‫די קלינטאן אדמיניסטראציע אין די ״אסלא פארשטענדיש״ רופט פאר די גרינדונג פון א‬ ‫פאלעסטינער לאנד אויף די שטחים פון די מערב ברעג און עזה‪.‬‬ ‫אבער אין די לעצטע יארן צוליב א אויפשטייג אין טעראר אינעם מיטל מזרח‪ ,‬און אזוי‬ ‫אויך צוליב א פארשפרייטונג אין זידלונגען‪ ,‬קוקט אויס ווי די לעזונג דערווייטערט זיך‬ ‫פון רעאליטעט‪ ,‬און פילע פאליטיקאנטן זאגן שוין היינט אז די לעזונג איז נישט‬ ‫אויספירבאר‪ .‬‬ ‫צום קלימאקס איז עס געקומען נעכטן‪ ,‬ווען פרעזידענט טראמפ האט אויף די פראגע צו‬ ‫ער גלייבט אין א צוויי שטאטן לעזונג געזאגט אז ״עס קען זיין איין שטאט‪ ,‬עס קען זיין‬ ‫צוויי‪ ,‬איך וועלן מיטגיין מיט וואס די צוויי זייטן ווילן״ וואס איז א קלארע אנדייטונג אז‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫די אדמיניסטראציע איז סקעפטיש איבער די פארשלאג‪ ,‬אזוי אויך האט דער נאמינירטער‬ ‫אמבאסאדאר דוד פריעדמאן געזאגט היינט אין סענאט אז ער גלייבט נישט אין די לעזונג‪.‬‬ ‫אבער א פרישע אנקעטע צייגט אז טראץ די שטייגנדע סקעפטיציזם איז נאך אלס דא א‬ ‫מערהייט אויף ביידע זייטן וואס גלייבן אז דאס איז די איינציגע רעאליסטישע לעזונג‪,‬‬ ‫אזויפיל ווי ‪ 55%‬פראצענט פון אידישע מדינת ישראל בירגער‪ ,‬און אזויפיל ווי ‪44%‬‬ ‫פאלעסטינער אין מערב ברעג‪ ,‬האבן געענטפערט אז זיי ווילן זעהן צוויי לענדער וועלכע‬ ‫לעבן בשלום‪.‬‬

