Page 1

‫בעזרת השם יתברך‬

‫פרשת יתרו תשע”ז | גליון קסח | הרב לייביש ליש | בישיבת קארלין סטאלין‬

‫בס"ד‬

‫פארוואס נישט דו?!!‬

‫מיט א יאר צוריק‪ ,‬דינסטאג פרשת קרח ‪ -‬די לעצטע טאג פון די לימודים‬ ‫אין די 'חדרים' איידער די זומער ‪ -‬האלב‪-‬נאך‪-‬צוועלעף נאכמיטאג קומט‬ ‫מיין שמעון'לע אהיים פון נוירסערי מיט א טאשקע אנגעפולט מיט א‬ ‫גאנצע ּפ ַאק פון ביכלעך‪ ...‬איין ביכל איז געווען פיל מיט בילדער "זכרונות‬ ‫לער"ן‪ ...‬א‬ ‫קא ֶ‬ ‫פון אונזער נוירסערי יאר"‪ ...‬א צווייטע ביכל איז געמאכט צו ָ‬ ‫ביכל פון די א' ב'‪ ...‬א ביכל פון גוטע מדות‪ ...‬און נאך עטליכע ביכלעך וואס‬ ‫איך געדענק נישט יעצט פארוואס מען האט עס אהיים געשיקט‪...‬‬ ‫אויסגעפ ַאקט אויפן קאוטש‪,‬‬ ‫ּ‬ ‫צווישן די גאנצע לייבערי וואס איז געלעגן‬ ‫האט איין ביכל געכאפט מיין אויג‪ ...‬דארט האט מען געפרעגט אלע סארט‬ ‫שאלות פון יעדער יונגל אין די קלאס‪( ,‬למשל‪ ,‬וועלכע קאליר האסטו די‬ ‫בעסטע ליב‪ ,‬וועלכע שפילצייג האסטו די מערסטע געשפילט אין חדר‪,‬‬ ‫און נאך‪ )...‬און אלע קינדער האבן גענטפערט עפעס אנדערש‪ ...‬לכאורא‬ ‫קיאוט"!‪...‬‬ ‫איז עס געמאכט‪ ,‬אז די מאמעס זאלן עס ליינען‪ ,‬און זאגן "אוי ווי ָ‬ ‫איינע פון די זאכן וואס מען פרעגט דארט די קליינע קינדער אין די‬ ‫נוירסערי איז‪ :‬וואס ווילסטו זיין‪ ,‬ווען די וועסט זיין א טאטע?! (אין אמת'ן‬ ‫קען מען דאס פרעגן פון קינדער אין כתה ח' אויכעט‪ ...‬דער סיבה פארוואס‬ ‫מען פרעגט עס אין נוירסערי איז‪ ,‬ווייל זיי "זאגן" ארויס מיט די מויל‪ ,‬וואס‬ ‫יעדער "טראכט" צו זיך אין הארץ‪)...‬‬ ‫איינער וויל זיין א הצלה‪ ...‬א צווייטער א פייער‪-‬מע"ן‪ ...‬פאליס‪...‬‬ ‫שומרים‪ ...‬חברים‪...‬‬ ‫א פיקסער‪-‬מע"ן‪...‬‬ ‫וויל‬ ‫איינער‬ ‫דרייווען א ריזיגע‬ ‫'גארבעדז"ש‪-‬‬ ‫שארן‬ ‫טרא"ק' און ַ‬ ‫דערמיט די שניי‪...‬‬ ‫איין קינד האט‬ ‫געזאגט ער וויל זיין‬ ‫דער אוענע"ר פון א‬ ‫"ליזיגע אייז‪-‬קלים‬ ‫סטאר"‪...‬‬ ‫אבער כמעט אלע‬ ‫קינדער ווילן האבן א‬ ‫טאטע‪-‬פאסיג אויף‬ ‫די הויזן‪ ,‬און א 'קאר'‬ ‫לאס'‪...‬‬ ‫'לע ָ‬ ‫מיט ֶ‬ ‫געווענדליך‬ ‫אבער‪ ,‬ווען מען‬ ‫וואקסט אונטער און‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫מען זעהט אז אלעס איז נארישקייטן‪ ,‬האט מען שוין העכערע השגות‪,‬‬ ‫און ווי עלטער מען ווערט פאלן אוועק אלע אלטע דמיונות‪ ,‬און פון אלע‬ ‫'פלענער' בלייבט איבער נאר די ביכל פון נוירסערי‪...‬‬ ‫איך וויל ענק היינט פארציילן פון א יונגעלע וואס האט געוואוינט אין‬ ‫א ווייטע פארשטופטע פלאץ‪ ,‬אן קיין געהעריגע ישיבה‪ ,‬אן א נארמאלע‬ ‫קהלה‪ ,‬זיינע חברים האבן געהאט זייער שוואכע השגות סיי אין אידישקייט‪,‬‬ ‫סיי וועגן זייער צוקופנט‪ ...‬אבער‪ ,‬זייענדיג א 'יונג קינד' האט ער געהאט‬ ‫גרויסע שאיפות און א פעסטע רצון‪ ,‬ער האט גאר יונג זיך אויספלאנירט‬ ‫וואס ער וויל זיין ווען ער וועט זיין א טאטע‪ ,‬לאמיר זעהן וואו זיין פלאן‬ ‫האט אים געפירט‪ ,‬און וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן פון אים‪...‬‬ ‫פאסירט האט עס מיט הונדערט יאר צוריק אין ‪ Portsmouth‬א‬ ‫שטעטל אין ‪Virigina‬איינע פון די ‪ 50‬לענדער פון די פאראייניגטע‬ ‫שטאטן אין אמעריקא‪ ,‬דארט איז געבוירן א יונגעלע צו ר' ישראל און‬ ‫מרס‪ַ .‬מטלא גיפטער וואס זענען נאך דאן יונגע אימיגראנטן פון ליטא וואס‬ ‫האבן זיך נישט לאנג פריער דארט באזעצט‪ ...‬זיי האבן א נאמען געגעבן‬ ‫זייער קינד 'מרדכי'‪...‬‬ ‫נאכן וואוינען א שטיק צייט אין ווירידזשיניע‪ ,‬האבן זיי מחליט געווען‬ ‫אז פאר די חינוך פון די קינדער דארף מען ווי פריער זיך אוועקציען פון‬ ‫געפ ַאקט האב‪-‬און‪-‬גוטס און זיך‬ ‫דארט‪ ,‬און זיי האבן זיך אויפגעהויבן ּ‬ ‫געצויגן קיין באלטימאר‪,‬‬ ‫וואו מרדכי'לע איז‬ ‫דארט געגאנגען אין‬ ‫חדר‪.‬‬ ‫ווי אלע ווייסן איז‬ ‫אמעריקא געווען בימים‬ ‫ההם ווי א וויסטע מדבר‬ ‫אין אידישקייט‪ ,‬קיין‬ ‫פרומע מוסדות זענען‬ ‫כמעט נישט געווען‪,‬‬ ‫קיין חלב ישראל אויך‬ ‫נישט‪ ,‬די עלטערן האבן‬ ‫געארבעט ביטער און‬ ‫שווער פון אינדערפרי‬ ‫ביז ביינאכט אויף‬ ‫צו פארדינען קוים‬ ‫ברויט‪-‬אויף‪-‬הויזן‪...‬‬ ‫די יוגנט האבן זיך‬ ‫קוים געהאלטן ביי‬ ‫אידישקייט‪ ,‬זיי זענען‬


