Page 1

‫‪ ‬‬ ‫מיטוואך פרשת יתרו‬ ‫כ׳ שבט תשע״ז‬

‫‪February 15 2017‬‬ ‫‪Publication #139‬‬

‫‪ ‬‬

‫פלינגעיט שטורעם‪ :‬פרישע געפונסן איבער‬ ‫פארבינדונגען מיט רוסלאנד פלאגט די‬ ‫אדמיניסטראציע‬ ‫נאכדעם וואס דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט‬ ‫צוליב אומלעגאלע פארבינדונגען וועלכע ער האט געהאט מיט די רוסישע באאמטע אין‬ ‫אמעריקע‪ ,‬אין וועלכע ער האט דיסקוטירט דאס אראפנעמען די סאנקציעס‪ ,‬נאך פאר‬ ‫טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירען‪ .‬קומט די ניו יארק טיימס מיט פרישע געפונסן‬ ‫וועלכע קענען מעגליך ברענגען צו א פרישע שטורעם אין די אדמיניסטראציע‪.‬‬ ‫בלויז עטליכע טעג נאך די שטוינענדע געווינס פון פרעזידענט טראמפ האט א באאמטער‬ ‫אין מאסקווע ‪ -‬דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער ‪ -‬זיך אויפגעטון פאר די פרעסע אז די‬ ‫"מיסיע איז געלונגען" און האט געזאגט אז די טראמפ קאמפיין האט באקומען הילף‪ ,‬און‬ ‫איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט מאסקווע דורכאויס דעם גאנצן קאמפיין "מיר קענען‬ ‫זיין גאנצע שטאב" האט דער באאמטער צוגעלייגט‪ .‬די‪ ‬טראמפ קאמפיין האט‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫קאטעגאריש אפגעווארפן דעם סטעיטמענט‪ ,‬און ווידערהאלט אז די קאמפיין האט נישט‬ ‫געהאט קיין שום דירעקטע פארבינדונג צו רוסלאנד‪.‬‬ ‫אבער די ניו יארק טיימס דעקט אויף שאקירנדע פאקטן וועלכע באשטעטיגן די ווערסיע‬ ‫פון דעם רוסישער באאמטער‪ ,‬לויט קוועלער אינערהאלב די עף‪-‬בי‪-‬איי טוט די אגענטור‬ ‫האלטן קלארע באווייזן איבער נאכאנאנדיגע פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין‬ ‫און די רוסישע שפיאנאזש דינסט‪ ,‬וועלכע האבן אנגעהאלטן דאס גאנצע יאר פון די‬ ‫קאמפיין‪.‬‬ ‫די באווייזן זענען אין פארעם פון טעלעפאן רעקארדס פון די נאנטע רינג פונעם‬ ‫פרעזידענט‪ ,‬אין וועלכע עס זענען דא פילע געשפרעכן קיין מאסקווע‪ ,‬און אזוי אויך‬ ‫זענען ווארשיינליך קאמפיין איינגעשטעלטע אראפגעפארן קיין מאסקווע פאר‬ ‫געשפרעכן‪ .‬איינע פון די איינגעשטעלטע איז פאול מענעפארט וועלכער האט געדינט א‬ ‫שטיק צייט אלס קאמפיין טשעירמאן‪ ,‬און האט נאנטע פארבידונגען צו מאסקווע‪ ,‬צווישן‬ ‫אנדערע פון ווען ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר די פרא‪-‬רוסישע גרופעס אין‬ ‫אוקראינע‪.‬‬ ‫פרעזידענט טראמפ האט נישט אפגעלייקנט די באריכט‪ ,‬נאר איז ארויס מיט וויינעדיגע‬ ‫טוויטס ווי ער שרייט אז עס איז נישט לעגאל אז אינפארמאציע ווערט ארויסגערינען‬ ‫דורך די שפיאנאזש אגענטורן‪ ,‬און איראניש ווי ער לייגט צו "פונקט אזוי ווי אין‬ ‫רוסלאנד"‬

