Page 1

‫בס"ד‬

‫פרשת בשלח תשע" ז לפ"ק ‪ -‬גליון מ"א‬

‫געכאפט ד עם אנטלאפענעם טעראריסט!‬ ‫אט איז א געשיכטע וואס עס האט דערציילט דער בארימטער‬ ‫מגיד מישרים הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א‪ ,‬און די‬ ‫מוסר השכל איבער כח התפלה פון א ריין הארץ שרייט ארויס פון‬ ‫זיך אליינס‪.‬‬ ‫אין שטאט נתניה האט שפאצירט א פרייער מענטש אויפן‬ ‫גאס‪ ,‬עס איז געווען ליידיג ארום‪ ,‬און אט שטעלט ער זיך אפ ביים‬ ‫באס סטאנציע‪ ,‬און ער ווארט‪ .‬דאס איז געווען נישט לאנג צוריק‪,‬‬ ‫ווען עס האט געבוזשעוועט א כוואליע מיט טעראר איבער די‬ ‫ארץ ישראלדיגע שטאטן‪.‬‬ ‫פלוצים‪ ,‬זענען פון ערגעצוואו ארויסגעשפרינגען פינף‬ ‫אראבער באוואפנט מיט אויסגעבלאנקטע מעסערס‪ ,‬און זענען‬ ‫אים געווען גרייט צו אטאקירן און מארדן אויפן פלאץ‪.‬‬ ‫זיי האבן אים געוואלט פארטיגן‪ ,‬אבער זיי האבן פשוט נישט‬ ‫געכאפט מיט וועמען זיי האבן אנגעפאנגען‪ ...‬דער פרייער האט‬ ‫נישט געהאלטן ביים שטארבן אזוי אויפן גאס‪ ,‬און ער איז דערצו‬ ‫געווען א בחור מיט ביינער‪ ,‬ועל כולם‪ ,‬האט ער געהאט א ביקס‬ ‫אין טאש אויך‪...‬‬ ‫טראכט ער נישט קיין צוויי‪ ,‬ער האט קודם אוועקגעריקט‬ ‫אויף א קונצליכע אופן די שפיציגע מעסערס‪ ,‬און דערנאך מיטן‬ ‫ביקס אראפגעשאסן פיר אראבער‪ ,‬וואס זענען אראפגעפאלן‬ ‫טויט אויף דער ערד‪ .‬דער פינפטער האט תיכף ארויסגעכאפט די‬ ‫מעסערס פון זיינע חברים הענט‪ ,‬און מיט די נשמה אין די הענט‬ ‫אנטלאפן פונעם סצענע‪.‬‬ ‫ווען די פאליציי איז אנגעקומען‪ ,‬האבן זיי געזען א מענטש‬ ‫מיט א ביקס שטייט איבער פיר צום טויט געשאסענע אראבער‪.‬‬ ‫ער האט דערציילט פאר די פאליציי זיין געשיכטע‪ ,‬אבער זיי‬ ‫האבן נישט געזען פארוואס אים צו גלייבן‪ ,‬ער האט נישט קיין‬ ‫שום באווייז‪ ,‬עס איז נישטא קיין זכר פון א מעסער נעבן אים‪,‬‬ ‫מען האט אים געקייטלט און אפגעפירט אין טורמע אלץ א מאסן‬ ‫מערדער‪.