‫ב‬ ‫נאכגעגאנגען אלע פארבלענדענישן וואס דער אמעריקאנער גאס האט‬ ‫געהאט צו פארקויפן‪ ,‬די עלטערן האבן זיך צוגעקוקט מיט ווייטאג‪ ,‬אבער‬ ‫זיי האבן גארנישט געקענט טוהן‪...‬‬ ‫אין אזא סביבה איז מרדכי'לע גיפטער אויפגעוואקסן‪ ...‬ער האט זיך‬ ‫געדארפט האלטן מיט אייזערנע כוחות‪ ,‬כדי נישט נשפע צו ווערן פון זיין‬ ‫חברים‪...‬‬ ‫אין די זעלבע צייט וואס ביי זיינע שכנים און חברים אינדערהיים האט‬ ‫געהאנגען אויף די ווענט בילדער פון 'דזשאורדזש וואשינגטאן' אדער‬ ‫'עיברעהעם לינקלאן' (באוויסטע אמעריקאנע פרעזידענטן‪ )...‬אדער‬ ‫קסער'ס‪ ,‬וואס זענען געווען ארויף‪-‬‬ ‫יס‪-‬ב ָאלל שפילער'ס און ּב ַא ֶ‬ ‫פון ּב ֶע ּ‬ ‫געקוקטע ִהירוי"ס ביי די גוים און בפרט ביי די יוגנט‪ ,‬האט ביי משפחת‬ ‫גיפטער גארנישט געהאנגען‪...‬‬ ‫איין טאג האט דער קליינע מרדכי'לע מחליט געווען צו באצירן זיין‬ ‫צימער מיט בילדער‪ ...‬אבער אנדערש פון זיינע חברים‪ ,‬האט ער געהאט‬ ‫אנדערע מענטשן אויף וועם ער האט ארויפגעקוקט מיט שעצונג‪...‬‬ ‫ער איז געגאנגען‪ ,‬און זיך איינגעהאנדלט אפאר שיינע בילדער פון די‬ ‫גאר מפורסם'דיגע 'גדולי ישראל' פון יענע צייט‪ ,‬איין בילד איז געווען פון‬ ‫דער הייליגע 'חפץ חיים'‪ ,‬א צווייטע פון דער גרויסע גאון 'רבי חיים עוזר'‪,‬‬ ‫ווי אויך בילדער פון הרה"ק מטשורטקוב זי"ע 'רבי חיים בריסקער'‪' ,‬רבי‬ ‫ברוך בער'‪ ,‬רבי שמעון שקאפ‪ ,‬רבי אלחנן וואסערמאן‪ ,‬און נאך גדולים זכרן‬ ‫צדיקים וקדושים לברכה‪...‬‬ ‫נאכדעם וואס מרדכי'לע האט געהאט ביי זיך 'צען' בילדער האט זיך‬ ‫סטאר‪,‬‬ ‫אנגעהויבן א גאנצע 'עבודה'‪ ...‬ער איז ער געגאנגען צו א גרויסע ָ‬ ‫און געקויפט דארט 'עלף' שיינע האלצערנע פרעימ"ס וואס קומט מיט א‬ ‫העקעלע פון אונטן צו קענען אויפהענגען אויף די וואנט‪ ...‬ווען ער איז‬ ‫אהיים געקומען האט ער אריינגעלייגט די צען בילדער אין די שיינע‬ ‫פרעים'ס‪ ,‬דערנאך האט ער גענומען א האמער און אריינגעהאקט אין די‬ ‫וואנט 'עלף' נעגלעך‪ ...‬ווען ער איז פארטיג געווארן מיט דעם אויך‪ ,‬האט‬ ‫ער זיך גענומען צו די ארבעט פון אויפהענגען די שיינע פרעים'ס פון די‬ ‫גדולי ישראל‪...‬‬ ‫און אזוי איז מרדכי'לע געשטאנען אויף א לייטער און אויפגעהאנגען‬ ‫איין פיקטשטע פרעי"ם פון איין גדול‪ ,‬און דערנאך נאך א פיקטשער‬ ‫פרעי"ם פון א צווייטער ראש ישיבה‪ ...‬נאך א שיינע שטיק צייט‪ ,‬האט די‬ ‫וואנט פון זיין צימער אויסגעקוקט ווי א דאקטער'ס אפיס‪ ...‬א גאנצע וואנט‬ ‫פול מיט פרעימ"ס‪ ...‬אבער נישט פון סערטיפעקעט'ס נאר מיט בילדער‬ ‫פון גדולי ישראל‪...‬‬ ‫ווען ער האט גענדיגט אויפהענגן די אלע צען פרעים'ס מט די‬ ‫בילדער‪ ,‬האט ער גענומען די עלעפטע וואס איז געבליבן ליידיג‪ ,‬און עס‬ ‫אויפגעהאנגען פונקט אינמיטן פון די אלע פרעים"ס!!‪ ...‬אינעווייניג אין די‬ ‫פרעי"ם האט ער אויפגעשריבן מיט דיקע אותיות אין די ענגלישע שפראך‬ ‫"בלויז דריי ווערטער"‪:‬‬ ‫!!?‪Why Not You‬‬ ‫פ א ר ו ו א ס נ י ש ט ד ו ?!!!‬ ‫יא קינדערלעך! דער קליינער מרדכי'לע האט געוואלט מיט דעם‬ ‫ארויסברענגען צו זיך א פאדערונג‪ ...‬די פרעי"ם אין די וואנט האט‬ ‫געפאדערט פון אים‪ :‬מרדכי'לע! געב א קוק אויף די אלע בילדער פון די‬ ‫אלע גדולי ישראל אויף די ווענט‪ ,‬קוק וויאזוי זיי זענען אויפגעוואקסן‪ ,‬קוק‬ ‫וויאזוי זיי באלייכטן די גאנצע וועלט מיט זייער תורה און קדושה‪ ,‬קוק‬ ‫ווארט איז פארהייליגט ביי טויזנטער אידן פון די גאנצע‬ ‫וויאזוי זייער'ס א ָ‬ ‫ערד‪-‬קוגל‪ ...‬נו‪ ,‬וואס טוט זיך מיט דיך?!! פארוואס נישט דו?!! פארוואס‬ ‫זאלסטו נישט אויסוואקסן א גדול בישראל פונקט ווי זיי?!!‬ ‫און אזוי‪ ,‬יעדן טאג ווען מרדכי'לע איז אהיים געקומען‪ ,‬און איז אריין‬ ‫אין זיין צימער‪ ,‬ווי אויך די צענדליגע מאל א טאג וואס ער איז אריין‪-‬און‪-‬‬ ‫ארויס פון זיין צימער‪ ,‬האט ער געזען די אלע בילדער הענגן אויף די וואנט‪,‬‬ ‫מאנט צו‬ ‫און צווישן זיי הענגט די ליידיגע פרעי"ם וואס רעדט צו אים און ָ‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫אים‪ ,‬זאגנדיג‪:‬‬ ‫ווארט פאר דיך!!