‫‪ ‬‬

‫אן איבערבליק אויף די פלינגעיט סקאנדאל‪ :‬וואס‬ ‫פונקטליך האט פאסירט? און איז די פרשה שוין‬ ‫אריבער?‬ ‫אין די פאלגנדע שורות וועלן מיר איבערגיין כראנאלאגיש די אנטוויקלונגען וועלכע‬ ‫האבן געברענגט צו די רעזיגנאציע פון דעם נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער מייקל‬ ‫פלין‪ ,‬און וויאזוי די נאכווייען לייגן א שווערע שאטן אויף די צוטרוי פון די אמעריקאנער‬ ‫פאבליק אין די יעצטיגע אדמיניסטראציע‪.‬‬ ‫שוין עטליכע וואכן וואס אין די פרעסע זענען ערשינען באריכטן איבער פארבינדונגען‬ ‫צווישן מייקל פלין און רוסלאנד‪ ,‬נאך דורכאויס דעם קאמפיין זענען געווען באריכטן‬ ‫איבער פארבינדונגען צווישן מייקל פלין און רוסישע באאמטע‪ ,‬ער איז געזען געווארן‬ ‫אין בילדער פארברענגען מיט וולאדימיר פוטין‪ ,‬ער האט קאטעגאריש אפגעלייקנט סיי‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫וועלכע פארבינדונגען און אלעס אוועקגעמאכט‪.‬‬ ‫פעברואר ‪ 3‬האט די וואשינגטאן פאוסט אויפגעדעקט מער דעטאלן איבער דעם שמועס‬ ‫צווישן מייקל פלין און דער רוסישער אמבאסאדאר סערגעי קיזליק‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫אפגעהאלטן געווארן דעצעמבער ‪ ,29‬די טאג וואס פרעזידענט אבאמא האט‬ ‫ארויפגעלייגט פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד צוליב זייער אינטערווענירונג אין די‬ ‫וואלן‪ ,‬און לויט די באריכט האט פלין צוגעזאגט פאר'ן אמבאסאדאר אז טראמפ וועט‬ ‫אראפנעמען די סאנקציעס‪.‬‬ ‫אויב איז דאס ריכטיג דאן טוט דאס באדייטן אז ער איז באגאנגען א ערנסטע פארלעצונג‬ ‫פונעם געזעץ‪ ,‬וועלכע ערלויבט נישט די אריינקומענדע אדמיניסטראציע אינטערווענירן‬ ‫אין אמעריקאנער אויסערן פאליטיק ווילאנג דער אמטירנדער פרעזידענט געפונט זיך נאך‬ ‫אין ווייסן הויז‪.‬‬

