Issuu on Google+

‫בס"ד‬

‫ליקוטי זרע שמשון‬ ‫דברי תורה פון הגאון המקובל רבי שמשון חיים בן רבי נחמן מיכאל נחמני זי"ע איבערגעשריבן אויפן יודיש'ן שפראך‪ ,‬ווי‬ ‫ער האט צוגעזאגט ווער עס לערנט זיינע ספרים וועט זוכה זיין צי ישועות ונפלאות בני חיי ומזוני‪ ,‬אין ווי באקאנט האבן‬ ‫הונדרעטער יודען געהאט ישועות ורפואות‪ ,‬שידוכים פאר זיך אין די קינדער‪ ,‬פרנסה בשפע רב‪ ,‬נחת דקדושה‪ ,‬וכל טוב‪.‬‬ ‫דאס הייליג ספר וואס איז מסוגל פאר ישועות קען מען באקומען אין אלע ספרים געשעפטן‪ ,‬פאר מער פרטים רופט ‪7.34.6744743‬‬

‫__________________‬

‫פרשת תולדות‬ ‫ויאמר יצחק אל בנו מה זה מהרת למצא בני ויאמר כי הקרה ה' אלקיך לפני (כז כ)‪ .‬לכאורה דארף מען פארשטיין וואס פעלט‬ ‫אויס אויך "אלקיך" עס איז גענוג אז ער זאגט כי הקרה ה' לפני?‪ .‬נאר די כוונה איז‪ ,‬ווייל יצחק האט געפרעגט יעקב ווי אזוי האסטו היינט‬ ‫אזוי שנעל זיך ציגעאיילט‪ ,‬האט יעקב אבינו גענטפערט כי הקרה ה' אלקיך לפני‪ ,‬דאס מיינט השי"ת האט געהאלפן בדרך נס‪ ,‬האט יעקב‬ ‫אבער חושש געווען אז יצחק וועט נישט וועלן עסן פונדעם‪ ,‬ווי חז"ל זאגן (תענית דף כד‪ ).‬אז מען איז נישט נהנה פון מעשה נסים‪ ,‬וועגן‬ ‫דעם האט יעקב געזאגט "אלקיך"‪ ,‬אין ווי רש"י זאגט אין פרשת ויצא‪ ,‬אז השי"ת האט מייחד געווען שמו יתברך אויף יצחק אפילו בחייו‪,‬‬ ‫ווייל ער איז געווען כלוא בבית והרי הוא כמת ויצר הרע פסק ממנו‪ .‬איז אויב אזוי איז יצחק שוין בבחינת עולם הבא‪ ,‬מעג ער שוין נהנה זיין‬ ‫פון מעשה נסים וואס דאס איז שכר עולם הבא‪.‬‬ ‫[זרע שמשון בפרשתן אות יב]‬

‫*‬

‫מוסר השכל פון די פרשה‬ ‫כי הקרה ה' אלקיך לפני‪ .‬לכאורה איז זייער שווער כי הקרה ה' אלקיך‪ ,‬עס קוקט אויס כאילו ח"ו א דבר שקר‪ ,‬ווייל ער האט דאך עס‬ ‫גענומען פון די שאף פון שטיעב און נישט געגאנגן פאנגען?‪ .‬נאר פון דא זעהט מען א "מוסר השכל" אז א יעדע מענטש דארף איינזעהן ביי‬ ‫אלע זיינע מעשים די נפלאות אין השגחת הקב"ה‪ ,‬אין אז דער מענטש אליינס האט נישט קיין שום כח‪ ,‬אן חסד ה'‪ ,‬א מענטש קען נישט רירן‬ ‫זיין קליין פינגער נאר אויס מען רופט עס אין הימל (חולין דף ז ע"ב)‪ ,‬אין אזוי אויך ביי יעדע ריווח וואס ער מאכט‪ ,‬זאל ער נישט זאגן אז עס‬ ‫איז געקומען דורך זיינע השתדלות אין חריצות‪ ,‬נאר אלעס איז בחסד ה'‪ ,‬אין אזוי אויך אויב ער איז עולה לגדולה‪ ,‬זאל ער נישט זאגן מיין‬ ‫חכמה האט עס גורם‪ ,‬נאר תולה זיין אלעס איז בחסד ה'‪ .‬אזוי ווי דא ביי יעקב אבינו אפילו ער האט גארנישט געדארפט כמעט טוהן נאר‬ ‫נעמען פון די סטאדע‪ ,‬האט ער עס תולה געווען כי הקרה ה' אלקיך לפני‪ ,‬אלעס בחסד ה'‪.‬‬ ‫[שם]‬