‬ ‫מרדכי'לע! איך ַ‬ ‫מרדכי'לע האט זיך טאקע גענומען לערנען פלייסיג‪ ,‬און ווען ער איז‬ ‫געווארן א זיבעצן יעריגע בחור‪ ,‬האט ער געטון גאר א דרייסטע זאך‪...‬‬ ‫ער האט זיך אויפגעהויבן‪ ,‬זיך געזעגענט פון זיין ליבע טאטע און מאמע‪,‬‬ ‫איבערגעלאזט אלע אמעריקאנע באקוועמליכקייטן וואס ער איז געווען‬ ‫צוגעוואוינט צו‪ ,‬און מקיים געווען 'הוי גולה למקום תורה' פארנדיג לערנען‬ ‫אין די גרויסע באוואוסטע ישיבה אין 'טעלז' אין די צוריק‪-‬געשטאנענע‬ ‫'ליטא'‪.‬‬ ‫טאמער מיינט עטץ אז עס איז געווען אזא פשוטע זאך‪ ,‬האט איר טעות‪,‬‬ ‫חוץ פון די גרויסע מסירות נפש פון מרדכי אליין צו טוהן אזא פרעמדע‬ ‫געוואגטע שריט‪ ,‬האט עס אויך געקאסט היפש אסאך געלט‪ ,‬וואס ער האט‬ ‫נישט געוואוסט פון וואו צו נעמען‪...‬‬ ‫זיין טאטע ר' ישראל האט פארמאגט א 'אינשורענס פאליסי' (דאס איז‬ ‫אזא סארט אינוועסמענט פון געלט‪ ,‬וואס א מענטש לייגט אוועק ביי א‬ ‫קאמפעני‪ ,‬און די ווערד פון די געלט וואקסט‪ ,‬ביז אז ווען א מענטש ווערט‬ ‫עלטער און ער האט נישט קיין כח מער צו ארבעטן‪ ,‬נעמט ער ארויס די‬ ‫געלט און לעבט אויס זיינע יארן בכבוד) אט דער 'אינשורענס פאליסי'‬ ‫איז געווען דער איינציגסטע ווערדפולע זאך וואס ער האט פארמאגט‪,‬‬ ‫איז ר' ישראל געגאנגען און מיט מסירות נפש פארקויפט די 'פאליסי'‬ ‫ארויסגענומען די געלט און געקויפט דערמיט א 'טיקעט' צו די שיף אז זיין‬ ‫זון מרדכי זאל קענען פארן קיין 'טעלז' אין ליטא און לערנען דארט אין די‬ ‫גרויסע טעלזער ישיבה‪( ...‬אזוי האט אויסעקוקט די מסירות נפש צו תורה‬ ‫פון די אמאליגע עלטערן‪)...‬‬ ‫ווען די ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן‪ ,‬איז מרדכי אהיים געקומען‪,‬‬ ‫וואו ער האט חתונה מיט דער טאכטער פון זיין רבי'ן‪ ,‬און עטליכע יאר‬ ‫שפעטער איז ער געווארן דער ראש ישיבה פון די באקאנטע טעלזער‬ ‫ישיבה! ווערנדיג איינער פון די גרעסטע פירענדע גדולים פון כלל ישראל‬ ‫אין אמעריקא נאך די ביטערע חורבן‪...‬‬ ‫יא‪ ,‬דער קליינער מרדכי'לע וואס האט געפרעגט צו זיך אליינ'ס‬ ‫"פארוואס נישט דו?" איז אויסגעוואקסן מרן הגאון רבי מרדכי גיפטער‬ ‫זצ"ל‪ ,‬א נאמען וואס איז געשעצט ביי כלל ישראל איבעראל‪...‬‬ ‫הגאון רבי מרדכי גיפטער זצ"ל האט אויפגעשטעלט צענדליגע טויזנטער‬ ‫תלמידים וואס וואוינען אויסגעשפרייט אין אלע אידישע געגענטער פון‬ ‫די גאנצע וועלט‪ ,‬צווישן זיי‪ ,‬געערטע רבי'ס וואס פירן גרויסע חסידות'ן‪,‬‬ ‫געשעצטע רבנים פון ריזיגע קהלות‪ ,‬בארימטע ראשי ישיבות‪ ,‬ישיבה‬ ‫לייט‪ ,‬חשובע בעלי בתים‪ ,‬וואס געבן איבער זיין תורה און הדרכה צו די‬ ‫ווייטערדיגע דורות‪ ,‬וואס זיי געבן עס איבער ווייטער‪...‬‬ ‫ער האט אויך איבערגעלאזט צענדליגע ספרים פון זיינע טיפע שיעורים‬ ‫און זיינע שמועסן וואס באשיינען די ספרים שענק אין אלע ישיבות און‬ ‫ווערן געלערנט דורך טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט‪...‬‬ ‫און יא קינדערלעך‪ ,‬דער "בילד" פון הגאון מרן רבי מרדכי גיפטער זצ"ל‬ ‫ליגט היינט‪-‬צו‪-‬טאגס אין הערלכע אויג‪-‬פארכאפענגע פרעימ"ס און הענגט‬ ‫אין טויזנטער דיינונג‪-‬רום'ס דורכאויס די גאנצע וועלט‪ ...‬און אין צענדליגע‬ ‫טויזנטער סוכות ווערט זיין לעכטיגע צורה באשיינט צווישן אנדערע גדולי‬ ‫ישראל דינענדיג אלץ א ריכטיגע נוי סוכה‪...‬‬ ‫יא‪ ,‬זיין פיקשטער איז נישט געבליבן מיט א קשיא‪ ...‬ער האט עס‬ ‫פארענטפערט מיט א גוטע תירוץ!!‬ ‫נו‪ ,‬קינדערלעך! יעצט איז ענקער רייע‪...‬‬ ‫יעדע קינד דארף ארום‪-‬גיין מיט די קשיא‪ :‬פארוואס נישט איך?!! און‬ ‫מיט א פעסטע רצון‪ ,‬מיט פלייס און האראוואניע וועט עטץ בעזרת השם‬ ‫אויך זוכה זיין צו פארענטפערן די קשיא‪ ,‬ווען עטץ וועט שיינען ווי די זון‬ ‫און באלייכטן די וועלט!!‬