‫אבער די טראמפ אדמיניסטראציע‪ ,‬און הויפטזעכליך דער וויצע פרעזידענט מייק פענס‬ ‫האבן געזאגט אז זיי נעמען אן די ווערסיע פון פלין‪ ,‬וועלכער האט קאטעגאריש געלייקנט‬ ‫דעם באריכט‪ ,‬און וויצע פרעזידענט פענס האט אים פארטיידיגט גאר שטארק‪ ,‬און‬ ‫זייענדיג דער וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון די טראניזיציע שטאב‪ ,‬האט ער‬ ‫געזאגט אז אזא שמועס איז קיינמאל נישט פארגעקומען‪ .‬און אזוי אויך פרעזידענט‬ ‫טראמפ האט אים פארטיידיגט אויף טוויטער און געשאסן קעגן די "קארופטירטע מידיע"‬ ‫וועלכע פארשפרייטן "פעיק ניוז" נאר צו שעדיגן זיין פרעזידענטשאפט‪.‬‬ ‫אבער נאך עטליכע טעג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באריכטע אין די וואשינגטאן‬ ‫פאוסט איז באזירט אויף גאר קראנטע קוועלער‪ ,‬און אז די שמועס איז אייגנטליך‬ ‫רעקארדירט‪ ,‬און פלין איז א טייל פון א ברייטע אויספארשונג אויף די נאנטע רינג ארום‬ ‫דאנעלד טראמפ וועלכע זענען פארדעכטיגט אין קאלאבערירן מיט רוסלאנד דורכאויס‬ ‫דעם קאמפיין‪.‬‬ ‫דאס האט געברענגט אז וויצע פרעזידענט מייק פענס האט מער נישט געקענען דערליידן‬ ‫אז פלין האט "חוזק געמאכט" פון אים‪ ,‬און אז ער האט אים פארטיידיגט בלינדערהייט‪,‬‬ ‫און אזוי אויך פרעזידענט טראמפ האט געטוישט דעם טאן‪ ,‬און די זעלבע צייט האט אויך‬ ‫פלין געטוישט זיין ווערסיע‪ ,‬און אנשטאט גלאט אפלייקענען האט ער אנגעהויבן דרייען‬ ‫אז ער געדענקט נישט פונקטליך‪ ,‬און אז "מעגליך אז עס איז געווארן אויסגעשמועסט"‬ ‫די פאקט אז די אדמינסטראציע האט זיך געלאזט פארפירן פון אזא איינעם ווי פלין‪,‬‬ ‫וועלכער איז שוין געווארן אויפגעזאגט דורך פרעזידענט אבאמא פון זיין מיליטערישע‬ ‫פאזיציע צוליב אומפאראנטווארטליכע האנדלונג פון אינפארמאציע‪ ,‬איז א שטארקע‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫קלאפ פאר טראמפ‪ ,‬וועלכער טוט זיך כסדר גרויסן איבער די קוואליטעט פון זיין‬ ‫קאבינעט‪ ,‬און אז ער האט די "בעסטע מענטשן" און ווי עס שיינט איז געלייגט געווארן‬ ‫דרוק אויף פלין ער זאל רעזיגנירן‪ ,‬און דערביי ראטעווען די אדמיניסטראציע פון ווערן‬ ‫מיטגעשלעפט אין די סקאנדאל‪.‬‬ ‫אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די סקאנדאל ווייט פון פערטיג‪ ,‬און די טראמפ‬ ‫אדמניסטראציע האט נאך אסאך‪ ‬פראגעס צו ענטפערן‪ ,‬ווי צום ביישפיל אויב פלין האט‬ ‫טאקע נישט געארבעט אינאיינעם מיט'ן פרעזידענט‪ ,‬און אויב נאך אזעלכע פעלער זענען‬ ‫פארגעקומען‪ ,‬און לויט פרישע באריכטן אין די ניו יארק טיימס זעהט אויס אז די פרשה‬ ‫איז ווייט פון פערטיג‪.‬‬