‬‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫נאך א געריכט איז ער פאראורטיילט געווארן צו פיר מאל‬ ‫לעבנסלענגליכע טורמע‪ ,‬פארן מארדן פיר מענטשן‪.‬‬ ‫ער איז אריינגעווארפן געווארן אין א צעל מיט מערדער און‬ ‫באנדיטן‪ ,‬שרעק ווארפענדע פארשוינען מיט וועמען ער האט‬ ‫געציטערע צו שטיין אין זייער ד' אמות‪ ,‬ער האט געוויינט צו די‬ ‫טורמע באאמטע מ'זאל אים כאטש פירן ערגעץ אנדערש‪ ,‬אבער‬ ‫זיין געוויין איז געפאלן אויף טויבע אויערן‪.‬‬ ‫איינמאל ווען דער טשאפלעין‪ ,‬דער טורמע רב‪ ,‬האט אים‬ ‫אויסגעהערט‪ ,‬האט זיך דער ארעסטאנט אנגערופן‪" :‬דער‬ ‫באשעפער האט מיר געראטעוועט פון טויט‪ ,‬אבער‬ ‫אריינגעשליידערט אין טורמע אנשטאט דעם"‪...‬‬ ‫דער רב איז פארוואונדערט געווארן‪ :‬פון וואו ווייסט א פרייער‬ ‫מענטש פון דעם באשעפער צו זאגן?! און ווער זאגט דיר אז ער‬ ‫האט דיר געראטעווט פון טויט??? פרעגט ער פונעם ארעסטאנט‪.‬‬ ‫"וואס הייסט פון וואנעט איך ווייס‪ ,‬איך האב דאך געבעטן פון‬ ‫באשעפער‪ ,‬אוודאי האט ער מיר געהאלפן"‪...‬‬ ‫דער וואונדער שטייגט נאר ביי רב‪ .‬ווער האט דיר דערציילט‬ ‫אז אויב מען בעט פונעם באשעפער העלפט ער?!‬ ‫זאגט דער ארעסטאנט‪ ,‬אז זיין זיידע פלעגט אייביג צו זאגן‪,‬‬ ‫אז דער באשעפער העלפט יעדעם איינעם‪ ,‬אפילו ווער עס קען‬ ‫אים נישט‪ ,‬און אפילו ווער עס אנערקענט נישט אז ער איז דער‬ ‫באשעפער‪ ,‬נו‪ ,‬אז זיין זיידע זאגט אזוי‪ ,‬איז פשט אז אזוי איז‬ ‫טאקע‪...‬‬ ‫דערפאר ‪ -‬זאגט דער ארעסטאנט ווייטער ‪ -‬האב איך געבעטן‬ ‫דעם באשעפער ווען די אראבער זענען מיר באפאלן אז זיי זאלן‬ ‫מיר נישט ערמארדן‪ ,‬און אזוי איז טאקע געווען‪ ,‬ער האט מיר‬ ‫געראטעווט פון טויט‪.‬‬ ‫בשעת וואס דער גאנצער שמועס איז פארגעקומען‪ ,‬איז אין‬ ‫זייט געזעסן א איד א מקורב ביי איינע פון די זקני גדלוי הדור‪.‬‬