‫ג‬

‫קול שלום מרדכי‬ ‫שבת פרשת בשלח‬ ‫שבת שירה‬ ‫שבת ט"ו בשבט ראש השנה לאילנות‬ ‫טייערע רבי לייביש און זיין תלמידים שיחי'‬ ‫שלום וברכה!‬ ‫ברוך השם עס איז מיר געווען א גרויסער‬ ‫שמחה צו באקומען אייערע געשמאקע‬ ‫ענטפער'ס ערב שבת‪ ,‬אזוי האב איך‬ ‫געקאנט לערנען מיט אייך דעם שבת‪,‬‬ ‫און אייער געשמאקע ענטפער'ס ברענגן‬ ‫אריין א הייליגע אידישע ליכטיקייט און‬ ‫ווארעמקייט אין דעם קאלטע טונקעלע‬ ‫פלאץ‪...‬‬ ‫ישר כח התלמיד‪ :‬יעקב סטפנסקי‪ ,‬יוסי‬ ‫שפיצער‪ ,‬אברהמי פייגנבוים‪ ,‬משה כץ‬ ‫נכד בעל התניא‪ ,‬בנימין הלוי בראמברג‪,‬‬ ‫בעריש פינטער‪ ,‬מרדכי לייב קפלן‪ ,‬בנימין‬ ‫ציילבערגער‪ ,‬יצחק יעקב שטרן‪ ,‬טובי'‬ ‫ירוחם פישל בנדר‪ ,‬יהודה מיללער‪ ,‬יוסף‬ ‫יוחנן הויזמאן‪ ,‬דוב אליהו ענתבי‪ ,‬יוחנן‬ ‫רויטמאן‪ ,‬דוד יוסף זילבערשטיין‪ ,‬יהודה‬ ‫לייב מערמלשטיין‪ ,‬אברהם יחזקא'‬ ‫פערלמאן שיחי'‬ ‫דער אויבערשטער זאל אייך אלע‬ ‫בענטשן איר זאלט האבן גרויס הצלחה‬ ‫אין אייער דאווענען און לערנען און געבן‬ ‫אייערע עלטערן און רבי אסאך אידיש נחת‪,‬‬ ‫און מיר זאלן אלע צוזאמען זוכה זיין צו גיין‬ ‫יעצט צו אונזער גאולה שלימה מיט משיח‬ ‫צדקינו‪...‬‬ ‫אויך א גרויסער ישר כח‬ ‫פאר דער בריוו פון מיין‬ ‫רבי הרב פעריס שיחי'‪...‬‬ ‫אונזער הייליגע צדיקים‬ ‫לערנען אונז‪ ,‬אז מיר‬ ‫דארפן נישט נאר לערנען‬ ‫דער פרשה פון דעם וואך‪,‬‬ ‫נאר מיר דארפן לעבן מיט‬ ‫די פרשה פון דעם וואך‪,‬‬ ‫און דער וואך לעבן מיר‬ ‫מיט פרשת "בשלח"‪...‬‬ ‫אין פרשת בשלח לעבן‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫מיר מיט אמונה און בטחון און השם יתברך‪...‬‬