‫פרעזידענט טראמפ האלט אפ סאמיט מיט מדינת‬ ‫ישראל פרעמיער מיניסטער‬ ‫פרעזידענט טראמפ און דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האבן היינט‬ ‫אפגעהאלטן א לענגערע זיצונג אין ווייסן הויז‪ ,‬וועלכע איז געווארן נאכגעפאלגט מיט א‬ ‫געמיינזאמע פרעסע קאנפרענץ‪ ,‬אין וועלכע די צוויי האבן געגעבן קורצע סטעיטמענטס‬ ‫און געענטפערט פראגעס פאר רעפארטער‪.‬‬ ‫אין די פרעסע קאנפערענץ האט פרעזידענט טראמפ גערעדט איבער זיין וויזיע פאר א‬ ‫שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער‪ ,‬אין וועלכע ער האט געשיקט‬ ‫געמישטע סיגנאלן‪ ,‬ער האט שטארק פארטיידיגט מדינת ישראל‪ ,‬אבער ער האט אויך‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫געזאגט אז מדינת ישראל וועט מוזן פארציכטן און נאכגעבן צו קענען אנקומען צו א‬ ‫אפמאך‪ ,‬און האט געזאגט אז ער "וואלט געוואלט זעהן" אז מדינת ישראל זאל זיך‬ ‫צוריקהאלטן פון בויען זידלונגען‪.‬‬ ‫א גרויסע טייל פון די געשפרעכן האבן זיך קאנצעטרירט איבער די נוקלעארער אפמאך‬ ‫מיט איראן‪ ,‬וועלכע איז געווארן קריטיקירט דורך ביידע פירער‪ ,‬און פרעזידענט טראמפ‬ ‫האט קלאר געמאכט אז ער וועט האלטן א שטרענגע אויג אויף איראן‪ .‬און אזוי אויך‬ ‫האבן זיי דיסקוטירט די פרישע אליאנץ צווישן מדינת ישראל און די אראבישע שכנים‬ ‫איבער דעם אנלעגנהייט‪.‬‬ ‫א אינטרעסאנטע מאמענט איז געווען ווען א מדינת ישראל רעפארטער האט‬ ‫פארגעהאלטן פרעזידענט טראמפ אז צווישן זיינע שטיצער געפונען זיך אנטי‪-‬סעמיטן און‬ ‫אז צווישן אידן הערשט א זארג אין ליכט פון שטייגנדע אנטיסעמיטיזם זינט די געווינס‬ ‫פון טראמפ‪ ,‬אלס ענטפער האט טראמפ אנגעוויזן אויף זיין לאנג יעריגע שטיצע צו מדינת‬ ‫ישראל‪ ,‬און אויף די פאקט אז ער האט אידישע אייניקלעך‪.‬‬ ‫די פראגע האט קענטליך אויפגערעגט פרעמיער מיניסטער נתניהו וועלכער האט געזאגט‬ ‫אז ער קען שוין לאנגע יארן טראמפ און זיין פאמיליע‪ ,‬און אז "איך קען נישט א בעסער‬ ‫פריינט פאר'ן אידישן פאלק און פאר מדינת ישראל ווי דער פרעזידענט" און עס איז צייט‬ ‫צו אויפהערן מיט די נארישקייטן‪ .‬טראמפ האט זיך באדאנקט פאר דעם סטעיטמענט‪ ,‬און‬ ‫מיט דעם איז די פרעסע קאנפערענץ געקומען צו אן ענדע‪.‬‬ ‫טראמפ האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן קלאר איבער זיינע פלענער פון‬ ‫אריבערפירן דעם אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים‪ ,‬ער האט געזאגט אויף די‬ ‫טיפישע טראמפ שפראך "איך וויל עס שטארק טון‪ ,‬מיר קוקן שטארק אויף דעם‪ ,‬מיר‬ ‫באטראכטן די מעגליכקייט‪ ,‬און מיר וועלן זעהן וואס וועט זיין"‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫רוסלאנד לייקענט אז זי האט געבראכן א קאלטע‬ ‫קריג אפמאך‬ ‫אמעריקאנע באאמטע האבן באשולדיגט רוסלאנד אז זי האט געבראכן א אפמאך וואס‬ ‫איז געשלאסן געווארן צווישן אמעריקא און רוסלאנד אין די לעצטע יארן פון די קאלטע‬ ‫קריג‪ ,‬די אפמאך איז אויסגעהאמערט געווארן צווישן די דעמאלטסדיגע רוסישע‬ ‫פרעזידענט מיכאל גראבאטשאוו און די געוועזענע פרעזידענט ראנעלד רעגען‪ ,‬די אפמאך‬ ‫האט פארבאטן רוסלאנד ארויסצושיסן סיי וועלעכע מיסעל צו א שטרעקע פאר מער‬ ‫‪ 300‬מייל‪ ,‬די אמעריקאנע באאמטע באשולדיגען אז נאך אונטער די אבאמא‬ ‫אדמיניסטראציע האבן זיי באאבאכט ווי רוסישע ערעפלאנען באגלייטן א מיסעל פאר‬ ‫אסאך א לענגערע שטרעקע‪ ,‬און זאגן אז אזא פארלעצונג קען ברענגען אז אמעריקא זאל‬ ‫פון איר זייט אויך אויפגעבן אויף די אפמאכן און ווייזען די וועלט זייער אייגענע מאכט‪.‬‬ ‫רוסישע פרעזידענט ווילאדימער פוטינ'ס ווארטזאגער האט אפגעלייקענט די באריכטן‬ ‫זאגענדיג "עס איז פאלשע באריכטן און מיר האלטן זיך צו אלע אינטערנאציענאלע‬ ‫אפמאכן‪ ,‬קיין איין אמעריקאנע אפיציעלע איינגעשטעלטער האט אונז נישט אפענערהייט‬ ‫באשולדיגט אויף די פאלשע פארלעצונג"‪ ,‬סענעטארן אין סענאט האבן שטארק‬ ‫אראפגעריסן רוסלאנד פאר די פארלעצונג‪ ,‬און די פארלעצונג וועט ווארשיינלעך זיין א‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫הויפט טעמע ביי די באזוך פון דעפענס סעקרעטאר גענעראל זשעימס מעטיס אין‬ ‫בראסולס ביי די נאטא הויפטקווארטירן‪.‬‬ ‫עס קומט אין א גאר אנגעשטרענגטע צייט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע‪ ,‬ווען‬ ‫גענעראל מייקל פלין איז געפלויגען פון נאציענאלע זיכערהייט ראטגעבער נאך א‬ ‫סקאנדאל אז ער האט פארהאנדעלט מיט די רוסן איבער סאנקציעס נאך אונטער‬ ‫פרעזידענט אבאמעס זייגער‪ ,‬און נאך אויפדעקונגען היינט צופריא אין די ניו יארק טיימס‬ ‫אז טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע זענען געווען אין פארבינדונג מיט רוסישע‬ ‫שפיאנאזש באאמטע‪.‬‬

