Issuu on Google+

‫פרשת ו יחי תשע" ז לפ"ק ‪ -‬גליון ל " ט‬

‫א פריוואטע נס חנוכה‪...‬‬ ‫צו די חשוב'ע רעדאקציע פון ואני תפילתי‪ ,‬וואס איז‬ ‫געווידמעט ארויסצוברענגען די חשיבות פון כח התפלה אין די‬ ‫היינטיגע צייטן‪.‬‬ ‫איך האב געקלערט אז מיין געשיכטע קען זיין אינטערעסאנט‬ ‫פאר אייערע ליינער‪ ,‬און ביטע דרוקט עס אפ‪.‬‬ ‫מיין געשיכטע איז פארגעקומען א שיינע פאר יאר ‪ ‬צוריק‪ ,‬ווען‬ ‫מיר זענען געווען קינדער‪ ,‬מיר וואוינען אין שווייץ‪ ,‬א פלאץ וואו‬ ‫עס איז טאקע געווען א שיינע אידישע קהלה‪ ,‬אבער די אלע‬ ‫אידישע באדערפענישן און תשמישי קדושה זענען נישט געווען‬ ‫געהעריג צו באקומען‪.‬‬ ‫עס איז ערב חנוכה‪ ,‬די קינדער אין שטוב זענען זייער פרייליך‬ ‫אז מען גייט צינדן די הייליגע ליכטעלעך‪ ,‬און איך גיי אראפ אין‬ ‫בעיסמענט ארויפצוברענגען די מנורה'ס‪.‬‬ ‫אזוי האלטנדיג מיין טאטנ'ס הערליכע זילבערנע מנורה‪,‬‬ ‫באמערק איך אז עס איז זייער צובויגן און עס שטייט נישט אזוי‬ ‫גוט‪ .‬איך האלט עס אין די הענט און באטראכט דאס מיט א‬ ‫נענטערע בליק‪ ,‬ווען פלוצלינג‪...‬‬ ‫טראאאאאאך!!!‬ ‫די מנורה האט אראפגעטראסקעט אויף דער ערד און זיך‬ ‫צוטיילט אויף צוויי חלקים! די גאנצע משפחה איז געקומען צו‬ ‫לויפן מיט איין בהלה צו זען וואס עס האט פאסירט‪ ,‬און א‬ ‫טרויעריגער שטימונג האט געלאנדעט צווישן אונז‪.‬‬ ‫עס איז ערב חנוכה‪ ,‬פון וואו גייט מען יעצט פארשאפן א‬ ‫פרישע שיינע מנורה פאר מיין טאטע?!‬ ‫מיר זענען געווען זייער פארלוירן און פארצווייפלט‪ ,‬איך האב‬ ‫מיר געשפירט זייער שטארק נישט אנגענעם‪ ,‬און מיר האבן‬ ‫אנגעהויבן צו זוכן א פלאן וואס מ'קען דא טון דערצו‪.‬‬ ‫און דאן האט מיין מאמע געראטעוועט די מצב‪ .‬זי האט זיך‬ ‫דערמאנט אז מיין פעטער איז יעצט אין אמעריקע און אין‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫געציילטע שעות דארף ער אהיימקומען קיין שווייץ‪ ,‬אפשר וועלן‬ ‫מיר אים בעטן ער זאל אונז קויפן א נייע שיינע מנורה‪.‬‬ ‫מיין טאטע האט זיך שנעל פארבינדן מיט אים‪ ,‬ער האט זיך‬ ‫שוין געהאלטן אינמיטן פאקן זיינע געפעק‪ ,‬אבער הערנדיג ווי‬ ‫וויכטיג עס איז האט ער אונז צוגעזאגט אז ער וועט פרובירן און‬ ‫זיך אנשטרענגען צו קויפן א הערליכע מנורה פאר אונזער טאטע‪.‬‬ ‫ער איז טאקע שנעל געלאפן צו א זילבער געשעפט און‬ ‫געקויפט א שיינע מנורה‪ ,‬פון דארט האט ער געכאפט א טעקסי‬ ‫און איז שנעל אראפגעפארן אינעם לופטפעלד‪.‬‬ ‫אנקומענדיג אהין האט ער שוין געזען די בראך פאר די אויגן‪,‬‬ ‫ער איז צו שפעט און אלע פאסאזשירן זיצן שוין אויפן פליגער‪,‬‬ ‫ער האט פרובירט זיך איינצובעטן און וויינען מען זאל אים‬ ‫ארויפלאזן‪ ,‬אבער די קאלטע באאמטע האבן אים געזאגט אז‬ ‫מארגן אינדערפרי וועט זיין א צווייטע פליגער קיין שווייץ‪ ,‬מיט‬ ‫יענץ וועט ער קענען גערן פליען‪...‬‬ ‫ער האט שנעל אנגערופן מיין טאטע דערציילן אז ער בלייבט‬ ‫שטעקן אין אמעריקע אויף איבערנאכט‪ ,‬און מיר האבן זיך‬ ‫געשפירט זייער שלעכט‪ ,‬סיי פאר מיין פעטער וואס נאר צוליב‬ ‫אונזער מנורה וועט ער נישט זיין אינדערהיים צו צינדן דאס‬ ‫ערשטן ליכטעלע‪ ,‬און סיי פאר מיין טאטע וואס פארמאגט נישט‬ ‫א מנורה אין וואס צו צינדן‪.‬‬ ‫אזוי טראכטנדיג רופט זיך מיין ברודער אהן‪" :‬אויב מ'שטופט‬ ‫אפ די צייט ווען די פליגער פליט ארויס‪ ,‬קען מען נאך יא‬ ‫ארויפגיין?"‬ ‫"יא" האט מיין טאטע געענטפערט‪.‬‬ ‫"אויב אזוי" – זאגט מיר מיין ברודער – "גיי און בעט דעם‬ ‫באשעפער אז מ'זאל אפשטופן די נסיעה אויפן פליגער‪ ,‬און אזוי‬ ‫וועט ער אנקומען אין צייט!" עס האט אויסגעזען אינטערעסאנט‪,‬‬ ‫אבער זייער גערעכט און אויפריכטיג‪ .‬בעטן פון די הייליגע‬ ‫באשעפער!‬