‫אלף = אמונה‪ ,‬חז"ל זאגן אונז‪ :‬אין דער‬ ‫זכות פון אמונה זענען מיר אידן ארויס‬ ‫מצרים‪.‬‬ ‫בית = בטחון‪ ,‬ווען דער אויבערשטער‬ ‫האט געהייסן די אידן ארומדרייען זיך און‬ ‫גיין צוריק צו די ריכטונג פון מצרים! האבן די‬ ‫אידן געהאט אמונה און געטון פונקט וואס‬ ‫משה רבינו זאגט וואס דער אויבערשטער‬ ‫הייסט טון‪.‬‬ ‫גימל = גאולה‪ ,‬אויף די ווערטער "מה‬ ‫תצעק אלי" זאגט דער אור החיים הקדוש‪:‬‬ ‫אין דער זכות פון אמונה וואס אידן זענען‬ ‫אריין אין דעם ים‪ ,‬האט זיך די וואסער פון‬ ‫ים געשפאלטן פאר זיי‪...‬‬ ‫דלת = דידן נצח‪ ,‬דער "מן" פלאנצט אריין‬ ‫אין אונז דער אמונה אין דער אויבערשטער‬ ‫וואס שפייזט יעדער איינער‪ ,‬און פלאנצט‬ ‫אריין די בטחון אין דער אויבערשטער‪ ,‬אז‬ ‫ער שפייזט אונז יעדער טאג‪ ,‬וואס מיר דארפן‬ ‫(לעצטע יאר‪ ,‬האבן מיר געלערנט‪ ,‬וויאזוי‬ ‫דער מן שטארקט אונזער אמונה און בטחון‪,‬‬ ‫און עס שטייט אין דער ספר 'קול שלום‬ ‫מרדכי')‬ ‫הא = הלל‪" ,‬אז ישיר משה" איז דער רמז‬ ‫אויף אונזער אמונה אז דער אויבערשטער‬ ‫וועט מאכן תחיית המתים‪...‬‬ ‫ערב שבת פרשת בא איז געווען פאר‬ ‫אונזער משפחה א פרייליכע טאג‪ ,‬ווייל‬ ‫אונזער זון "עוזיאל" שיחי' שטייט שוין ‪2‬‬

‫חדשים פאר זיין בר מצוה‪ ...‬יא‪ ,‬דער זעלבע‬ ‫עוזיאל וואס האט זיך פארשטעלט ווי א‬ ‫לייב אויף פורים‪ ,‬און געמאכט קולעס אין‬ ‫קליינעם צימער דארט‪...‬‬ ‫און אונזער מנהג איז‪ :‬אז דער בר מצוה‬ ‫בחור לייגט תפילין (אן א ברכה) צוויי‬ ‫חדשים פאר זיין בר מצוה‪...‬‬ ‫עוזיאל האט זיך צוגעגרייט און געלערנט‬ ‫דער "בר מצוה מאמר" בעל פה‪ ,‬און ער‬ ‫האט געהאפט אז איך וועל באפרייט ווערן‬ ‫און קאנען זען ווי ער לייגט תפילין דעם‬ ‫ערשטע מאל אין שול‪...‬‬ ‫אבער‪ ,‬איך בין געווען אין דער פלאץ וואס‬ ‫הייסט תפיסה!‬ ‫מיט אמונה פשוטה זאגן מיר מיט שמחה‪,‬‬ ‫גם זו לטובה!‬

‫וויבאלד דער "הנחת תפילין" איז געווען‬ ‫פרייטאג‪ ,‬ווען עס איז פאראן "וויזיטינ"ג"‪,‬‬ ‫האט עוזיאל געהאט א געדאנק אז ער זאל‬ ‫קומען לייגן תפילין אין וויזטינ"ג רו"ם‪ ,‬נאר‪,‬‬ ‫מען דארף נעמען ספעציעלע רשות אויף‬ ‫אריינברענגן א פאר תפילין אין וויזיטינ"ג‬ ‫ציממער! האב איך אויסגעשריבן א‬ ‫אפיציעלע בקשה וואס הייסט א "”‪Cop-‬‬ ‫‪ out‬און געגאנגען בעטן רשות פון איינער‬ ‫פון די הויפט אפיצירן‪...‬‬ ‫דער סדר דא אין דעם פלאץ וואס הייסט‬ ‫תפיסה איז‪ ,‬ביי דעם נאכמיטאג'דיגע‬ ‫מאלצייט‪ ,‬שטייען אלע אפיצירן אין עס‪-‬‬ ‫זאל‪ ,‬און א געפאנגענער קאן רעדן מיט דער‬ ‫וואס ער דארף‪ ,‬האב איך געגאנגען‬ ‫צום הויפט אפיציר אין עס‪-‬זאל‪,‬‬ ‫מיט א תפילין זעקל אין מיין‬ ‫האנט‪ ,‬איך גיב אים דעם "”‪Cop-‬‬ ‫‪ out‬וואס שטייט‪ ,‬אז וויבאלד‬ ‫מיין זון עוזיאל גייט אנטון תפילין‬ ‫פאר דעם ערשטע מאל‪ ,‬און‬ ‫בעזרת השם ער קומט מיר וויזיט"ן‬ ‫אויף פרייטאג בעט איך רשות צו‬ ‫אנטון תפילין מיט אים עס וועט‬ ‫געדויערן לערך ‪ 5‬מינוט‪...‬‬ ‫ער ליינט עס דורך‪ ,‬און ער‬