‫פאליציי אין מאלאזיע ארעסטירן מערדערקע פון‬ ‫קים יאנג מאם‬ ‫די מאלאזיע פאליציי האט געמאלדען אז זיי האבן געמאכט א ארעסט דעם מיטוואך אויף‬ ‫א פרוי וואס איז פארבינדן צו די מארד פון קים יונג מאם‪ ,‬א האלבע ברודער פון קים‬ ‫יאנג און די צודרייטע פירער פון צפון קאריע‪ ,‬וועלכע איז אוממגעברענגט געווארן מיט‬ ‫א שפריץ פון א אומאינדענטעפיצירטע קעמיקאל‪ ,‬אין די קוואלא לאמפור‬ ‫אינטערנאציענאלע לופטפעלד‪.‬‬ ‫די פרוי האט געהאט אויף זיך וויאטנאמע פאפירן און איז ארעסטירט געווארן אין די‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫מאלאזיע לופטפעלד פרובירענדיג אויפצושטייגן אויף א פליגער‪ ,‬מער דעטאלן זענען‬ ‫נישט ארויסגעגעבן געווארן צוליב די סענסעטיווקייט פון די געשיכטע‪.‬‬ ‫קים יאנג און‪ ,‬די פירער פון צפון קאירע האט שוין אומגעברענגט הונדערטער רעגירונג‬ ‫איינגעשטעלטע און משפחה קרובים זייט ער האט איבערגענומען זיין טאטע מיט עטליכע‬ ‫יאר צוריק‪ ,‬און דרום קאריע שפיענאזש באאמטע זאגן אז ערר האט געהאט א שטארקע‬ ‫שנאה צו זיין האלבע ברודער‪ ,‬און האט עם שוין עטליכע מאל פרובירט אומצוברענגען‪.‬‬