‫*‬ ‫וירח את ריח בגדיו‪ ,‬שטייט אין ילקוט אל תיקרי בגדיו אלא בוגדיו‪ ,‬אז יצחק האט געשמעקט די ריח טוב אפילו פון די פעלטשערס‪ ,‬דאס‬ ‫מיינט אפילו די קינדער פון יעקב וואס וועלן נישט זיין אזוי ערליך אין ער האט זיי אויך געבענטשט‪ .‬לכאורה איז שווער‪ ,‬ווייל רשיז"ל זאגט‬ ‫(בראשית כה יא) אז אברהם האט נישט געוואלט בענטשן יצחק ווייל ער האט געזעהן אז עס גייט ארויסקומען פון איהם א עשיו הרשע‪ ,‬אין‬ ‫דא זעהט מען אז יצחק האט יא געבענטשט יעקב אפילו די בוגדים?‪ .‬נאר באמת איז א גרויסע חילוק ווייל יודישע קינדער אפילו זיי זענען‬ ‫טאקע בוגדים זענען זיי נאך אלץ ראוי לברכה‪ ,‬ווי חז"ל זאגן (ברכות דף נ"ז ע"א) פושעי ישראל אפילו ריקנין שבך מלאים מצוות כרמון‪ ,‬איז‬ ‫ממילא פון עשיו הרשע די אומות העולם זיי טאקע נישט ראוי לברכה‪ ,‬מה שאין כן די קינדער פון יעקב בכל אופן שהוא האבן זיי א תקנה‬ ‫מיט תשובה אין זענען ראוי לברכה‪.‬‬ ‫[זרע שמשון בפרשן אות יד]‬

‫***‬ ‫מעשה פלא עס פארציילט הרב מ‪.‬ב‪.‬פאשקעס שליט"א‪ ,‬חודש אלול שנת תשע"ד האט מיך געקלינקען א יוד פון די מרחקים ר' א‪.‬ש‪.‬‬ ‫הי"ו אין געבעטן אזוי ווי איך טוה א סך אין די הפצת תורת הזרע שמשון‪ ,‬בעט ער מיך שטארק איהם צישטעלן א חברותא איינמאל א‬ ‫וואך צי לערנען אויפן טעלעפאן "זרע שמשון"‪ .‬אזוי רעדענדיג מיט דעם יוד ווער איך געוואויר אז דער יוד איז שוין איבער פערציג יאר‬ ‫אלט‪ ,‬אין זיין פרוי עטליכע דרייסיג‪ ,‬אי ן נאכנישט זוכה געווען צי זרע של קיימא‪ .‬אין הערענדיג פון די סגולה ספר זרע שמשון וויל ער זיך‬ ‫קובע זיין א שיעור יעדע וואך‪ .‬בני לביני האב איך באשלאסן אז א יוד פון די מרחקים רופט‪ ,‬וועל איך מיך אליינס אונטערנעמן צי לערנען‬ ‫מיט דעם יוד‪ ,‬וכך הוה שוין יענע וואך האבן מיר געלערנט יעדע וואך ליל שישי אויפן טעלעפן א ערך א שעה צייט‪ ,‬למעשה נאך א יאר‬ ‫סוף אלול תשע"ה ועדיין לא נושענו‪ ,‬האב איך געזאגט פאר דעם יוד איינמאל נאכ'ן שיעור‪ ,‬הער זיך צי‪ ,‬מען דריקט יעצט איבער דעם ספר‬ ‫"זרע שמשון" אפשר וואלסטו זיך משתתף געווען בממון א גרויס חלק לזכות?‪ ,‬ווי אודאי דער זכות הרבים מיטן זכות המחבר וועט מגין‬ ‫זיין לישועה‪ ,‬וכך הוה געשלאסן דעם מקח פאר א גרויסן סכום אין די סדר הפרעון איז געבליבן אז ער גייט עס געבן יעדן חודש במשך די‬ ‫קומענדיגע ‪ 21‬חדשים‪" .‬פלאי פלאים" ער האט געענדיגט בייצאלן דעם לעצטן פעימנט איז ער געהאלפן געווארן מיט א "בן זכר"‪ .‬ופלא‪.‬‬ ‫פרשת "תולדות" זרע של קיימא‪ ,‬ויתן לך ‪ ,‬קריאה מעורר הזמן‪ ,‬קינדער‪ ,‬ברכת יצחק ופרנסה בריווח וכל טוב‪ ,‬ווי דער הייליגער מחבר זי"ע האט‬ ‫א נאמען געגעבן דעם הייליג ספר "זרע שמשון"‪ ,‬איז דבר בעתו מה טוב‪ ,‬צי לערנען אין דאס הייליג ספר אין דערמאנען זכות נשמתו אין זיין‬ ‫הבטחה‪ ,‬אז בזכות הצדיק זאל מען געהאלפן ווערן מיט בני חיי ומזוני‪ .‬איינהאנדלן דעם גרויסן זכות פון מזכה זיין את הרבים מיט די "גליונות‬ ‫אויף אידיש" קען מען זיך פארבינדען אויף ‪451..65..743‬‬

‫זכות הגליון לשבוע זו לזכות חנני' יו"ט דוד בן דבורה בלומא לבריהגו"נ ולהצלחה ופרנסה בריווח והרחבת הדעת‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬


ליקוטי זרע שמשון תולדות אידיש @z9