Page 146

‫פארלאפענעם ליל בדיקת חמץ איז נפטר געווארן‬ ‫דער בארימטער מגיד און בעל מוסר הרב עזריאל‬ ‫טויבער זצ"ל‪ ,‬אין עלטער פון ‪ 79‬יאר‬ ‫טויזענטער אידן האבן זיך אוועקגעריסן פון זייער פארנומענער ערב פסח הכנות‪ ,‬ליל בדיקת‬ ‫חמץ און געגאנגען באגלייטן למנוחת עולם דער גרויסער משפיע ומלהיב לבבות ישראל אין‬ ‫ביהמ"ד מכון להוראה‪.‬‬ ‫ר' עזריאל ז"ל האט געהאט די זכיה צו גרינדן פילע מוסדות התורה‪ ,‬צווישן זיי ישיבת שער‬ ‫אפרים‪ ,‬מכון שלהבת און אזוי אויך דער בארימטן כולל ''מכון להוראה'' וואס האט זיך אנגעהויבן‬ ‫מיט בלויז א חלום און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א‬ ‫פייערדיגער פאקט אסאך מער ווי די ערווארטונגען‪.‬‬ ‫היינט איז דער מכון א וועלט'ס בארימטער מוסד פארמאגנדיג איבער הונדערט אויסדערוועלטע‬ ‫און אויסגערופענע תלמידי חכמים‪ ,‬וואס טייל פון זיי זענען געווארן פראמינענטע דיינים‪ .‬דער‬ ‫מכון פארטרעט פילצאליגע תורה אקטיוויטעטן וועלכע פארשפרייט תורה און עניני יהדות‬ ‫פאר כלל ישראל פון וואס אן א שיעור אידן זענען נהנה‪ .‬אלס א סערוויס פארן כלל אפערירט‬ ‫דער מכון אן אנערקענטע בית דין באזעצט דורך דיינים וואס זענען אויסגעשטיגן אינעם כולל‪.‬‬ ‫ווי אויך טוט זי אויפהאלטן א ‪ 24‬שעה הלכה האטליין‪ .‬אויסערדעם פארמאגט דער מכון נאך‬ ‫וויכטיגע אפטיילונגען דאס רעכנט אריין א ועד לעניני כשרות‪ ,‬אוצר הספרים און אסאך מער‪.‬‬ ‫עס איז נישט צו באשרייבן ווי ווייטגרייכנד ר' עזריאל ז"ל איז אנגעקומען‪.‬‬ ‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬

‫‪146 / THE MONSEY VIEW‬‬

‫‪PHOTO CREDIT: JDN‬‬

‫המגיד ומשפיע הרב עזריאל טויבער זצ"ל למנוחות‬

Profile for The Monsey View

Issue 196  

The Monsey View

Issue 196  

The Monsey View