‫דעפענס סעקערטערי דשעימס מעטיס שטעלט‬ ‫אולטימאטום פאר נאט"א לענדער איבער‬ ‫מיליטערישע קאסטן‬ ‫דורכאויס דעם קאמפיין האט פרעזידענט טראמפ מערערע מאל אויפגעברענגט די פאקט‬ ‫אז די לאסט פון פארטיידיגן די נאט"א אליאירטע לענדער פאלט מיינסטנס אויף די‬ ‫פאראייניגטע שטאטן‪ ,‬און די לענדער‪ ,‬טראצדעם וואס זיי זענען רייכע לענדער טוען‬ ‫נישט אויסגעבן פאר זייער אייגענע פארטיידיגונג גענוג געלט‪ ,‬און ווי עס זעהט אויס טוט‬ ‫די אדמיניסטראציע זיך האלטן צו דעם ליניע‪.‬‬ ‫אין א אפציעלע סטעיטמענט שרייבט ער "איך וויל אייך קלאר מאכן איבער די‬ ‫פאליטישע רעאליטעט אין מיין לאנד‪ ,‬און ארויסברענגן אונזער יושר'דיגע פארלאנג אז‬ ‫נישט בלויז אמעריקע זאל טראגן די לאסט‪ ,‬און אז די לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן‬ ‫אין נאט"א זאלן העכערן די בודשעט פאר זייערע מיליטערישע אויסגאבן"‬ ‫דאס קומט נאך א מיטינג וועלכע ער האט אפגעהאלטן מיט פארטיידיגונג סעקערטארן‬ ‫פון אלע נאט"א לענדער‪ ,‬אין בריסל‪ .‬די ציהל פון די פארהאנדלונגען איז צו ברענגען‬ ‫אלע נאט"א לענדער צו אויסגעבן א מינימום פון ‪ 2‬פראצענט פון זייער גראס דאמעסטיק‬ ‫פראדאקט פאר מיליטערישע צוועקן‪ ,‬דאס איז א טייל פון די פארפליכטונג פון די נאט"א‬ ‫לענדער אבער פילע האבן זיך נישט געהאלטן דערצו‪.‬‬ ‫מעטיס איז נישט דער ערשטער צו פארהאלטן נאט"א דערוועגן‪ ,‬ראבערט געיטס וועלכע‬ ‫האט געדינט אלס פארטיידונג סעקערטאר אין די אבאמא אדמיניסטראציע האט אויך‬ ‫פרובירט צו ברענגען דערצו אז די נאט"א לענדער זאלן נעמען א גרעסערע טייל פון די‬ ‫קאסטן‪ ,‬אבער עס האט זיך נישט קיין געטוישט‪ ,‬און דערווייל טוען בלויז ‪ 5‬פון די ‪28‬‬ ‫נאט"א לענדער אויסגעבן וויפיל עס פארלאנגט זיך אפיציעל‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫קאנגרעס באשטעטיגט היינט ערשטע פרא גאן‬ ‫געזעץ‬ ‫קאנגרעס האט היינט זונטאג צופריא באשטעטיגט די ערשטע גאן געזעץ אונטער די‬ ‫רעפובליקאנער קאנטראלירטע וואשינגטאן‪ ,‬ווען די קאנגרעס האט געשטימט ‪ 57‬צו ‪43‬‬ ‫צו עלימינירען א אבאמא רעגולאציע וועלעכע צווינגט די סאשעל סעקיוריטי צו באריכטן‬ ‫מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען רעקארדס פון זייערע ליסטעס‪ ,‬צו די נאציענאלע‬ ‫בעקגראונד טשעק ליסטע פון מענטשן וועלעכע טארן לעגאל נישט האבן קיינע וואפן‪,‬‬ ‫אויב וועט פרעזידענט טראמפ אונטערשרייבן די געזעץ‪ ,‬וואס איז וואס ער וועט מן‬ ‫הסתמה טוען‪ ,‬וועט עס עלעמענירן א לעצט מינוטיגע פרואוו פון די אבאמא‬ ‫אדמיניסטראציע צו מאכן שווערע פאר מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען זיך‬ ‫איינצוהאנלען וואפנס‪.‬‬ ‫די אבאמא אדמיניסטראציע האט ארויסגעגעבן א רעגולאציע פאר די סאשעל סעקיוריטי‬ ‫אפיס‪ ,‬אז זיי דארפן באריכטן די מענטשן וועלכע באקומען גייסטישע געזונטהייט‬ ‫בענעפיטן פון די רעגירונג‪ ,‬אלץ "גייסטיש אומסטאביל" פאר די בעקגראונד טשעק‬ ‫סיסטעם‪ ,‬און די רעפובליקאנע זאגן אז עס איז בלויז געווען א טייל פון א ציל צו‬ ‫אומברענגען די צווייטע אמענדמענט וואס פארזיכערט אמעריקאנע א רעכט צו טראגן‬ ‫וואפענס אפענערהייט‪" ,‬עס נעמט אוועק מענטשן פון זייער קאנסטוטציענאלע רעכטן אן‬ ‫האבן סיי וועלעכע פראצעס‪ ,‬און עס ברענגט אסאך מענטשן אויף די נאו ביי ליסטע וואס‬ ‫דארפן בכלל נישט דארט זיין‪.‬‬