‫ד‬ ‫פרעגט מיך‪ ,‬אויב פרייטאג איז א וויזיטינ"ג‬ ‫טאג? זאג איך יא‪ ,‬פרעגט ער‪ :‬אויב אזוי וואס‬ ‫איז דער פראבלעם? זאג איך‪ :‬מען וועט‬ ‫פרעגן אויב איך האב רשות צו אריינברענגן‬ ‫די תפילין‪ ,‬בעט איך רשות‪...‬‬ ‫ער טראכט א וויילע‪ ,‬און עס קוקט אויס‬ ‫אז ער האלט ביים זאגן יא‪...‬‬ ‫אבער‪ ,‬פאר דעם חתימה‪ ,‬וויל ער אז איך‬ ‫זאל בעטן ביי דעם “‪ ”Manager‬פון דעם‬ ‫באראק‪ ,‬אבער דער”‪ ”Manager‬איז‬ ‫דארט נישט געווען! האט ער מיר געשיקט‬ ‫צו א צווייטער”‪ ”Manager‬אין א אנדערע‬ ‫באראק! אבער זי איז אויך נישט געווען‬ ‫דארט! האב איך צוריק געגאנגען אין עס‪-‬‬ ‫זאל‪ ,‬און ער שיקט מיר ווייטער צו א אנדערע‬ ‫אפיציר!‬ ‫און איך האב געמיינט אז דער אפיציר‬ ‫וועט שנעל חתמנ'ען ווייל ער ווייסט וואס‬ ‫הייסט א 'בר מצוה'‪ ,‬האט ער אבער געזאגט‬ ‫אז ער וויל נישט געבן קיין רשות!‬

‫וואס האבן באגרעניצט דעם איד‪ ,‬און אים‬ ‫נישט געלאזט דינען דעם אויבערשטער‬ ‫רחמנא ליצלן!‬ ‫אבער ער האט זיך נישט געלאזט ווערן‬ ‫באגרעניצט מיט פרעה'ס מצרים! ער האט‬ ‫געלייגט תפילין אין א שול אין מאנסי‪,‬‬ ‫און דערנאך איז ער געקומען מיט אונזער‬ ‫משפחה אין וויזיטינ"ג צימער‪ ,‬און דארט‬ ‫האבן מיר אריין אין דעם”‪”Parenting‬‬ ‫צימער וואס האט א קליין טישל‪...‬‬ ‫מיר האבן געזונגען דעם 'מאמר ניגון'‪ ,‬און‬ ‫עוזיאל הלוי איבערגעזאגט זיין "מאמר"‬ ‫מיט גרויס התלהבות און שמחה‪ ,‬און דערנאך‬ ‫האבן מיר געזאגט לחיים אויף”‪”Snapple‬‬ ‫און סאדע‪ ,‬און איך האב אים אויפגעהויבן‬ ‫הויך און געבענטשט אז דער אויבערשטער‬ ‫זאל אים אויפהייבן העכער אלע זיינע‬ ‫באגרענעצונגען‪ ,‬און זיין א עבד השם און דינען‬ ‫השם מיט שמחה און תענוג‪ ,‬און דורכדעם‬ ‫וועלן מיר פטור ווערן פון די אלע פרעה'ס וואס‬

‫פארוואס? ווייל‪ ,‬וויבאלד‬ ‫עס איז א רעליגעזע זאך! און‬ ‫ער זאגט מיט ווייטער מיט זיין‬ ‫פאלשע גוי'אישע שמייכל‪:‬‬ ‫אז אויב ער לאזט מיך טון‬ ‫א רעליגעזע זאך אין דעם‬ ‫וויזיטינ"ג צימער! דאן וועט‬ ‫ער דארפן לאזן די אראבער‬ ‫אריינברענגן זייער שמאטע!‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫דאס איז וואס מיר לערנען אין אונזער‬ ‫פרשת בשלח‪...‬‬ ‫מיט "קריעת ים סוף" איז פארענדיגט‬ ‫געווארן דאס ארויסגיין פון מצרים‪ ,‬ווייל‬ ‫ביז "קריעת ים סוף" זענען די אידן נאכאלץ‬ ‫געווארן נאכגעיאגט פון פרעה מיט זיין‬ ‫גרויסע ארמיי‪ ,‬וואס על פי טבע וואלטן זיי‬ ‫געמוזט מנצח זיין די אידן!‬ ‫ווען איז אינגאנצן פארענדיגט געווארן די‬ ‫ארויסגיין פון גלות מצרים?‬ ‫הערשט ביי קריעת ים סוף! דעריבער‬ ‫שטייט אז פונקט אזויווי מיר דארפן‬ ‫דערמאנען "יציאת מצרים" יעדער טאג‬ ‫דארפן מיר אויך דערמאנען‬ ‫קריעת ים סוף יעדער טאג‪...‬‬

‫לאמיר דאס פארשטיין אין‬ ‫אונזער עבודת השם פון יעדער‬ ‫טאג‪...‬‬

‫צו‬

‫י‬ ‫א עדע‬ ‫ז יז געשרי בריוו‬ ‫אפטי בן‬ ‫מ‬ ‫י‬ ‫פון ר גע הק ט א‬

‫מסביר זיין בי לייבי דמה‬ ‫זיך אויף וו ש‬

‫א‬ ‫דעם ברי ס בא‬ ‫ציהט‬ ‫וו‪...‬‬

‫ישר גראפיקס‪347.528.6918 :‬‬

‫עוזיאל שיחי' האט זיך‬ ‫געהאלטן שטארק אין זיין‬ ‫אמונה אז גם זו לטובה ער האט‬ ‫פארשטאנען אז זיי זענען ווי‬ ‫פרעה און זיינע באהעלפער‬

‫ווייל דער אויבערשטער וועט אונז‬ ‫ארויסנעמען פון "מצרים" און פרעה מיט‬ ‫אלע זיינע העלפער וועלן דערטרונקען ווערן‬ ‫אין ים!‬

‫ווארום‪ ,‬כל זמן מיר זענען‬ ‫נאך פאר קריאת ים סוף‪ ,‬איז‬ ‫מען נישט זיכער אויף דעם‬ ‫"יציאת מצרים!"‬

‫זיין טענה איז געבויט אויף‬ ‫דעם וואס אין דעם פלאץ וואס‬ ‫הייסט תפיסה‪ ,‬לאזן זיי טון‬ ‫רעליגעזע זאכן נאר אין דעם‬ ‫טשאפ"ל! אדער אין צעל!‬ ‫אבער נישט אין וויזיטינ"ג‬ ‫צימער!‬ ‫דער אפיציר איז טאקע‬ ‫געגאנגען צום הויפט‪ ,‬און זיי‬ ‫האבן געזאגט אז מען קאן‬ ‫עס נישט טון! דאס איז א‬ ‫פאלשע טענה‪ ,‬ווייל גוים מאכן‬ ‫רעליגעזע חתונות אין דעם‬ ‫וויזיטינ"ג צימער!‬