‫מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער טראגט‬ ‫אן פאר כאמאס עירפארט אין אויסטויש פאר‬ ‫קערפער‬ ‫נאך לאנגע וואכן פון פארהאנדלונגען מיט כאמאס וועלכע זענען דורכגעפאלן האט דער‬ ‫מדינת ישראל פארטיידיגונג מיניסטאר זיך געוואנדן דירעקט צו די איינוואוינער פון עזה‪,‬‬ ‫און געזאגט אז מדינת ישראל איז גרייט צו דראמאטיש פארבעסערן די צושטאנד פון די‬ ‫ארטיגע איינוואוינער אין אויסטויש פאר מער קאאפעראציע מיט מדינת ישראל‪ ,‬און‬ ‫פאר׳ן צוריקגעבן די קערפער פון די ערמארדעטע מדינת ישראל זעלנער וועלכע ווערט‬ ‫געהאלטן דורך כאמאס‪.‬‬ ‫אין א ווידיאו אויף אראביש זאגט דער מיניסטער אביגדור ליברמן אז מדינת ישראל האט‬ ‫גרייט פלענער צו בויען א עירפארט‪ ,‬און א אינדוסטריעלע זאנע וועלכע וועט ברענגן ‪40‬‬ ‫טויזנט ארבעטס פלעצער‪ ,‬אויב וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פאר די פאמיליעס‪,‬‬ ‫אין די ווידיאו זאגט ער‪ ‬״עס איז איז העכסט צייט אז איר זאלט פארשטיין אז אייערע‬ ‫פראבלעמען קומען נישט פון מדינת ישראל‪ ,‬נאר פון דעם וואס איר זענט אונטערדריקט‬ ‫דורך כאמאס״‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן טרעפט זיך‬ ‫מיט׳ן רוסישן אויסערן מיניסטער‬ ‫דער נייער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן באטייליגט זיך יעצט ביי א‬ ‫אינטערנאציאנאלע סאמיט פון אויסערן מיניסטארן אין די שטאט באן אין דייטשלאנד‪,‬‬ ‫און האט היינט אפגעהאלטן א זיצונג מיט׳ן רוסישן אויסערן מיניסטער סערגעי‬ ‫לעוואראוו‪ ,‬אין וועלכע די צוויי האבן דיסוקטירט די באציאונגען צווישן אמעריקע און‬ ‫רוסלאנד‪.‬‬ ‫טילערסאן ווערט באטראכט אלס א פריינט צו רוסלאנד און האט פערזענליך גוטע‬ ‫באציאונגען מיט פוטין פון די יארן ווען ער האט געטוהן ביזנעס אין רוסלאנד‪ ,‬אבער ביי‬ ‫די פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט לעוואראוו האבן ביידע געהאט אן‬ ‫איינגעהאלטענעם טאן‪ ,‬און נישט ארויסגעוויזן קיין גרויסע ענטוזיאזם‪.‬‬ ‫טילערסאן האט געזאגט אז די אדמיניסטראציע איז שטארק פאראינטרעסירט צו‬ ‫פארבעסערן אירע באציאונגען מיט רוסלאנד און אז ער ערווארטעט צו האבן מערער‬ ‫געשפרעכן מיט׳ן אויסערן מיניסטער‪ .‬און האט זיך אנזאגט צו ענטפערן געהעריג פראגעס‬ ‫פון רעפארטערס‪.‬‬ ‫דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט קאטעגאריש געלייקנט אז רוסלאנד זאל זיך האבן‬ ‫אריינגעמישט אין די אמעריקאנער וואלן‪ ,‬און אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די‬ ‫סייבער אטאקעס‪ ,‬״רוסלאנד טוט זיך נישט אריינמישן אין אנדערע לענדער״ האט ער‬ ‫געזאגט‪.‬‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫דשעימס מעטיס‪ :‬רוסלאנד דארף איבערצייגן‬ ‫אמעריקע אז מען קען ארבייטן מיט איר‬ ‫אין די זעלבע צייט וואס טראמפ אין זיין אדמיניסטראציע צייגן אז זיי זוכן צו בויען‬ ‫בעסערע באציאונגען מיט מאסקווע‪ ,‬און דער פרעזידענט האט עטליכע מאל‬ ‫ארויסגעברענגט אז ער וויל ארבייטן אינאיינעם מיט רוסלאנד צו באקעמפן אייסיס אין‬ ‫סיריע‪ ,‬טוט אבער דער פארטיידיגונג סעקערטאר דשעימס מעטיס זינגען עטוואס אנדערע‬ ‫זמירות‪.‬‬ ‫ביי א סאמיט אין בריסל מיט די נאט״א לענדער האט גענעראל מעטיס געזאגט אז‬ ‫אמעריקע איז נישט גרייט צו ארבייטן מיט רוסלאנד נאר אויב זי ״וועט אונז איבערצייגן״‬ ‫אז מען קען ארבייטן מיט זיי‪ ,‬און אז אויף די מאמענט זעהט ער נישט קיין מעגליכקייט‬ ‫אז אמעריקע און רוסלאנד זאלן קענען האבן גוטע מיליטערישע קאאפעראציע‪.‬‬ ‫אבער דאס קומט אין די צייט וואס עס קומען פאר געשפרעכן צווישן הויכע מיליטערישע‬ ‫באאמטע פון די רוסישע און אמעריקאנער מיליטער‪ ,‬און סיי פוטין און סיי טראמפ האבן‬ ‫עפנטליך אויסגעדריקט גרייטקייט צו ארבייטן אינאיינעם ווען עס קומט צו אייסיס‪.‬‬ ‫עס איז נישט קלאר וואס מעטיס מיינט צו זאגן און וואס ער ערווארטעט פון רוסלאנד‪,‬‬ ‫אבער זיינע ווערטער קומען בלויז איין טאג נאכדעם וואס די פענטאגאן האט באשולדיגט‬ ‫רוסלאנד אין צושטערן מיליטערישע אפמאכן‪ ,‬און שאפן קאנפראנטאציע‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫אמווייניגסטנס ‪ 45‬טויט אין אויפרייס אין‬ ‫מארקעט אין באגדאד‬ ‫ארום ‪ 45‬זענען אומגעקומען און נאך צענליגע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א קאר‬ ‫באמבע האט אויפגעריסן אינמיטן א פארנומענע מארקעט אין באגדאד‪ ,‬און איז באצייכנט‬ ‫געווארן אלס די טויטליכסטע אין א רייע אטאקעס וועלכע זענען לעצטנס אויסגעפירט‬ ‫געווארן אין די שטאט דורך אייסיס‪ ,‬אלס נקמה פאר די אפענסיווע פון די איראקער‬ ‫ארמיי קעגן זיי אין מאסול און נאך שטעט‪.‬‬ ‫די באמבע האט אויפגעריסן אין א גאר פארנומענע מארקעט‪ ,‬נישט ווייט פון די‬ ‫אינטערנאציאנאלע‬