‫טראמפ׳ס לעיבאר סעקערטאר זאגט זיך אפ פון די‬ ‫נאמינאציע‬ ‫ענדרו פאזדער‪ ,‬א מולטי מיליאנער וואס פארפיגט אויף א נעץ פון פעסט פוד‬ ‫רעסטוראנען‪ ,‬איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אלס קאבינעט מיטגליד‬ ‫און לעיבאר סעקערטערי‪ ,‬אבער אין לויף פון די פארהערן אין סענאט זענען‬ ‫ארויפגעשווימען פארשידענע פאקטארן וועלכע האבן געברענגט קעגנערשאפט צו זיין‬ ‫נאמינאציע אויך אינערהאלב די רעפאבליקאנער פארטיי‪.‬‬ ‫צווישן אנדערע שטייט ער אויס שטארקע קריטיק פון זיינע ארבעטער וועלכע מאלן אים‬ ‫אראפ ווי א גאר ברוטאלער ארבייטסגעבער‪ ,‬און נישט אלס איינער וואס קען פארטרעטן‬ ‫די רעכטן פון ארבייטער אלס לעיבאר סעקערטערי‪ ,‬אזוי אויך האט ער אויפגעהאלטן‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫אומלעגאלע אימיגראנטן‪ ,‬און נישט באצאלט קיין שטייערן‪ .‬ער ווערט אויך געפלאגט פון‬ ‫פערזענליכע סקאנדאלן אין די פארגאנגענהייט ווען זיין ווייב איז ארויסגעקומען אין די‬ ‫עפנטליכקייט זיך באקלאגן אז זי ווערט געפייניגט דורך אים‪.‬‬ ‫זיין רעזיגנאציע קומט נאכדעם וואס עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן געשיקט א‬ ‫בריוו צום ווייסן הויז אין וועלכע זיי בעטן די אדמיניסטראציע זאל לייגן דרוק אויף‬ ‫פאדזער זיך צו אפזאגן פון גוטן ווילן‪ ,‬און נישט ברענגען די אפשטימונג צום סענאט‬ ‫וויבאלד דאס וועט ברענגען אז רעפובליקאנער זאלן שטימען דערקעגן‪ ,‬א זאך וואס קען‬ ‫האבן פאליטישע קאנסעקווענצן‪ ,‬און שאטן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע וואס ווערט‬ ‫שוין אזוי אויך געפלאגט פון סקאנדאלן‪.‬‬

‫גרעניץ באאמטע ארעסטירן אימיגראנט באשוצט‬ ‫אונטער א אבאמא פראגראם‬ ‫אין סאן פראנציסקא האבן אמעריקאנע גרעניץ באאמטע ארעסטירט א מענטש וואס איז‬ ‫געברענגט געווארן אומלעגאל קיין אמעריקע אלץ קליין קינד און האט שפעטער‬ ‫באקומען א ארבעט פערמיט פון די אבאמא אדמיניסטראציע‪ ,‬און עס איז די ערשטע‬ ‫ארעסט פון די סארט אונטער פרעזידענט טראמפ‪.‬‬ ‫ראמיראז מאדינע‪ ,‬א ‪ 23‬יעריגער אנע קרימינאלע רעקארד‪ ,‬איז ארעסטירט געווארן אין‬ ‫זיין היים ווען גרעניץ אינפארסירונג באאמטע זענען געקומען ארעסטירן זיין טאטע‪ ,‬און‬ ‫עס איז אויך נישט קלאר פארוואס זיין טאטע איז ארעסטירט געווארן‪ ,‬ראמיראז איז‬ ‫געווען באשיצט אונטער די דאק"א פראגראם פון פרעזידענט אבאמא‪ ,‬וועלעכע האט‬ ‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫באשיצט ארום ‪ 750,000‬מענטשן וועלעכע זענען געברענגט געווארן אומלעגאל קיין‬ ‫אמעריקע אלץ קינדער‪ ,‬וועם אבאמא האט אנגערופן דריעמערס "חלומ'ער"‪ ,‬א שריט‬ ‫קעגן מענטשן אונטער די פראגראם וואלט געווען גאר א שטארקע שריט פון טראמפ‪ ,‬און‬ ‫וואלט געברענגט אז די אלע ‪ 750,000‬אויף די פראגראם זאלן גיין אין באהעלטעניש‬