‫לויפן אונז נאך‪...‬‬

‫הפצה ראשית‪ :‬שארף‬ ‫‪718-812-5120‬‬

‫יעדער איד איז א עבד השם‬ ‫און דארף דינען נאר דעם‬ ‫אויבערשטער‪ ,‬אבער‪ ,‬דער‬ ‫פרעה ‪ -‬דער יצר הרע ‪ -‬וויל‬ ‫מאכן דער איד זאל אים דינען‬ ‫רחמנא ליצלן! פרעה דער קעניג‬ ‫פון מצרים ‪ -‬באגרענעצונגען ‪-‬‬ ‫וויל איינרעדן דעם איד אז ער‬ ‫איז "באגרעניצט" אין דעם‬ ‫וועלט‪ ,‬און דערפאר דארף‬ ‫ער נאכיאגן אלע "גשמיות"‬ ‫(גש‪-‬מיאוס‪-‬דיגע) זאכן! וואס‬ ‫דורכדעם‪ ,‬מאכט ער אז דעם‬ ‫איד'ס הייליגע נשמה זאל‬ ‫נישט לייכטן מיט הייליקייט!‬

‫אבער‪ ,‬דער איד דארף וויסן‬ ‫אז הגם ער געפונט זיך אין‬ ‫דער וועלט פון קליפות‪ ,‬און ווי‬ ‫רשעים זענען שטארקער! ‪- - -‬‬ ‫אבער אויף אים! אויף דעם‬


‫ה‬ ‫איד‪ ,‬איז קיינער נישט קיין בעל הבית! און ער‬ ‫איז נישט קיין עבד פון פרעה‪ ,‬נאר ער איז א‬ ‫עבד השם וואס דינט נאר דעם אויבערשטער‬ ‫אליין!‬ ‫דערפאר‪ ,‬ווען דער יצר הרע שטארקט זיך‬ ‫צו באגרעניצן דעם איד‪ ,‬צו אוועקנעמען פון‬ ‫דעם איד זיין געשמאק אין תורה און מצוות!‬ ‫איז דער ערשטער זאך וואס דער איד דארף‬ ‫טון איז‪ :‬ער דארף שטיין מיט א שטארקע‬ ‫קבלת עול מלכות שמים צו דינען נאר דעם‬ ‫אויבערשטער!‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬אז אין אלע זאכן וואס‬ ‫איז "פועל ממש" טון נאר וואס דער‬ ‫אויבערשטער וויל‪ ,‬און דער איד דינט נישט‬ ‫פרעה מלך מצרים‪...‬‬ ‫אזוי גייט דער איד ארויס יעדער טאג פון זיין‬ ‫אייגענע מצרים!‬ ‫אבער מיט דעם קבלת עול אליין‪ ,‬וועט‬ ‫זיין ארויסגיין פון מצרים נישט זיין קיין‬ ‫"גאנצער"!‬ ‫פארוואס? וויבאלד ער האט נאכנישט‬ ‫קיין געשמאק אין ג‪-‬טליכקייט‪ ,‬נאר טוט‬ ‫אלעס בלויז מיט קבלת עול! דאמאלט‪ ,‬יאגט‬ ‫נאך אים פרעה מיט זיין באהעלפער! צו אים‬ ‫ווידער פארשקלאפן אין מצרים רחמנא‬ ‫ליצלן!‬

‫גרעסטער נביאים האבן נישט געזען‪ ,‬און זיי‬ ‫האבן אלע געזאגט "זה קלי ואנוהו" ‪ -‬דאס איז‬ ‫מיין ג‪-‬ט און איך וועל אים באשיינען אלקי‬ ‫אבי וארוממנהו ‪ -‬דאס איז דער ג‪-‬ט פון מיין‬ ‫טאטע‪ ,‬און איך וועל אים דערהויבן‪...‬‬ ‫ווען מיר טון אונזער עבודת השם אין‬ ‫א וועג וואס אנפלעקט די ג‪-‬טליכקייט אין‬ ‫יעדער זאך וואס מיר הערן און זעהן דורך‬ ‫לערנען און פארשטיין‪ ,‬דאמאלט איז דער‬ ‫ג‪-‬טליכקייט נישט פארשטעלט ביי אונז מיר‬ ‫זענען אינגאנצן ארויס פון מצרים‪...‬‬ ‫דער יצר הרע קאן אונז נישט אפנארן‪,‬‬ ‫ווייל‪ ,‬מיר אליין זעהן די ג‪-‬טליכקייט וואס‬ ‫איז פאראן אין דער וועלט דורך לערנען און‬ ‫פארשטיין די גרויסקייט פון אויבערשטער‪,‬‬ ‫און זען דער אויבערשטער אין יעדער‬ ‫פאסירונג אין אונזער לעבן‪...‬‬ ‫ביי "עוזיאל'ס" הנחת תפילין פארברענגן‪,‬‬ ‫האט אונזער זון יוסף יצחק שי' דערציילט‪,‬‬ ‫די ‪ 3‬מעשיות וואס מיין זיידע האט געהערט‬ ‫פון זיין פעטער פאר דעם ערשטע וועלט‬ ‫מלחמה ער האט דערמאנט וויאזוי דער‬ ‫פעטער האט אים באוויזן א "שטר יוחסין"‬ ‫ווי אונזער משפחה שטאמען פון דער של"ה‬ ‫הקדוש‪ ,‬און נאכגעזאגט די תורה פון של"ה‬ ‫הקדוש‪...‬‬

‫דורך האבן א "געשמאק" אין ג‪-‬טליכקייט‬ ‫וואס דאס איז "קריעת ים סוף" דאן גייט ער‬ ‫אינגאנצן ארויס פון מצרים!‬