‫עירפארט‬

‫פון‬

‫באגדאד‪,‬‬

‫אייסיס‬

‫האט‬

‫באלדיג‬

‫גענומען‬

‫פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע‪ ,‬וועלכע איז דער דריטע אטאקע אין די לעצטע‬ ‫פאר טעג‪ ,‬אבער די מערסט טויטליכע‪ .‬דאס קומט אויך אין די זעלבע טאג וואס אייסיס‬ ‫האט דורכגעפירט א טויטליכע אטאקע אין א געבעט הויז אין פאקיסטאן‪.‬‬

‫אמווייניגסטנס ‪ 30‬טויט אין זעלבסמארד אטאקע‬ ‫אין פאקיסטאן‬ ‫צענדליגע זענען אומגעקומען און נאך הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן אין די‬ ‫שטאט שעוואן‪ ,‬אין דרום פאקיסטאן‪ ,‬ווען א זעלבסמערדער האט זיך אויפגעריסן אין א‬ ‫געבעט הויז‪ ,‬אינמיטן וואס עס איז דארט פארגעקומען א רעליגיעזע צערעמאניע‪ .‬‬ ‫די אטאקע איז פארגעקומען אין א מעטשעט פון סופי‪-‬מוסלעמענער‪ ,‬אין די צייט וואס זיי‬ ‫פראווען א רעליגיעזע צערעמאניע‪ .‬די פליגעל פון אייסיס אין אפגאניסטאן האט גענומען‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫פאראנטווארטליקייט אויף די אטאקע‪ .‬‬ ‫דער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער נאוואז שאריף האט פארדאמט די ״ברוטאלע״‬ ‫אטאקע און געזאגט אז ער האט פארארדנט זיין רעגירונג צו צושטעלן די מאקסימום‬ ‫הילף פאר די רעטונג ארבעט און פאר די געליטענע‪ .‬‬ ‫דאס קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס אן אטאקע דעם מאנטאג ביי א פראטעסט‬ ‫אין לאהאר האט אומגעברענגט ‪ 14‬מענטשן‪.‬‬