‫ענדליך באס פארבינדונג צווישן ירושלים און די‬ ‫בן גוריון לופטפעלד‬ ‫נאכדעם וואס אידן וואס זענען אנגעקומען אין לופטפעלד אין ארץ ישראל האבן‬ ‫געדארפט צאלן טייערע טעקסי פרייזן אנצוקומען קיין ירושלים‪ ,‬און עס איז נישט געווען‬ ‫קיין שום פובליק טראנספארטאציע מיטלען פון די לופטפעלד קיין ירושלים‪ ,‬איז היינט‬ ‫געקומען א דורכברוך ווען די אפיקים טראנספארטאציע קאמפאני האט געשלאסן א‬ ‫אפמאך מיט די נאציענאלע טראנספארטאציע מיניסטעריום‪ ,‬די אפמאך ערלויבט פאר א‬ ‫פלאטע פון אפיקים באסעס צו פארן יעדע שעה אהין און צוריק פון די לופטפעלד‪ ,‬פיר‬ ‫און צוואנציג שעה א טאג און פרייטאג ביז עטליכע שעה פאר שבת און עטליכע שעה‬ ‫נאך די זמן מוצש"ק‪.‬‬ ‫די נייעס ווערט אויפגענומען מיט פרייד דורך די מיליאנען אידן וואס פליען פון און צו‬ ‫ירושלים עיר הקודש יערליך‪ ,‬און ווערט באטראכט ווי א זיג פון די פובליק‬ ‫טראנספארטאציע קעגן די מאנאפאל פון די טייערע טעקסי סערוויס‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬


‫פרישע שטודיע צייגט‪ :‬איבער ‪ 55,000‬בריקן‬ ‫אין אמעריקע דארפן דרינגנדע רענאוואציע‬ ‫די טראספארטאציע בויער׳ס אסאסיאציע האט ארויסגעגעבן א פרישע באריכט‪ ,‬וועלכע‬ ‫קוקט אריין גרונטליך אןי די צושטאנד פון די אינפרוסטרוקטור פון אמעריקע‪ ,‬און ווי עס‬ ‫שטעלט זיך ארויס איז די סיטואציע פון אמעריקעס שאסייען און בריקן נאך פיל שווערע‬ ‫ווי מען האט געוויסט‪ .‬די שטודיע צייגט אז צווישן די ‪ 610,000‬בריקן אין אמעריקע‬ ‫זענען ארום ‪ 10‬פראצענט אין א נישט גוטן צושטאנד און נויטיגן זיך אין רענאוואציע‪.‬‬ ‫די בריקן וועלכע געפונען זיך אין א שוואכע צושטאנד ווערן קורסירט ארום ‪185‬‬ ‫מיליאן מאל א טאג‪ ,‬צווישן די בריקן וועלכע געפונען זיך אין קריטישע צושטאנד געפונט‬ ‫זיך דער ברוקלין בריק‪ ,‬וועלכע די זוילן ווערן אויפגעגעסן און עס נויטיגט זיך אין‬ ‫באלדיגע רענאוואציע‪.‬‬ ‫דאס מערסטע געשעדיגטע בריקן געפונען זיך אין אייאווע ווי ארום ‪ 4,987‬בריקן‬ ‫נויטיגן זיך אין רענאוואציע‪ ,‬דאן קומען פעניסלוועניע‪ ,‬אקלאהאמע‪ ,‬מיזורי‪ ,‬און‬ ‫נעבראסקע‪ .‬די שטאט מיט די בעסטע בריקן קענט איר זיך אליין פארשטעלן‪...‬‬ ‫וואשינגטאן די‪.‬סי‪.‬‬ ‫די באריכט זאגט אבער אז צו פאררעכטן די אינפרוסטרוקטור פעלט זיך אויס א מינימום‬ ‫פון ‪ 20‬יאר ארבעט‪.‬‬

‫‪https://t.me/Publications_MM‬‬

‫|‬

‫‪https://t.me/FinaNeias‬‬

Fina neias daily yi 20170215 @mm  
Read more
Read more
Similar to
Popular now
Just for you