‫דער מקורב האט איבערדערציילט פארן גדול די גאנצע‬ ‫געשיכטע‪ ,‬און געוואלט הערן וואס דער גדול האט צו זאגן‬ ‫דערויף‪ ,‬אז א פרייער איד דערציילט וויאזוי דער פרייער איז‬ ‫ווייסט אז דער באשעפער האט אים אויסגעהערט וויבאלד זיין‬ ‫זיידע האט אים אזוי געזאגט‪...‬‬ ‫פרעגט דער גדול צוריק‪ :‬אויב איז עס ריכטיג‪ ,‬דאן פארוואס‬ ‫בעהט ער נישט פונעם באשעפער צו ארויסקומען פון תפיסה?!‬ ‫ער קען דאך געראטעוועט ווערן פון תפיסה פונקט אזוי?‬ ‫דער מקורב האט פרובירט צו מסביר זיין דעם חשבון פונעם‬ ‫ארעסטאנט‪ ,‬אז ווען ער האט געבעטן נישט צו שטארבן איז‬ ‫דאך דאס געווען נאך איידער עפעס איז געשען‪ ,‬אבער איינמאל‬ ‫ער איז שוין אין תפיסה‪ ,‬איז עס לאחר המעשה‪ ,‬די זאך איז שוין‬ ‫דערנאך‪ ,‬וואס וועט יעצט העלפן א תפלה?‪...‬‬ ‫דער גאון האט זיך צולאכט‪ :‬ביים ערשטן מאל איז עס געווען‬ ‫איידער עפעס איז געשען? ער איז דאך געווען ארומגערינגלט‬ ‫מיט פינף רוצחים‪ ,‬זיי האבן געהאט מעסערס אין די הענט‪ ,‬וואס‬ ‫הייסט דארט איז נאכנישט געשען גארנישט?‬ ‫נאר וואס‪ ,‬ער האט געהאט א נס ווייל ער האט מתפלל‬ ‫געווען‪ ,‬נו דער זעלבער באשעפער קען נאכאמאל מאכן א נס‪,‬‬ ‫ער ווארט נאר מ'זאל אים בעטן!‬ ‫ווען דער מקורב האט דאס איבערדערציילט פארן‬ ‫אראעסטאנט‪ ,‬האט ער באשלאסן אז כאטש ער האט נישט אזוי‬ ‫פארשטאנען פון זיין זיידע‪ ,‬וועט ער‪ ,‬מיט דעם אלעם פרובירן‪,‬‬ ‫וואס קען עס דען שאדן?!‬ ‫ער האט טאקע אנגעהויבן צו מתפלל זיין מיט א תמימות‪,‬‬ ‫און די נס האט נישט געשפעטיגט צו קומען‪ ...‬דער מקורב‬ ‫שפאצירט עטליכע טעג שפעטער אויפן גאס‪ ,‬און זעט נישט‬ ‫מער און נישט ווייניגער‪ ,‬דער ארעסטאנט דרייט זיך ארום‬ ‫פראנק און פריי‪...‬‬ ‫ער לויפט צו צו אים מיט א בהלה‪ ,‬וואס האט פאסירט מיט‬ ‫דיר? וויאזוי האסטו שוין פיר מאל געענדיגט דיין‬ ‫לעבנסלענגליכע טערמין?‬ ‫זאגט דער ארעסטאנט אז ער האט פשוט געפאלגט די עצה‬ ‫און מתפלל געווען צום באשעפער‪ ,‬און אט זעסטו‪ ,‬ער איז‬ ‫אינדערויסן פון טורמע‪...‬‬