‫טראמפ נאמינירט פרישע קאנדידאט פאר לעיבאר‬ ‫סעקערטערי‬ ‫נאכדעם וואס ענדרו פודזער האט זיך נעכטן אפגעזאגט פון די נאמינאציע פאר לעיבאר‬ ‫סעקערטערי נאכדעם וואס א רייע רעפובליקאנער האבן געזאגט אז זיי וועלן אים נישט‬ ‫באשטעטיגן‪ ,‬האט פרעזידענט טראמפ באשטימט א פרישע קאנדידאט פאר די פאזיציע‪,‬‬ ‫און האט נאמינירט אלעקסאנדער אקוסטע צו איבערנעמען די פאזיציע‪.‬‬ ‫אקוסטע איז די אנפירער פון די פלארידע געזעץ שולע‪ ,‬און האט אין די פארגאנגענהייט‬ ‫געדינט אין די‪ ‬בוש אדמיניסטראציע אלס‪  ‬מיטגליד אויף א לעיבאר קאמיטע‪ ,‬וואס געט‬ ‫אים ערפארונג אין די פאזיציע‪ .‬אזוי אויך וועט אקוסטע זיין דער ערשטע היספאנישער‬ ‫אין די קאבינעט‪ ,‬אויב ער ווערט באשטעטיגט‪ ,‬די עלטערן פון אקוסטע זענען‬ ‫אימיגראנטן פון קובא‪.‬‬ ‫אקוסטע ווערט געזען ווי א נאמינאציע וועלכע וועט לייכט באשטעטיגט ווערן און קען‬ ‫מעגליך אויךנ באקומען שטימען פון דעמאקראטן‪ ,‬ער האט ערפארונג אין די לעיבאר‬ ‫דעפארטמענט‪ ,‬און איז א לאנגיעריגער לעגאלע עקספערט וועלכער וועט באשיצן די‬ ‫רעכטן פון די ארבייטער‪.‬‬

‫פארהערן אין סענאט פאר נייער אמבאסאדאר צו‬ ‫מדינת ישראל‬ ‫א טאג נאכדעם וואס די פירער פון אמעריקע און מדינת ישראל האבן זיך געטראפן‪ ,‬וועט‬ ‫סענאט אנהייבן די פראצעדור פון באשטעטיגן דוד פריעדמאן‪ ,‬א אידישער ניו יארקער‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫אדוואקאט וועלכער איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אלס אמעריקאנער‬ ‫אמבאסאדער צו מדינת ישראל‪.‬‬ ‫די פארהערן זענען וויכטיג‪ ,‬וויבאלד פריעדמאן איז ער וועלכער וועט זיין‬ ‫פאראנטוואטליך צו אויספירן די פאליסיס‪ ‬פון די אמעריקאנער רעגירונג וואס‬ ‫אנבאלאנגט מדינת ישראל‪ ,‬און ביי די פארהערן וועט ער ווערן געצימבלט צו פארשטיין‬ ‫וואס פונקטליך עס זענען די שטעלונגען פון פרעזידענט טראמפ אויף די ברענעדיגע‬ ‫אישוס וועלכע פלאגן דעם ראיאן‪.‬‬ ‫פריעדמאן פערזענליך איז שטארק רעכט געשטימט‪ ,‬און איז א פייערדיגע שטיצער פון‬ ‫בויען פרישע זידלונגען‪ .‬דערווייל איז אומקלאר וואס די שטעלונג פון טראמפ איז‪ ,‬ער‬ ‫האט נעכטן קלאר געמאכט אז ער איז נישט פארפליכטעט צו די צוויי שטאטן לעזונג‪ ,‬און‬ ‫אין די זעלבע צייט אויך געבעטן פון ביבי נתניהו צו אפשטעלן דאס בויען אין די‬ ‫זידלונגען‪.‬‬ ‫די פארהערן זענען אפן פאר די פאבליק און א רייע אידן וועלכע זענען לינקע‬ ‫אנטי‪-‬ציונים האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און פראטעסטירט קעגן זיין נאמינאציע‪,‬‬ ‫צווישן אנדערע מיט שופר בלאזן און זינגען ניגונים‪.‬‬