‫אזוי איז טאקע געווען‪ ,‬איך האב מתפלל געווען א תפלה פון‬ ‫טיפן הארצן צום גרויסן באשעפער אין אידיש‪:‬‬

‫מינוט איז זיין טאטע ארויסגעקומען אים צו נעמען אין חדר‪ ,‬אזוי‬ ‫האב איך געהאט א גוטע וועג צום חדר אומזיסט‪.‬‬

‫"הייליגע באשעפער איך בעט דיר‪ ,‬מיין טאטע וויל מקיים זיין‬ ‫די מצוה פון צינדן חנוכה לעכט בהידור‪ ,‬מיין פעטער האט‬ ‫ארויסגעהאלפן און געטון א חסד‪ ,‬אפשר טוסטו עפעס אז די‬ ‫פליגער זאל אפשטופן די רייזע? טאטע אין הימל דו קענסט דאך‬ ‫אלעס‪ ,‬העלף אונז ארויס!!!"‬

‫עס האט מיר גארנישט געקאסט‪ ,‬נאר א קליינע תפלה צום‬ ‫הייליגן באשעפער!!!‬

‫און ווי נאר מיר האבן געענדיגט האבן מיר זיך געזעצט ווארטן‬ ‫אויף די ישועה‪ ,‬וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען‪...‬‬ ‫מיין טאטע'ס סעלפאון האט זיך צוקלינגען א האלבע שעה‬ ‫שפעטער‪ ,‬מיין פעטער איז געווען אויף די ליין און האט‬ ‫פארציילט די נייעס אז עפעס האט פאסירט מיט די פליגער‪ ,‬און‬ ‫יעדער איז געווען געצווינגען אראפצושטייגן פון פליגער‪.‬‬ ‫אזוי ארויפגייענדיג צוריק נאכן ווארטן א שטיקל צייט‪ ,‬האט‬ ‫זיך מיין פעטער איינגעבעטן בי די באאמטע ארויפצוגיין‪ ,‬און זיי‬ ‫האבן אים דאס ערלויבט‪...‬‬ ‫און יענע נאכט האט מיין טאטע געצינדן די מנורה אין א‬ ‫הערליכע שיינע נייע מנורה!‬ ‫אלעס נאר וועגן א תמימות'דיגער תפלה פון טיפן הארצן!‬ ‫זאל אייך די זכות ביישטיין‪ ,‬און אין זכות פון די הונדערטער‬ ‫תפילות פון ריינע הערצער וואס גייען ארויף אין הימל א דאנק‬ ‫אייער התעוררות‪ ,‬זאל אייך באגלייטן אויף טריט און שריט‬ ‫לעולמי עד!‬ ‫א גרויסער דאנק און א פרייליכער חנוכה‪:‬‬

‫געשיקט א טעקסי‪...‬‬ ‫אויף אונזער וואויסמעיל דערציילט אונז א טייערער יונגעלע‪:‬‬ ‫איך בין חנוכה אויפגעשטאנען זייער שפעט‪ ,‬און זיך שטארק‬ ‫ארויסגעיאגט צו קענען כאפן מיין באס צום חדר‪.‬‬ ‫נאכן זיך יאגן אזוי שטארק האב איך למעשה נישט אנגעיאגט‬ ‫עס צו מאכן און איך האב יא געשפעטיגט די באס‪...‬‬ ‫עס איז געווען רעגנדיג און קאלט‪ ,‬איך האב מיר געשעמט‬ ‫זייער שטארק צו בעטן פון מיין מאמע געלט פאר א טעקסי‪ ,‬האב‬ ‫איך פשוט געבעטן פון די הייליגע באשעפער ער זאל מיר‬ ‫העלפן‪...‬‬ ‫און ער האט מיר טאקע‬ ‫געהאלפן‪...‬‬ ‫נאך א מינוט איז מיין שכן‬ ‫אויך געקומען צו לויפן‪ ,‬און איך‬ ‫האב אים געזאגט אז עס איז א‬ ‫שאד צו לויפן‪ ,‬די באס איז שוין‬ ‫סייווי אוועקגעפארן‪...‬‬ ‫ער איז צוריק אריין און נאך א‬