‫אין שירת "אז ישיר" האבן די אידן געזונגען‬ ‫"זה קלי ואנוהו" ‪ -‬דאס איז מיין ג‪-‬ט און איך‬ ‫וועל אים באשיינען אלקי אבי וארוממנהו ‪-‬‬ ‫דאס איז דער ג‪-‬ט פון מיין טאטע‪ ,‬און איך‬ ‫וועל אים דערהויבן‪ ,‬דאס מיינט לאזן וויסן‬ ‫אז דער אויבערשטער איז העכער איבער‬ ‫אלעס וואס איז פארהאנען אין דער וועלט‪...‬‬

‫וואס האבן די אידן געזען ביי "קריעת ים‬ ‫סוף"?‬

‫דער הייליגער של"ה טייטשט דעם פסוק‬ ‫אזוי‪:‬‬

‫ביי קריעת ים סוף האבן די אידן געזען‬ ‫די ג‪-‬טליכע כח אין דער וועלט‪ ,‬וואס איז‬ ‫אלעמאל באהאלטן!‬

‫"זה קלי" ווען דורך לערנען און פארשטיין‬ ‫ווערט דער אויבערשטער מיין ג‪-‬ט‪ ,‬איז‬ ‫"ואנוהו" [צוויי ווערטער "אני והוא"] דאס‬ ‫מיינט‪ :‬דער "איד" מיטן דעם "אויבערשטער"‬ ‫זענען פארבינדען אינאיינעם ווייל דער‬ ‫איד'ס פארשטאנד פון דער אויבערשטער'ס‬

‫וויאזוי ווערט מען פטור אינגאנצן פון‬ ‫פרעה וואס איז דער יצר הרע?‬

‫ביי קריעת ים סוף האבן אפילו קליינע‬ ‫קינדער געזען די ג‪-‬טליכקייט וואס דער‬

‫גרויסקייט ווערט פאראיינציגט אין זיין‬ ‫הארץ!‬ ‫אבער‪ ,‬ווען דער איד לערנט נישט‪ ,‬און האט‬ ‫נישט קיין פארשטאנד‪ ,‬נאר ער פארלאזט‬ ‫זיך אויף זיין "קבלה" אז ער האט "אלקי אבי"‬ ‫ דער ג‪-‬ט פון זיין טאטע! ‪ -‬דאמאלט איז‬‫ער מיט דעם אויבערשטער אין א וועג פון‬ ‫"וארוממנהו"! דער אויבערשטער בלייבט‬ ‫העכער פון דעם מענטש‪ ,‬און בלייבט ווייט‬ ‫פון דעם מענטש'ס פארשטאנד פון הארץ!‬ ‫און דער מענטש איז נישט אזוי פאראיינציגט‬ ‫מיט דעם אויבערשטער‪,‬‬ ‫אבער ווען מיר לערנען אין פארשטיין די‬ ‫גרויסקייט פון דעם אויבערשטער‪ ,‬דאן איז‬ ‫דער מענטש פארבינדען און איינ'ס אין א‬ ‫אופן פון ואנוהו‪...‬‬ ‫דאס הייסט‪ :‬דער יסוד פון יעדער איד מוז‬ ‫זיין דער אמונה פשוטה פון אונזער טאטע‪,‬‬ ‫אבער‪ ,‬און צוגאב צו אמונה וואס מיר האבן פון‬ ‫אונזער "אלקי אבי" דארפן מיר אויך לערנען‬ ‫צו האבן א פארשטאנד פון ג‪-‬טליכקייט אין‬ ‫דער אומבאגרעניצטע גרויסקייט פון דעם‬ ‫אויבערשטער‪ ,‬דאמאלסט קאנען מיר זאגן‪:‬‬ ‫עס איז מיין ג‪-‬ט‪ ,‬און איך בין פאראיינציגט‬ ‫מיט דעם אויבערשטער "ואנוהו" ‪" -‬אני והוא"‬ ‫איז איין ווארט‪ ,‬און מיר האבן א געשמאק אין‬ ‫טון א מצוה‪ ,‬און דאס איז דער "קריעת ים‬ ‫סוף" וואס קומט נאך ארויסגיין פון מצרים‬ ‫און מיר ווערן פטור פון פרעה דעם יצר הרע‬ ‫און אלע זיינע העלפער‪ ,‬און מיר גייען צו הר‬ ‫סיני צו מקבל זיין די הייליגע תורה‬ ‫יהי רצון פון השם יתברך צו געבן יעדער איד‬ ‫זיין גאולה פרטי און אונזער גאולה כללי יעצט‬ ‫מיט משיח צדקינו‬ ‫א גוטן און א פרייליכן און גאולה'דיגע און ט"ו‬ ‫שבט‬ ‫ישמח צדיק כי חזה נקם‪...‬‬ ‫ויאמר אדם אך פרי לצדיק‪...‬‬ ‫פדה בשלום נפשי‪...‬‬ ‫בשורות טובות דידן נצח‪...‬‬ ‫שלום מרדכי הלוי בן רבקה שי'‬

‫נ‪.‬ב‪ .‬טייערע רבי לייביש שי'‬ ‫דער ספר וואס דו האסט ארויסגעגעבן געפונט זיך אויף דעם טישל אין מיין צעל און עס באלייכט די טונקלשאפט‪ ,‬און ווארעמט אן די‬ ‫קאלטקייט‬ ‫עס איז הערליך צו עס זען און ליינען מיין טייערע ברודער השם יתברך זאל דיר געבן אלע זיינע ברכות און הצלחה און אלעס וואס דו טוסט און אלע‬ ‫זיינע ברכות אין בני חיי ומזוני רוויחי‬ ‫הערות והארות אפשר לשלוח ‪bamshabbostish@gmail.com‬‬ ‫וזאת למודעי! שלהמערכת אין שום גישה להאינטרנט ח"ו‪ ,‬אלא אך ורק לאימייל עם הכשר כהוראת רבותינו גדולי הדור‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

ביים שבת טיש יתרו  
Read more
Read more
Similar to
Popular now
Just for you