‫פרא‪-‬אימיגראנטן גרופעס דערקלערן היינט אלס‬ ‫״טאג אן אימיגראנטן״‬ ‫פרא‪-‬אימיגראציע גרופעס איבער׳ן לאנד האבן פאררופן היינט דאנערשטאג אלס טאג פון‬ ‫א נאציאנאלע סטרייק‪ ,‬און האבן גערופן די אימיגראנטן נישט צו ארבייטן היינט‪ ,‬מיט די‬ ‫ציהל צו דעמאנאסטרירן ווי שטארק די עקאנאמיע איז אנגעוויזן אויף אימיגראנטן‪,‬‬ ‫אריינגערעכנט אומדאקומענטירטע אימיגראנטן‪ .‬‬ ‫פילע רעסטורנאטן‪ ,‬געשעפטן‪ ,‬פאבריקן איבער׳ן לאנד זענען היינט אפגעשפארט נאכדעם‬ ‫וואס די לאטינא געמיינדע האט זיך אנגעשלאסן אין די סטרייק‪ ,‬אין עטליכע פעלער‬ ‫האבן די פירמעס געפועל׳ט ביי די ארבייטער צו אריינקומען און אלס אויסטויש וועלן זיי‬ ‫ביישטייערן די איינקונפט פאר לעגאלע גרופעס וועלכע ארבייטן פאר די רעכטן פון‬ ‫אימיגראנטן‪.‬‬ ‫דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע וואך האבן די גרעניץ פאטראל און פאליציי‬ ‫איבער׳ן לאנד אונטערגענומען א מאסיווע אפעראציע קעגן אומדאקומענטירטע‬ ‫אימיגראנטן‪ ,‬אפילו אזעלכע וועלכע זענען באשיצט אונטער פארשידענע רעגירונג‬ ‫פראגראמען‪ ,‬און בלויז אין די לעצטע וואך זענען לויט באריכטן ארעסטירט געווארן‬ ‫נאנט צו ‪ 700‬מענטשן וועלכע שטייען אויס דעפארטאציע‪.‬‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫קינדער קליידונג וועבזייטל באשטראפט דורך ניו‬ ‫דשערזי פאר׳ן דיסקרימינירן אידישע קאסטומער‬ ‫א וועבזייטל וועלכע איז באזירט אין קאליפארניע און פארקויפט קינדער קליידונג האט‬ ‫ארויפגעלייגט אויף איר וועבזייטל אז זי נעמט נישט אן קיין ריטוירנס פון געוויסע‬ ‫געגענטער אין ברוקלין און אין לעיקוואוד‪ ,‬וויבאלד פון די געגענטער האבן זיי שאדן‬ ‫געהאט נאכדעם וואס די קאסטומער האבן אויסגענוצט די ריטוירן פאליסי און באשטעלט‬ ‫מערערע סייזעס‪ ,‬און צוריקגעשיקט טיילמאל גענוצט קליידער‪.‬‬ ‫טראץ וואס זי האט נישט קלאר ארויסגעשריבן וועמען די אויסנאם ציהלט‪ ,‬איז אבער‬ ‫גאנץ קלאר אז דאס איז געצילט קעגן חרדי׳שע אידן‪ ,‬און די אטוירני דשענעראל אפיס‬ ‫אין ניו דשערזי האט זיך אריינגעמישט‪ ,‬און האט ארויפגעלייגט א שטראף פון ‪10,000‬‬ ‫דאלער אויף די פירמע‪ ,‬וועלכע וועט ווערן אראפגענומען אויב זי שטעלט זיך צו‪ .