‫‪https://telegram.me/Publications_MM‬‬

‫א היטש נאך מצוה טאנץ‬ ‫א מגיד שיעור פון קרית יואל וואס איז געווען זייער נאנט מיט‬ ‫א געוויסער בחור און אים כסדר מחזק געווען‪ ,‬דערציילט אונז‪:‬‬ ‫דער בחור איז ב"ה א חתן געווארן בשעה טובה קיין מאנסי‪,‬‬ ‫איך האב אים שטארק ארויסגעהאלפן אין די שידוך בפרט און אין‬ ‫זיינע אלע תקופות בכלל‪ ,‬איך בין ווי פארשטענדליך געגאנגען‬ ‫צום חתונה אין די וויזניצע זאל אין מאנסי‪ ,‬און וועלנדיג אהיימגיין‬ ‫זאגט מיר די אבי הבן איך זאל בלייבן‪.‬‬ ‫וואס איז?‬ ‫ער האט צו מיר הכרת הטוב‪ ,‬ער וויל מיר געבן א מצוה טאנץ!‬ ‫איך האב מיר געבעטן ביי אים אז איך יאג מיר און איך האב נישט‬ ‫צופיל צייט‪ ,‬אבער ער האט נישט געהערט גארנישט‪ ,‬דער חתן‬ ‫האט באשטעלט ביים בדחן א ספעציעלע מצוה טאנץ‪ ,‬איך מוז‬ ‫בלייבן‪...‬‬ ‫בלית ברירה בין איך געבליבן‪ ,‬קוים וואס איך האב געקענט‬ ‫אויס'פועל'ן ביי אים אז ער זאל מיר געבן די ערשטע מצוה טאנץ‪,‬‬ ‫ווייל איך דארף מארגן ‪ 6:30‬אינדערפרי פארלערנען א שיעור‪...‬‬ ‫אומר ועושה‪ ,‬ענדליך האב איך זיך דערזען אינדערויסן‪ ,‬נישט‬ ‫דא מער קיינער פון קרית יואל נאר די וואס בלייבן ביז נאך מצוה‬ ‫טאנץ‪ ,‬וואו וועל איך יעצט טרעפן א וועג אהיים?‬ ‫איך האב געבעטן א תפלה ביים באשעפער‪ ,‬ער זאל מיר שיקן‬ ‫א היטש אהיים‪.‬‬ ‫גייט נישט אדורך עטליכע מינוט‪ ,‬און עס קומט אן א קאר צום‬ ‫וויזניץ חתונה זאל‪ ,‬דער דרייווער פרעגט מיר‪ :‬אפשר ווילט איר‬ ‫גיין קיין קרית יואל?‬ ‫זיכער‪ ,‬וואספארא שאלה?‪...‬‬ ‫איך זעץ מיר אריין‪ ,‬און ער דערציילט מיר א מעשה אז‬ ‫געווענליך ארבעט ער אים די פריע שעות פון טאג און פארט‬ ‫אהיים פרי‪ ,‬היינט אבער האט זיך פארשלעפט די ארבעט‪ ,‬און ער‬ ‫איז היפש מיד‪ ,‬דערפאר זוכט ער א שותף אויפן וועג וואס זאל‬ ‫אים אבאכט געבן ער זאל נישט איינשלאפן‪.‬‬

‫וואו טרעפט מען ‪ 1:30‬ביינאכט איינער וואס זאל אים נעמען‬ ‫קיין קרית יואל?! ער ווייסט נישט פארוואס‪ ,‬אבער עס איז אים‬ ‫בייגעפאלן צו קומען צו די וויזניצע‬ ‫הגליון נתנדב לזכות ולהצלחת מוהר"ר דוד בן פיגא הי"ו‬ ‫חתונה זאל‪ ,‬אויפן וועג האט ער‬ ‫מתפלל געווען אז ער זאל תיכף‬ ‫ולע"נ הרה"ק רבי חיים זאנוויל בן ר' משה מריבניץ זצ"ל‬ ‫טרעפן איינעם וואס דארף א היטש‬ ‫אויב ווילט איר אריינגעבען א מעשה אדער מנדב זיין א גליון‪ ,‬ביטע שיקט‬ ‫קיין קרית יואל‪...‬‬ ‫אן אי‪-‬מעיל צו‪vanitefelusy@gmail.com :‬‬

‫אדער רופט ‪ 1631-699-8264‬און לאזט א מעסעדזש‬

‫און די ביידע תפלות האבן ב"ה‬ ‫זייער זייער גוט געארבעט‪...‬‬


ואני תפילתי ויחי