‫פאר יעדעם איינעם‪ ,‬אפילו אזא איינער וואס קען אים נישט און‬ ‫אנערקענט אים נישט‪ ,‬און אפילו ווען עס איז חרב חדה מונחת‬ ‫על צווארו‪ ,‬דו זיי נאר מתפלל‪ ,‬דער באשעפער וועט עס שוין‬ ‫ווייטער פירן‪ .‬‬ ‫ב( עס איז נישט דא אזא זאך אז "עס איז שוין דערנאך‪ ,‬עס‬ ‫איז שוין לאחר המעשה"! ביים באשעפער איז אייביג די צייט צו‬ ‫בעטן‪ ,‬איינמאל דער איד האט מתפלל געווען האט מען 'פונקט'‬ ‫געכאפט דעם פינפן מערדער און געטראפן באווייז‪ ,‬מען דארף‬ ‫נישט מער ראוית אז‪ ,‬אצבע אלוקים הוא!!!‬

‫א גוט געשעפט‬ ‫זיי זענען געשטאנען איינס נעבן צווייטן אין ווייבער שול און‬ ‫זיך געווישט די טרערן‪ ,‬עס ליגט זיי אויפן הארץ א קלעם און‬ ‫ווייטאג‪ ,‬און זיי קוקן ארויס אויף א ישועה קרובה מן השמים‪.‬‬ ‫ביידע פון זיי האבן א שנור מיט די זעלבע פראבלעם‪ ,‬און דאס‬ ‫הארץ גייט אויס פאר צער‪ .‬ביידע'ס קינדער זענען שוין א וויילע‬ ‫חתונה געהאט‪ ,‬און געבוירן איין קינד‪ .‬אצינד ווארטן זיי פאר נאך‬ ‫א קינד‪ ,‬און מען ווארט א לענגערע צייט‪ ,‬איינע האט געווארט‬ ‫שוין אכט יאר‪ ,‬די צווייטע זיבן‪ ,‬און אצינד לאזן זיי פריי די‬ ‫טרערן איבער דעם סידור'ל‪ ,‬צו שאפן נאך אן אייניקל‪.‬‬ ‫פלוצים איז בייגעפאלן פאר איינע פון די צוויי די מורא'דיגע‬ ‫סגולה וואס די גמרא זאגט‪" :‬המתפלל בעד חבירו והוא צריך‬ ‫לאותו דבר הוא נענה תחלה"‪.‬‬ ‫האבן זיי געמאכט א געשעפט; יעדער פון זיי וועט מתפלל‬ ‫זיין און אינזינען האבן די צווייטנ'ס שנור‪ ,‬אפשר אזוי וועלן‬ ‫ביידע האבן א ישועה קרובה מן השמים‪ .‬זיי האבן אויסגעטוישט‬ ‫צווישן זיך די נעמען‪ ,‬און דער פלאן איז אריין אין קראפט‪.‬‬ ‫די צוויי האבן מתפלל געווען באמונה שלימה‪ ,‬און געבעטן פון‬ ‫השי"ת פון טיפן הארצן‪ ,‬ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע‬ ‫אידישע קינדער און ארויסהעלפן מיט זרע של קיימא‪.‬‬ ‫און וואונדער איבער וואונדער‪ ,‬עס האט נישט גענומען צופיל‬ ‫צייט ביז די תפלה האט געארבעט‪.‬‬ ‫ערשט דריי וואכן צוריק האט איינע פון די צווי געפראוועט א‬ ‫וואכנאכט און ברית אין א גוטע שעה‪ ,‬און עס איז נישט אדורך‬ ‫צופיל צייט‪ ,‬פארגאנגענע וואך איז געווען די קידוש פון די‬ ‫טאכטער וואס די צווייטע משפחה האט געהאט‪.‬‬

‫וואס האט פאסירט? די זיכערהייט קרעפטן האבן געלייגט א‬ ‫האנט אויף א טעראריסט‪ ,‬און מ'האט געטראפן ביי אים די פינף‬ ‫דאס צייגט אונז אז מען טאר נישט און מען קען זיך נישט‬ ‫מעסער'ס‪ ,‬דער טעראריסט האט דערציילט אקוראט די זעלבע‬ ‫מייאש זיין‪ ,‬אפילו עס איז שוין אדורך זיבן אדער אכט יאר איז‬ ‫געשיכטע וואס ער האט דערציילט פאר די פאליציי‪ ,‬און דער‬ ‫נאכאלץ נישט א פארגאנגעהייט‬ ‫אראבער האט איבערגענומען‬ ‫חס ושלום‪ ,‬דער שומע תפלת‬ ‫הגליון נתנדב לזכות ולהצלחת מוהר"ר דוד בן פיגא הי"ו‬ ‫זיין פלאץ אין טורמע‪...‬‬ ‫כל חי שטייט און הערט אויס‬ ‫פירט אויס הרה"צ רבי‬ ‫אלימלך שליט"א‪ ,‬אז פון דעם‬ ‫לערנט מען ארויס צוויי גאר‬ ‫וויכטיגע נקודות בעניני תפלה‬ ‫היינטיגע צייטן‪.‬‬ ‫א( דער באשעפער העלפט‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫ולע"נ הרה"ק רבי חיים זאנוויל בן ר' משה מריבניץ זצ"ל‬ ‫אויב ווילט איר אריינגעבען א מעשה אדער מנדב זיין א גליון‪ ,‬ביטע‬ ‫שיקט אן אי‪-‬מעיל צו‪vanitefelusy@gmail.com :‬‬

‫אדער רופט ‪ 1631-699-8264‬און לאזט א מעסעדזש‬

‫יעדע איינציגסטע תפלה‪.‬‬ ‫ער זאגט יא מיין קינד‪ ,‬בעט‬ ‫עס נאר פון מיר‪ ,‬און וועסט‬ ‫אלעס באקומען!!!‬

ואני תפלתי בשלח  
Read more
Read more
Similar to
Popular now
Just for you