‬‬ ‫די פירמע האט געזאגט אז זי וועט צוריקשטעלן אלע ריטוירן פאליסי‪ ,‬אבער גלייכצייטיג‬ ‫זיך באקלאגט אז זי איז א קליינע פירמע‪ ,‬און די פלייץ פון ריטוירנס אין די אידישע‬ ‫געגנטער מאכט איר א געוואלד שאדן‪ ,‬לאמיר האפן אז די אומפאראנטווארטליכע יחידים‬ ‫זאלן איינזעהן וואספארא חילול ה׳ זיי מאכן‪ ,‬און די שאדן וואס זיי ברענגען פאר׳ן גאנצן‬ ‫ציבור‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫מעבל פירמע ״אייקיע״ פאבליצירט‪ ‬ספעציעלע‬ ‫קאטאלאג פאר׳ן חרד׳ישן ציבור אין ארץ ישראל‬ ‫די מעבל ריז אייקיע וועלכע איז באזירט אין שוועדן און האט פיליאלעס איבער די גאנצע‬ ‫וועלט‪ ,‬אריינגערעכנט אין ארץ ישראל‪ ,‬טוט אנערקענען די שטארקע קאנסומער קראפט‬ ‫פון די חרדי׳שע ציבור וועלכע וואקסט און בליהט בליעה״ר‪ ,‬און האט ספעציעלע‬ ‫געדרוקט איר יערליכע קאטאלאג אין א פארמאט עס זאל זיין צוגעפאסט צו‬ ‫אריינברענגען אין חרדי׳שע שטובער‪.‬‬ ‫די קאטאלאג האט ארויסגענומען די בילדער וואס זי נוצט געווענליך‪ ,‬און אזוי אויך די‬ ‫סלאגאנען‪ ,‬און אנשטאט דעם אריינגעשטעלט בילדער און שרייבעכצער וועלכע שטימען‬ ‫מיט די חרדי׳שע גייסט‪ ,‬די ספרים שרענק אנטהאלטן ספרי קודש אנשטאט ביכער‪ ,‬און‬ ‫אזוי ווייטער‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫איי‪-‬אר‪-‬עס וועט נישט אינפארסירן אבאמאקעיר‬ ‫רעגולאציעס‬ ‫נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיווע באפעל וועלכע‬ ‫לויטעט אז די רעגירונג אגענטורן קענען זיך צוריקהאלטן פון אינפארסירן אבאמאקעיר‪,‬‬ ‫און צוריקדרייען רעגולאציעס וועלכע זענען פארבינדען מיט אבאמא קעיר‪ ,‬האט די‬ ‫שטייער אגענטור איי‪-‬אר‪-‬עס גענומען ערשטע שריט צו אויספאלגן דעם באפעל‪ ,‬און טוט‬ ‫זיך אפהאלטן פון אינפארסירן די ״אינדיווידועלע מאנדאט״ וועלכע לייגט ארויף א‬ ‫שטייער אויב קויפט מען נישט קיין העלט אינשורענס‪.‬‬ ‫אונטער די ״אידנדיווידועל מאנדאט״ דארף יעדער איינער וואס פארדינט געלט קענען‬ ‫איבערצייגן אז ער האט מעדיצינישע דעקונג‪ ,‬און טאמער נישט קען מען אויסשטיין א‬ ‫שטראף פון ‪ 695$‬פאר יעדע פון די הויזגעזונד‪ ,‬אדער ‪ 2%‬פון אלע פארדינסטן‪ .‬‬ ‫אין די פארגאנגענע יארן האט מען געמוזט ענטפערן אויף די טעקס אפליקאציע אויב מען‬ ‫האט העלט אינשורענס‪ ,‬און טאמער האט מען נישט געענטפערט איז די פארם נישט‬ ‫געווארן אנגענומען‪ ,‬אבער די איי‪-‬אר‪-‬עס האט אנגעדייטעט אז היי‪-‬יאר וועלן זיי‬ ‫אקצעפטירן די טעקס פארם׳ס אן דעם וואס מען ענטפערט אויף די פראגע‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬

Fina neias daily yi 20170216 @mm  
Read more
Read more
Similar to
Popular now
Just for you